עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

127 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1ווי דערמאנט פריער א נקודה עיקרית אין די הוראות פון בעל יום ההולדת, דער ענין פון 'נרות להאיר' וואס דאס איז דאך אבער, כאמור, א נקודה.

2דערנאך איז אבער דא א שיחה ארוכה, וואס זי איז שוין אויך געדרוקט געווארן, וואס זי איז געזאגט געווארן בקשר מיט די תלמידים וואס האבן געלערנט תורתו אין זיינע ד' אמות, פון תומכי תנימי מין ליובאוויטש,

3וואס הויבט זיך אן פון ”כל היוצא למלחמת בית דוד”, און ער איז דארט מבאר, אז דאס מיינט ער אין דעם דור-אט די וואס לערנען אין דער ישיבה-אז זייער ענין איז-אז זיי זאלן זיין ”יוצא למלחמת בית דוד”.

4וואו איז דא דער קשר בשעת מ'רעדט וועגן דעם ענין אין ברוקלין, און מ'רעדט לאו דוקא מיט ישיבה-בחורים, ואדרבא דאס רבו איז גאר ניט ישיבה-בחורה, על אחת כמה וכמה אט די וואס הערן על ידי מכשירים שונים,

5איז דאך דארט נאך ווייניקער דער אחוז פון ישיבה-בחורים, על אחת כמה וכמה פון ישיבה-בחורים פון תומכי תמימים, איז אין דערויף דא אן ענין וואס איז בלאו הכי מוכרח,

6ווי דער ענין איז אין פשטות הדברים ”בכל עניני תורה” ומצוותי וואס כל הענינים פון תורה ומצוותי דארפן דאך אויפגעטאן ווערן במשך היום, און ווען דארף דאס זיין?

7דארף דאס זיין לאחרי התפילה, ווי דער דין אין שולחן-ערוך, אז לכל לראש דארף זיין עבודת התפילה בבית הכנסת, ערשט דערנאך גייט מען אין בית-המדרש ”תלמוד תורה כנגד כולם”,

8און ערשט דערנאך אין ”הנהג בהן מנהג דרך ארץ” וואס דאס איז דאך כולל די ענינים וואס ווערן אויפגעטאן אין וועלט, וואס כללותם איז-כל מעשיך לשם שמים וואס זיי פירן פון לשם שמים אז ס'זאל זיין ”בכל דרכיך דעהו” 'קיום המצוות' בפשטות.

9ניט נאר אלס א הכשר מצוה, לשם שמים נאר דער עשיית המצוה בפועל.

10וואס על דרך זה איז אויך דערנאך דא דער חשבון פון עבודת היום, וואס דאס איז דער ענין פון דער תפילת ערבית, און במיוחד דער ענין פון קריאת-שמע 'שעל המטה', וואס דאס ווערט בדוגמא פון תרומת הדשן, כמדובר בכמה מקומות, וואס דאס איז ביידע זאכן דאס איז דער סיום פון עבודת היום שעבר,

11וואס דעמאלט ווערט דער קרבן תמיד הי'ן אן אופן של דשן, און ס'דארף זיין תרומת הדשן, און אויך התחלת היום המתחיל.

12וואס דערפאר איז דאך אויך תפילת ערבית האט דאך אין זיך ביידע ענינים, דאס איז התחלה פון כל יומא ויומא עביד עבידתי וואס ”בכל עניני תורה” ומצוותי איז דאך ”היום הולך אחר הלילה” הויבט זיך אן פון תפילת ערבית, בדוגמא אויך ווי מ'זאגט בנוגע צו כף מרחשון הויבט זיך דאס אן פון דער לילה,

13און דערנאך ערשט קומט דער יום פון כף מרחשון, און דערנאך איז אויך האט דאך דאס אין זיך וואס מ'מאכט דעמאלט דעם ”בידך אפקיד רוחי” איז איידער ס'ווערט דער וידך אפקיד רוחו דארף ער דאך וויסן וואס איז ער מפקיד,

14וואס האט ער אויפגעטאן פארן טאג, און דערנאך איז ער דאס מפקיד ביחד אים נשמתו וביחד אים רוחו, כמבואר בארוכה אין די ערטער וואו ס'רעדט זיך וועגן קריאת-שמע 'שעל המטה', סיי אין נגלה, סיי אין מוסר, סיי אין חסידות, סיי אין הלכה וכו.'

15וואס בכללות איז דאס דער ענין ”בזמן שבית המקדש הי' קיים”, דער ענין פון הקרבת תמיד של שחר און 'תמיד של בין הארבעים', און דערנאך זאגט מען, אז תפילה איז במקום תמידין תקנום.

