transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1ס'איז דאך ידוע וואס ס'ווערט געבראכט, וואס די אחרונים זיינען מדייק, אז אין ספר פון איינעם פון די בעלי התוספות, וואס דער ספר ווערט אנגערופן שאלה תשובות מן השמים וואס דארט איז דא צענדליקער און צענדליקער תשובות,
¶2און מערניט ווי ביי איינער פון זיי דערמאנט ער דעם יום השבוע פון דעם יום החודש, בא א צווייטן דערמאנט ער מערניט ווי יום החודש, אבער ניט ביום השבוע, און ביי אלע איבעריקע איז ניטא אינגאנצן קיין תאריך ניט דערמאנט דעם טאג.
¶3אין דער תשובה וואס ער דערמאנט סיי די יום השבוע סיי די יום החודש, שרייבט ער, אז דער זמן פון דער שאלה צו תשובה איז געווען ביום השלישי יט' כסלו,
¶4און דערנאך איז ער מסיים אין דער תשובה מן השמים ”היום יום בשורה הוא”, און פון דער תוכן התשובה איז אינגאנצן דארט ניטא קיין ענין פון די ענינים של בשורה, דארט איז מערניט ווי די תשובה אויף די שאלה והוראה פון דעם דין וואס ער האט ביי אים דארט געפרעגט, וואס האט אויך א שייכות צו ”לימוד תורה בטהרה”.
¶5איז ער מבאר אין אחרונים, אז בשעת מ'קוקט אין דברי ימי ישראל, און מ'זוכט וואס איז געווען פאר א בשורה ביום יט' כסלו, געפינט מען דאס דער חג הגאולה פון דעם אלטן רבי'ן.
¶6הוכחו דער טאג וואס דאס איז דער יום הילולא, ווי דער אלטער רבי שרייבט אין דער אגרת הקודש וועגן זיין יציאה לחירות, ווען ער האט געזאגט ”פדה בשלום” און ביום ט בחודש שרייבט ער דער ענין אז ס'איז געווען יום הילולא פון מורינו, פון רבינו, פון דעם מעזריטשער מגיד, אבער שווער צו זאגן,
¶7אע' פי וואס מ'געפינט אין תנאך דער לשון פון בשורה אויך אויף אזוינע ענינים, איז שווער צו זאגן אז דאס זאל זיין מערניט ווי דער איינציקער פירוש אין יום בשורה, אז דאס איז א ענין פון הסתלקות פון דעם מדריטשער מגיד.
¶8וואס דערפאר איז מען מפרש באחרונים, אז ס'איז ניטא קיין אנדער ביאור, אויף די תשובה מן השמים, מי'ט'כסלו, איז דאס א יום בשורה, מיט א בשורה וואס דאס איז געווען די בשורת הגאולה,
¶9וואס זי איז דאך געווען פארבונדן מיט די גאולה פון א חלק בתורה, פון 'פנימיות התורה', אז מ'זאל איר קענען לערנען בגלוי ובהסברה, ביז אין אן אופן פון ”יפוצו מעינתיך חוצה” וואס דאס איז דאך געווען בי"ט' כסלו, אז ס'איז בטל געווארן דער קיטרוג און דער דין למטה,
¶10איז דאס געווען די הוכחה, אז ס'איז בטל געווארן די הגבלה וואס איז געווען מלמעלה אויף ניט לערנען 'פנימיות התורה' אין אן אופן פון הסברה ויפוצו, כידוע דער סיפור פון דעם חלום, פון דעם אלטן רבי'ן בזה,
¶11אז דאס איז געווען מלכתחילה א קיטרוג, און דערנאך איז געווען דער ענטפער אויך מן השמים, אז אדרבא, ניט נאר ער זאל ממשיך זיין ווי ער האט געטאן ביז דעמאלט,
¶12אף על פי וואס דאס האט גורם געווען א קיטרוג, נאר ער זאל נאך מוסיף זיין בזה, און ווי ס'איז טאקע דערנאך אזוי געווען בפועל על ידו, און דערנאך על ידי הנשיאה ממלאי מקומו, אנהויבנדיק פון בנו, וואס אויף אים זאגט מען דאך אז זיין חסידות איז געווען מלחובות הנהר דעם מיטעלן רבי'ן, בהרחבה גדולה ובביאור גדול,
¶13ורחב ועמוק וכו' מיט אלע פרטים וואס מ'זאגט אין דעם, ווי מ'זעט דאס אויך בפועל פון זיינע ספרים און פון די מאמרים וואס זיינען נאך ניט געדרוקט,
¶14ווי אזוי ס'איז אלץ אין אן אופן פון התרחבות, און דערנאך ווערט דאס אזוי נמשך על כל הדורות שלאחרי זה.