16דערביי איז אבער דער אונטערשייד, אז תמידין מוז דאס זיין דוקא א חלק מזה, דוקא על ידי כהנים, און ניט דורך אנדערע מישראל, א חלק פון תמיד של שחרה של בין ארבעה מוז זיין דוקא על-ידי לויים,

17די לויים בדוכנם ניט על-ידי כהנים און ניט על-ידי ישראלים, א חלק פון זיי דוקא על-ידי ישראלים, בעלי הקרבן, ישראל במעמדם.

18בשעת מ'האט געמאכט ”תפילות במקום תמידי”, האט מען אויף דערויף געזאגט, אז ניט מ'מאכט א תפילה וועלכע ס'דארף זאגן דער כהן, וואס דאס וועט זיין כנגד דעם חלק אין תמיד אין וועלכע דער כהן האט זיך מתעסק געווען,

19און דערנאך דארף זיין א תפילה וואס דאס וועט זאגן א לוי, בדוגמא דער לוי האט דאס געטאן בשעת מ'האט מקריב געווען דעם תמיד, און דערנאך א תפילה וואס דאס וועט זאגן א ישראל,

20געפינט מען דאך א דבר פלא לכאורה, אז טאקע ”תפילות במקום תמידין תקנום”, אבער דא האט מען צוזאמענגעמישט אלע צוזאמען, און מ'האט געזאגט, אז בשעת א איד, צי ער איז א כהן צי ער איז א לוי צי ער איז א ישראל, וואס ער איז מתפלל תפילת הבוקר איז דאס תפילת ער מקריב א תמיד של שחר,

21וואס לכאורה איז דאס אינגאנצן ניט פארשטאנדיק, אויב ס'איז כנגד תמידין האט דאס געדארפט זיין אין אזא חלוקה ווי ס'איז געווען בא תמידין.

22אמת טאקע זיי דארפן האבן צווישן זיך א קשר, און איינער דארף זיך פארבינדן מיטן צווייטן, בדוגמא ווי ס'איז געווען בא הקרבת תמיד של שחר אדער של ערבית, איז דאך ניט דער לוי איז געווען במקום אחד און דער כהן במקום שני און ישראל במקום שלישי נאר זיי זיינען געווען אלע בכללות במקום אחד,

23נאר דער איז געווען אין איין חלק פון עזרה, דער צווייטער איז געווען אין א צווייטן חלק פון בית המקדש, און דער דריטער איז געווען אין א דריטן חלק פון בית המקדש, אבער אלע זיינען זיי געווען באותו בית המקדש און אין דעם זעלבן זמן.

24וואס די אלע ענינים געפינט מען ניט בא תפילות, און ניט נאר מ'געפינט ניט אז דאס איז ניט מעכב, נאר אדרבא דער עיכוב איז גאר אויף פארקערט,

25אז ער וועט מתפלל זיין אין דער תפילה מערניט ווי אט דעם טייל וואו ס'רעדט זיך וועגן הקרבת האמורים אדער החלב ”על גבי המזבח” האט ער ניט מקיים געווען דעם ענין פון ”תפילות כנגד תמידין תקנום”.

26ועל דרך זה בהנוגע צו שאר חלקי התפילה.

27אנשי כנסת הגדולה האבן ניט נאר מתקן געווען אז די חלקים זאל בא יעדערן זיין, נאר אויך בדיוק די זעלבע ווערטער, דעם זעלבן נוסח, סיי בא כהנים און סיי בא לו יים און סיי בא ישראלים.

28ס'איז דא חילוקים ווי ברכת כהנים וכיוצא בזה, אבער די אלע חילוקים זיינען ניט אין דעם ענין וואס ”כנגד תמידים תקנום”.

29דארטן זיינען הכל שוה, שטייט דאך אין דערויף דער טעם, אז וויבאלד אז ”תורת אמת” זאגט אז דאס איז כנגד מדים, איז א סימן, אז א ישראל וואס ער איז מתפלל די ”תפילה שכנגד תמיד של” שחר איז ער מקריב א תמיד של שחר באמת,

30אף על פי וואס ”בזמן שבית המקדש הי' קיים” האט ער דאס ניט געקענט טאן, און נאכמער ער האט דאס גאר ניט געטארט טאן, ער האט מוזט אפגעבן א טייל פון דער ארבעט פארלאזן זיך, און בעיקר ארבעט גאר, איז גאר געווען על ידי הכהנים,

31וכמבואר בארוכה די פרטי ההלכות שבדבר, איז זאגט מען אויף דערויף ”קלקלתן זוהי תקנתן”, אז די קלקלה וואס מ'קען ניט מקריב זיין דעם תמיד כפשוטו-דערפון איז ארויס א תקנה,

32אז מ'האט געגעבן א אידן א כח, אז ער קען זיין א כהן און א לוי און א ישראל, און דאס ווערט אויפגעטאן אט דאס וואס ס'האט אויפגעטאן ”בזמן שבית המקדש הי' קיים” דער ענין פון דעם תמיד של שחר אדער תמיד של ערבית.

33ובלשון ”הכתוב ונשלמה פרים שפתינו” איז דאך ונשלמה האט דאך די ביידע טייטשן, וואס ביידע זיינען דאך אמת, אז ניט נאר ער באצאלט, נאר אויך פון לשון שלימות.

34אט די גאנצע שלימות וואס ס'קען זיין ”בזמן שאין בית המקדש קיים” האט ער דורך דערויף וואס א ישראל זאגט די גאנצע תפילה, ועל דרך זה א לוי זאגט די גאנצע תפילה, אף על פי וואס בשעת ס'איז געווען שנים כסדרן בשלימותן האט דאס ניט געקענט זיין, ער האט געדארפט אנקומען צו א צווייטן און צו א דריטן ולכמה וכמה.

35וואס דאס איז, כאמור, איז דאס איז אן עילוי גדול און א מעלה הכי גדולה.

36וואס על פי זה איז אויך ווערט דאך אבער די שאלה היתכן, ווי אזוי קען יעדער איד פארמאגן די אלע כוחות?

37איז אין דערויף איז מען מסביר, אז דער חילוק איז, אז קרבנות במקדש האבן אויפגעטאן אויך בגשמיות העולם,

38משא' כן ”ולשלמה פרים שפתינו” טוען אויף דעם גאנצן ענין השלימות, אבער בגשמיות זאל דאס ווערן דער שינוי איז דאס ניטא.

39די בהמה גייט זיך ארום אין גאס, צי דאס איז א כבש צי דאס איז א פר, צי דאס איז א שעיר וכיוצא בזה, צי דאס איז אן אף, משא' כן ”בזמן שבית המקדש קיים” האט מען געדארפט נעמען מן החולין א בהמה אדער א כבש אדער אן אף וכיוצא בזה און מקריב זיין דאס בבית המקדש,

40ביז וואנענט אז ס'וועט ווערן דער עלי' ”על גבי המזבח” און זריקת דם ”על גבי המזבח וכו.'”

41וואס דאס איז אויך מתאים, כמבואר בכמה מקומות, וואס מ'פרעגט א שאלה הכי גדולה, און דער אלטער רבי ברענגט דאס אראפ אין ”תורה אור”, אז בשעת אידן זיינען ארויס ממצרים איז ”וגם ערב רב עלה אתם”.

42שטייט אויף דערויף דער אפטייטש אין קבלה, און דער אלטער רבי ברענגט דאס אראפ אין ”תורה אור”, איז דערפון די ראי' איז אז אנהויבנדיק פון דור פון דעם אלטן רבי'ן איז דאס געווארן א תורת הנגלה לכל אחד ואחת, אז וואס איז דער טייטש ”ערב רב עלה אתם” נוסף על פשוטו של כתובים,

43איז אויך דא אין דערויף אט דער ענין וואס ר' ב' ניצוצות, וואס דער גאנצער 'עולם התיקון' און דער גאנצער ענין פון 'גלות מצרים' איז דאך געווען כדי מ'זאל מתקן זיין די שבירת הכלים פון עולם התוהו, וואס בא שביעי דעמאלט איז נתפזר געווארן רפה ח' ניצוצים,

44איז דורך 'גלות מצרים' האט מען אויפגעטאן, אז ”ערב רב עלה אתם” אז רב ניצוצים האט מען מברר געווען און עלה אתם האט מעלה געווען על ידי 'גלות מצרים' וגאולת מצרים, האבן זיי גואל געווען רב ניצוצים.

45פרעגט מען אויף דערויף די שאלה, ווי אראפגעבראכט אויך אין ”תורה אור” און די דרושים שלאחרי זה, אז 'גלות מצרים' איז טאקע געווען אן עבודה קשה און עבודת פרך וכו אבער זי איז געווען צוויי הונדערט און צען יאר

46האט מען מעלה געווען ר' ניצוצים פון רפ' ניצוצים, איז אינגאנצן געבליבן אויף מברר זיין פו' ניצוצים, בגימטריא שם אלקים.

47ווערט דאך די שאלה, און אינגאנצן ניט פארשטאנדיק.

48אמת טאקע, ס'איז ניט אזא עבודת פרך וכו' ווי ס'איז געווען בשעת'ן 'גלות מצרים', ס'קען דאך אבער ניט זיין, אז במשך פון טויזנטער יארן זאל מען ניט קענען מברר זיין פויב ניצוצים, בשעת אין צוויי הונדערט און צען יאר האט מען מברר געווען און מעלה געווען ר' ניצוצים!