¶15ס'איז דאך דא אזוינע וואס זיינען תמיהם היתכן אז אין א ספר, אין שאלות-ותשובות, וואס דאס איז א ספר וואס ס'איז געווען בזמן בעלי התוספת,
¶16און דערנאך אין כתב יד, דערנאך איז דאס אראפגעקומען אויך אין דפוס כמה שנים איידער ס'איז געווען די גאולה, איז זאל שוין דארט געזאגט ווערן אין יום בשורה בהנוגע צו א מאורע וואס ס'וועט זיין אין כמה דורות לאחרי זה,
¶17איז דאך ידוע אז ס'איז דא נאך א דבר גדול מזה, אע' פי וואס דער ענין איז אין קו ההיפך פון אהבה גלוי' וואס דאס איז וואס ס'שטייט אין מגילת תענית בהנוגע צו ט' בטבת, וואס דערנאך איז מען מפרש אין ראשונים,
¶18על ערך אויך אין זמן התוספות, אז אע' פי וואס מגילת תענית שטייט ניט קיין טעם פארוואס איז דעמאלט געווען דער תענית דאס איז פארבונדן מ'איז מבאר דער ראביד וכו' מיט א מאורע וואס האט געטראפן הונדערטער און הונדערטער יארן לאחרי זה אין די מסעות הצלב וכו
¶19וואס מגילת תענית איז א ספר וואס איז בגלוי אינגאנצן א נגלה ספר, און אף על פי כן זאגט מען אז דאס איז פארבונדן וואס דארט שטייט בפירוש ווי אזוי מ'זאל זיך נוהג זיין בזמן פון מגילת תענית, וואס דאס איז א באווארעניש און א תיקון אויף א מגי אויף א ענין אויף א מאורע פון כמה דורות לאחרי זה,
¶20על אחת כמה וכמה אין שאלות-התשובות מן השמים, וואס כשמם כן הוא דער מחבר ר' יעקב מקורבל שרייבט אליין אין דעם חיבור, אין די הקדמה לחיבורא, אז דאס איז געווען א תשובה מן השמים.
¶21וכידוע די שקלא וטריא אין אחרונים, אין ראשונים, ווי קומט דאס אז מ'אף על פי כן פסק'נט פון דינים לויט די שאלות ותשובות?
¶22אף על פי וואס לא בשמים ניט, כמבואר בארוכה בכמה מקומות אין אחרונים וראשונים וכו.'
¶23איז דאך דארט על אחת כמה וכמה אז אין מקום לתמיה כלל וואס מן השמים זאגט מען אן אן ענין וואס דאס איז א תיקון און פארבונדן מיט א מאורע לכמה זמן לאחרי זה,
¶24און מ'געפינט נאך אזוי כמה דוגמאות לזה, ביז אפילו אויך אין אונזער סדרה בהנוגע צו שכם, ווי רש"י ברענגט דאס אראפ אז ס'איז געווען מקום המוכן, און ברענגט אראפ די מאורעות וואס זיינען געווען אין כמה דורות לאחרי זה, כמבואר במדרשים בארוכה און אין פירוש רש"י בקיצור.
¶25על כל פנים בהנוגע לעניננו, איז דאך אויך ווי געזאגט פריער אז דא איז מען אויך מדגיש ניט נאר דער אלטער רבי אין אגרת הקודש שלו נאר אויך אין דעם רמז אין שאלות ותשובות מן השמים איז ער מדגיש דעם איין און איינציקן מאל אין די אלע שאלות ותשובות, ווען ס'איז געווען דער טאג בשבוע,
¶26אז דאס איז געווען ”יום ג' בשבוע”, וואס דאס איז ניטא אין די אלע איבעריקע שאלות ותשובות שלו.
¶27וואס דאס ווערט נאכמערער מודגש, אז ס'איז דאך פונקט ווי דער אלטער רבי אין אגרת הקודש שלו פארבינדט דאס מיט אמירת הפסוק ”פדה בשלום נפשי”,
¶28איז דאך אויך רבותינו נשיאינו ממלא מקומו, אין כמה מאמרים פארבונדן מיט י'ט' כסלו, הויבט זיך אן דער מאמר מיטן פסוק ”פדה בשלום נפשי”, און דערנאך איז מען מבאר אויך ענינים, ביז אין מעשה בפועל בעבודה,
¶29איז אין ענינים פון תורה ומצוות וואס זיי זיינען פארבונדן מיט שלום ועשי' שלום צווישן שני ענינים, אנהויבנדיק פון דאס וואס די גמרא זאגט בפירוש, אז דאס איז ”עוסק בתורה ובגמילות חסדים ומתפלל אין הציבור”, ווי רש"י איז מפרש גלייך על אתר די