49כמה פעמים ככה! ענטפערט מען אויף דערויף, אז דעמאלט איז געווען נשמות כלליות, במילא איז אויך עבודתם געווען אויך אן עבודה כללית, במילא, איז על-ידי מעשה שלהם האבן זיי מברר געווען דעם גאנצן ניצוץ,

50דורך דעם כלל הניצוץ-אלע זיינע פרטים.

51בשעת ס'איז געקומען אין די דורות שלאחרי זה און גליות שלאחרי זה, איז אף על פי וואס ס'איז געבליבן מערניט ווי פ' ו' ניצוצים, בגימטריא שם אלקים כמדובר, איז דאך אבער יעדער ניצוץ האט דאך אין זיך כמה וכמה פרטים, א ריבוי מופלג של פרטים,

52און די נשמות זיינען ניט אזוינע נשמות גדולות וכלליות ווי ס'איז געווען בשעת'ן 'גלות מצרים', במילא האבן זיי ניט בכח צו מברר זיין א גאנצן ניצוץ מיט אמאל, אדער א גאנצן פרט פון א ניצוץ מיט אמאל, מערניט ווי א פרט שבפרט שבפרט,

53וואס דערפאר געדויערט דער בירור פון פ'ו ניצוצים שלא בערך מערער ווי ס'האט געדויערט דער בירור צוזאמען מיט דער עלי' פון ר' ב' ניצוצים, וואס אויף דערויף איז געווען גענוג צוויי הונדערט און צען יאר.

54וכמבואר בארוכה אין די דרושים.

55וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק בנוגע לעניננו, אז ”בזמן שבית המקדש הי' קיים” איז דאך אזוי די ירידת הדורות מדור לדור, ”אם הראשונים כמלאכים” איז אחרונים כבני אדם על דרך ווי ס'איז די ירידה לגבי דעם דור שהי' במצרים על דער דערנאך אויך די ירידה לגבי די דורות ש”בזמן שבית המקדש הי' קיים”.

56די ירידה אין דעם גודל הנשמות, ובפרט נאך אז דעמאלט איז דאך אויך געווען דער סיוע פון דעם בית המקדש, שממנו אורה יוצאה לכל העולם כולו.

57במילא, אט דער בירור וואס איז געטאן געווארן דעמאלט האט דאס מברר געווען דעם ענין בשלימותו.

58במילא האט מען געדארפט האבן יעדער ענין בשלימות, ביז אין 'עולם הזה' התחתון האט מען געדארפט האבן א כהן, און א לוי מיט א ישראל.

59בשעת דערנאך ווערט אבער א בירור פון א פרט דפרט פון א ניצוץ-אט דעמאלט איז גענוג אט דאס וואס בא יעדער אידן איז דאך דא נצבים כולכם ער האט אין זיך א התכללות פון כל עם בני ישראל,

60וואס דערפאר איז דאך קבוע אינו בטל און דערפאר איז ”חייב אדם לומר בשבילי נברא העולם” כולל אלע אידן, און מ'זאגט אז ער איז אן 'עולם מלא' דאס איז אבער אן 'עולם מלא' אבער אן עולם ”קטן זה האדם”

61אויף דערויף איז גענוג מאכן אט דעם בירור איז גענוג דער כהן וואס איז דא בא יעדער אידן, און דער לוי וואס איז דא בא יעדער אידן, און דער ישראל וואס איז דא בא יעדער אידן.

62וואס על דרך זה איז אויך פארשטאנדיק, אז בשעת ס'איז געווען די הנהגה און די התחלה פון התפשטות תורת החסידות, איז געווען דער ענין אז ס'איז געווען ”נהרא נהרא ופשטי” און ווי דערציילט אין ספרים פון קורות ימי החסידים, אז ביים מגיד איז געווען זעכציק תלמידים.

63אן אנדער נוסח, אז ביים בעל שם טוב איז געווען זעכציק תלמידים, און בא מגיד איז געווען ”פי שנים ברוחו”, און יעדערער האט געהאט אויף זיך א מדינה בפשטות, א מקום מסויים, וואס ער האט דארט געדארפט מפיץ זיין תורת הבעל שם טוב אדער תורת המגיד וכיוצא בזה,

64דערנאך איז אבער אנגעקומען די צייט פון ”יפוצו מעינותיך חוצה” אדער בלשון השיחה, ”היוצא למלחמת בית דוד” וואס ”יפוצו מעינותיך חוצה” איז דאך דער טייטש,

65”אין ענין יוצא מידי פשוטו”, זעט מען, אז ס'איז געווען תלמידים פון דעם מגיד וואס זיי האבן זיך פארונמען מיט ”יפוצו מעינותיך חוצה” און געווען אזוינע תלמידים וואס זיי האבן דאך אויך ממלא געווען די שליחות המגיד, ס'איז דאך געווען דעם מגיד'ס תלמידים, און האבן מפיץ געווען תורת החסידות,

66אבער מ'וועט ניט געלעגן און ניט זיך משתדל געווען עד כדי מסירת-נפש ס'זאל אויך אנקומען אין חוצה דערפאר וואס די שליחות ווייזט אויס האט מען זיי ניט איבערגעגעבן.

67מאיזו סיבה שתהי.' על דרך ווי גערעדט אמאל בארוכה, אז ס'איז דא דער חילוק ווי מ'זעט דאס אין בעל שם טוב און דעם מגיד גופא, וואס דער ענין ההנהגה פון בעל שם טוב איז געווען וואס ער איז ארומגעפארן.

68די ענין ההנהגה פון דעם מגיד איז געווען וואס ער איז געזעסן דוקא במקומו, און צו אים איז מען געקומען.

69איז אמת טאקע, ס'האט זיך זיכער אויפגעטאן מיט די אידן וואס זיינען געקומען צו אים, אבער דאס וואס מ'דארף אויפטאן בדרך וביער ובמקום הרחוק מוז מען דאך אהינצו אנקומען און דארטן אויפטאן.

70וואס אין כאן המקום להאריך בזה.

71און דערנאך איז געווען אזוינע תלמידים וואס נאך בזמן הבעל שם טוב איז געווען זייער עיקר שליחות דוקא אין חוצה, ועל דרך זה ביים מגיד, ועל דרך זה אין תלמידי המגיד.

72וואס יש לומר על דרך זה בהנוגע צו דער שיחה האמורה פון ”כל היוצא למלחמת בית דוד”, אז אין יענע צייטן ווען די שיחה איז געזאגט געווארן, וואס דאס איז געווען אין התחלת התייסדות און דער ישיבה אין די ערשטע יארן, און מ'האט דעמאלט זיי אנגעזאגט, אז זייער ענין איז יוצא זיין למלחמת בית דוד,

73און מפני כמה וכמה סיבות האט דאס געדארפט זיין דורך די נשמות כלליות אין דעם ענין, במילא האט מען זיי געגעבן כחות מיוחדים, אז זיי זאלן אויפטאן אין אן אופן הכי חזק,

74און דערפאר האבן זיי געקענט אויפטאן אין אן אופן פון ארוך ורחב ועמוק וכו' וכו לאידך גיסא איז דעמאלט ניט געווען אזא מעמד ומצב, אז מ'זאל קענען איבערגעבן די שליחות אויך צו די וואס זיי האבן זיך ניט געפונען אין ליובאוויטש און געלערנט אין דער ישיבה, במשך פון 'לפי ערך' זמן ארוך.

75בשעת ס'איז אבער געקומען די שנים שלאחרי זה, וואס ”בכל שנה ושנה” האט מען זיך זיכער מקיים געווען דער ענין פון ”מעלין בקודש” און זיכער זיך מתעסק געווען אין דעם ענין פון ”יפוצו מעינותיך חוצה” מעיינות הבעל שם טוב, זאל אויך גרייכן אין חוצה על אחת כמה וכמה במכל-שכן וקל-וחומר,

76אז ווי ידוע די שיחה פון דעם בעל יום ההולדת, האט זיך שוין דאס אנגעהויבן דער ”יפוצו מעינותיך חוצה” לאחרי גאולה פון יט כסלו פון תקנט,

77וואס פון דעמאלט אן איז מען הולך ומוסיף, האט מען צוגעגרייט דעם חוצה ביז וואנענט אז דער חוצה, ניט נאר ער קען אויפנעמען די מעיינות, נאר ער קען אויך ווערן א ”נרות להאיר”.

78אדער אין א סגנון אחר, אז בשעת ס'האט זיך גערעדט אט די שיחה איז יש לומר, אז דעמאלט איז געווען דער מעמד ומצב אז מ'האט געקענט ארויפלייגן די שליחות אויף דעם מספר פון אידן וואס זיי האבן זיך געפונען אין יענעם מעמד ומצב און אין די תנאים און אין דעם אופן הלימוד, דערנאך ווי מ'האט דאס געזען בפועל אין די דורות שלאחרי זה,

79וואס אמת טאקע ס'איז געווען פארבונדן מיט גלות, וואס מ'האט געדארפט אוועקגיין פון ליובאוויטש, און דערנאך זיך מתפשט געווען בכמה וכמה מקומות, ניט נאר אין איין ארט, נאר בכמה מקומות,

80און דערנאך איז דאס אויך איבערגעגאנגען צו די וואס זיי זיינען בצורת עבודתם החיצונות, א ציור פון בעלי-בתים, און מ'האט אויך אנגעזאגט, אז זיי דארפן ווערן 'נרות להאיר'.

81ביז וואנענט ווי דערמאנט אין דער שיחה גופא, וואס זי איז שוין, כאמור, געדרוקט, האט ער גלייך גערעדט דעמאלט, אז ס'וועט זיין צוויי דורות וואס ”היוצא למלחמת בית דוד” ווערט דערנאך דער ענין פון ”חרפו עקבות משיחך” און פאר דערויף איז שוין דא אט די וואס אויביך הוי דער דור שלפני זה,

82וואס אט דעמאלט, כדי זיך איינקערן מיט א גאנצן דור, פון אויביך און איינקערן זיך מיטן דור שני פון ”חרפו עקבות משיחך” ווי ער טייטשט דאס אפ אין דער שיחה, אז דאס איז בעקבתא דמשיחא ממש דארף מען האבן א גאנצן דור,

83אלע אידן וואס זיינען בדור.

84וואס דאס איז דאך דער פירוש בפשטות, פארוואס דוקא דער נשיא דורינו האט זיך מוסר-נפש געווען, ניט נאר אויף יפוצו מעיינותיך חוצה בדוגמא ווי ס'איז געווען ביים בעל יום הולדת, נאר אין אן אופן פון חוצה דחוצה דחוצה.

85און אלץ מיט אן אופן פון מסירות-נפש.

86דאס הייסט, בסגנון אחר, אף על פי וואס די שיחה לכאורה איז דאך גערעדט געווארן, און אזוי איז דאך געווען די מעשה במציאות, צו די תלמידים וואס האבן געלערנט אין אן אופן מסויים, במקום מסויים, און אין אן אופן פון ”והיו עיניך רואות את מוריך” האט מען גלייך דערביי אנגעזאגט, און געהייסן דערנאך אפדרוקן על ידי נשיא דורינו,

87אז מ'זאל וויסן זיין, אז דערנאך קומט חרפו אויביך הוי און דערנאך קומט ”חרפו עקבות משיחך” וואס אט דעמאלט איז ווער איז ”יוצא למלחמת בית דוד”?

88אט די אלע צו וועלכן ס'דערגרייכט אט די שיחה, ווארום זיכער האט דאס צו זיי אנגעקומען 'בהשגחה פרטית', וואס השגחה פרטית איז זיכער אז ”כל מה שברא הקב"ה בעולמו” איז דאס זיכער לכבודו,

89על אחת כמה וכמה אז מ'האט די הודאה מיט די הוראה און נתינת כח פון נשיא דורנו, אז מ'זאל וויסן זיין, אז ס'דארף זיין ”טאפארו דא פלאחו” אז מ'זאל אויפטאן אט די ענינים בפועל, מיט דער פלאחא מיטן בול עץ,

90און אויפטאן דאס אין אן אופן, ווי ער האט גערעדט אין דער שיחה בארוכה, אויף מבטל זיין דעם ”חרפו אויביך הוי” און דערנאך מבטל זיין דעם דור שלאחרי זה, אדער די תלמידים שלהם וואס זיי זיינען חור פון עקבות משיחך זיי קענען ניט פארליידן, אז מ'רעדט און מ'זאגט, אז אט אט קומט משיח,

91ווארום מ'האלט שוין ביי עקבות משיחך זיינען זיי ניט חס ושלום אין אן אופן ווי ער זאגט אין דער שיחה, ער זאגט אין דערויף דער חילוק פון אויביך הוי ס'איז לומדי תורה ומקיימי מצוות, אבער זיי זיינען רחמנא ליצלן ”חרפו עקבות משיחך” זיי קענען ניט פארליידן אז מ'זאל רעדן אז מ'הערט עקבות משיחך.

92און אנטקעגן דערויף האט מען איבערגעגעבן, אז די איצטערדיקע ”מלחמת בית דוד” איז דאס ניט ארויפגעלייגט געווארן אויף די וואס זיינען געווען אדער זיי געפינען זיך איצטער אין א מעמד ומצב בדומה ווי דער מעמד ומצב דעמאלט, נאר דאס געהערט צו דעם גאנצן דור.

93וואס דערפאר האט זיך דאך נשיא דורנו מוסר-נפש געווען אויף מפיץ זיין מעיינות החסידות, מיט די עבודה'דיקע מאמרים און אויך די השכלה-מאמרים, אז ס'זאל אנקומען לכל אחד ואחת בלשון כל עם ועם, אפילו צו קטנים שבקטנים בידיעה, אויך צו קטנים שבקטנים אין אידישקייט.

94עאכו"כ קטנים שבקטנים אין חסידות.

95ווערט דאך די שאלה, היתכן?

96ער ווייס דאך ”ידע אינש בנפשי” ווי אזוי וועט ער אויפטאן אט דאס וואס דעמאלט האט מען אויפגעטאן די חסידים בדור ההוא?

97בפרט וואס זיי זיינען געווען אין א מעמד ומצב דעמאלט ווי דערמאנט פריער ”והיו עיניך רואות את מוריך וכו” און איצטער דארף מען מערניט ווי דערמאנען און דערציילן וואס דער בעל ההולדת האט אויסגעזען און וואס ער האט געהייסן טאן וכו איז על דרך זה, ווי דערמאנט פריער, אז אף על פי וואס ס'איז ירידת הדורות,

98איז אבער רעדט זיך איצטער וועגן אן עבודה וואס זי איז א סך א לייכטערע אויף דורכצופירן, בדוגמא ווי דער חילוק אז מ'דארף מברר זיין פ'ו ניצוצות, ווארום ר-בי זיינען שוין נתברר געווארן,

99וואס על דרך זה איז אויך פארשטאנדיק דער חילוק אין דעם בירור פון די פו ו' גופא, וואס דער בירור זייער האט זיך אנגעהויבן גלייך נאך 'גלות מצרים', און דעמאלט איז אויך געווען ירידת הדורות מדור לדור, אויך אין בתי מקדשים, בית-מקדש ראשון, וואס אין אים איז געווען אויך די חמשה דברים משא"כ בית-מקדש שני,

100עאכו"כ אין דעם גלות שלאחרי חורבן ”בית המקדש שני” לגבי גלות בבל, עאכו"כ אין דעם גלות גופא, ביז עקבות דמשיחא.

101וואס דערפאר איז כאמור איז קרוב לודאי, עאכו"כ בנוגע לפועל, אז מ'זאל זיך ניט איינרעדן וואס דאס קומט פון דעם קלוגינקן, אז דאס איז גערעדט געווארן בשנה מסויימת, און גערעדט געווארן במעמד ומצב מסויים, און דאס האט גערעדט דער בעל יום ההולדת, און האט דאס גערעדט אין א פארברענגען אויך א מסויים,

102מיטן גאנצן שטורעם שבדבר.

103דערנאך קומט מען צוגיין אין א וואכעדיקן טאג, אין א מדינה וואס דאס איז גאר אין חצי כדור התחתון, און מ'רעדט ניט נאר מיט ישיבה-בחורים, נאר בעיקר גאר מיט דעם רוב ”התורה על הרוב שתדבר” וואס דאס איז גאר ניט ישיבה-בחורים, און מ'זאגט, אז צו יעדערן פון זיי, און אויך צו נשים,

104גייט יעדער ווארט פון דער גאנצער שיחה.

105און מיט דער הוספה, אז ס'איז א זיכערע זאך, אז זיי האבן זיך געפירט אז ו”אינו מבקש אלא לפי” כוחו אויב ער מאנט מערער איז דאס ניט על-פי תורה, על-פי תורה טאר מען ניט מאנען מערער וויפל ס'איז בכוחו, ווי דערציילט בנוגע צו מצות צדקה,

106אז גבאי צדקה האבן זיך אויסבאהאלטן פון אט דעם וואס זיי האבן געוואוסט אז ער איז ניט בכוחו דעמאלט תורם זיין לצדקה כדי אים ניט ענג צו מאכן, האבן זיי זיך אויסבאהאלטן פון אים עאכו"כ אז ס'איז ניט שייך צו זאגן, אז מ'זאל גיין און מאנען!

107און דא זאגט מען, אז מ'איז געגאנגען און מ'האט געמאנט, און מ'האט דאס געהייסן אפדרוקן, און מ'האט דאס געהייסן מפיץ זיין, און אין דערויף גופא, כאמור, איז דא א חילוק בתקפו עומד כל השנה כולה, בשעת ס'קומט אבער א יום מסויים בשנה,

108וואס דעמאלט איז ”מזלו גובר” איז דאך א זיכערע זאך, אז די אלע ענינים וואס ווערן מושפע פון מזלו, וואס דאס איז זיין ”תורתו ועבודתו והוראות” שלו און די שיחות קודש שלו, שטייען אויך בהתגברות, וואס דעמאלט איז נאך ”ביתר שאת וביתר עוז” די נתינת הכוחות,

109און דעמאלט קומט נאך צו אויך דער חיוב, אז א נשיא בישראל גיט זיך אפ כדי אויף צו געבן איינעם אדער איינע כוחות, איז דעמאלט אויב רחמנא ליצלן אז מ'נוצט דאס ניט אויס, איז דאס ניט נאר וואס ער איז ניט ממלא תפקידו, נאר ער איז כביכול ברענגט אריין א בלבול אין די תפקידו ושליחותו פון א נשיא אלס א נשיא,

110וואס האט זיך אין אים אריינגעלייגט און האט צוליב אים געזאגט די שיחה.

111”חייב אדם לומר בשבילי נברא העולם” און צוליב אים האט מען דאס געהייסן אפדרוקן.

112דערנאך וועט דאך קומען צוגיין דער קלוגינקער און זאגן אז דאס איז א גוטער פשט"ל, אדער ניט אזא מין גוטער פשט"ל, וואס איז דאס אים נוגע און וואס דאס איז נוגע לפועל זאל מען וויסן זיין, אז דער קלוגינקער אליין זאגט דאס אויך ניט!

113דאס איז מערניט ווי דערמאנט פריער, וואס ער איז מגרה דעם יצר-הרע, דער חוטש, ”חטאנו לפניך ביצר הרע” דעם יצר-הרע פאלט אויך ניט איין אזא שטות,

114נאר ”חטאנו לפניך ביצר הרע” ער רעדט איין דעם יצר-הרע, אז דער יצר-הרע זאל אזוי מיט אים טענה'ן.

115ויש להאריך בזה, אבער זיכער ממה נפשך, אויב ס'וועט העלפן איז גענוג אט דאס וואס מ'האט געזאגט, און אויב דאס וואס מ'האט געזאגט וועט ניט העלפן ווייס ניט וואס מ'קען אין דערויף מוסיף זיין.

116און ”כל ישראל בחזקת כשרות” וויבאלד אז דאס איז ניט קיין אייגענע, דאס איז געדרוקט געווארן, און יעדערער קען א קוק טאן אינעווייניק, די אלע ענינים וואס, כאמור, זיינען שוין אלע געדרוקט,

117ניט נאר מ'דארף אנקומען צו א הנחה און דערנאך ארומלויפן זוכן איר וכו דאס איז א געדרוקטע זאך און א מוגה'דיקע זאך וכו מ'דארף מערניט ווי מאכן דערמיט ”טאפארו דא פלאחו” ער דארף וויסן זיין, אז דאס מיינט מען אים אליין און איר אליין, און מ'מיינט דאס ניט סתם ער זאל הערן א שיחה נאה.

118אדער אפילו אז הער האט אים איבערגע'חזר'ט א ווארט פון א רבי'ן פון א נשיא דורינו, אדער פון זיין פאטער, האט ער מקיים-געווען אויך דעם ענין פון 'לימוד התורה', און ”תלמוד תורה כנגד כולם” זאגט מען, אז א מצוה שהזמן גרמא און א מצוה עוברת איז יבוכה אפילו תלמוד תורה!

119אזוי איז דער דין אין שולחן-ערוך! וכאמור בפשטות מיינט מען דאס, אז יעדער איד מיט וועלכן מ'קומט אין פארבינדונג דארף מען וויסן זיין, אז די אלע ענינים וואס ער רעכנט, אז צוליב דערויף טרעפט ער זיך מיט אים,

120איז א ספק צי דאס איז דער עיקר, וואס ס'איז אבער א דבר ברור איז, אז ער דארף מיט דעם אידן אויפטאן דעם ענין פון הפצת מעיינות חוצה, ווארום אט דאס איז די ”מלחמת בית דוד” בימינו אלו,

121”חרפו עקבות משיחך” אויף מיט זיי מלחמה האבן טאקע בדרכי נועם ובדרכי שלום, אבער אין אן אופן פון מלחמה וואס ביי מלחמות פסק'נט ער אפ אין רמב אים בארוכה ובפשטות, אז מ'טאר ניט זיין קיין ”ירא ורך הלבב”

122במילא טאר ער ניט טראכטן וועגן סכנת המלחמה, דעמאלט קען ער זיך ברענגען אויף צו עובר זיין אויפן ציווי וואס מ'טאר ניט זיין קיין ”ירא ורך הלבב”.

123ער דארף טאקע גיין בדרכי נועם ובדרכי שלום, אבער ניט בלייבן זיצן בא זיך אין זיינע ד' אמות, אפילו ווען דאס איז ליובאוויטש, וואס מ'מאנט ביי אים אז ער זאל ארויסגיין אין חוצה,

124וואו ס'געפינט זיך אט די פון ”חרפו עקבות משיחך” און דארטן מפיץ זיין די מעיינות, במילא וועט זיין 'קאתי מר דא מלכא משיחא' וועט עקבות משיחך דערהערן די עקבות משיח צדקנו בפשטות, און מ'וועט גיין אים מקבל פנים זיין מתוך שמחה וטוב לבב,

125ו בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו אז קיין איין און איינציקער איד וועט ניט בלייבן אין גלות, און מ'וועט אויפטאן מיט יעדער אידן און מיט אלע אידן,

126אז יעדערער פון זיי זאל ארויסגיין אין ”מלחמת בית דוד” און ס'איז א זיכערע זאך אז מ'וועט מנצח זיין, ווארום ”דוד מלך ישראל חי וקיים” און ס'וועט זיין בעגלא דידן ”מיד הן נגאלין” כפסק דין הרמב"ם בגאולה האמיתית והשלימה, על ידי משיח צדקנו, דוד מלכא משיחא.

127לחיים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions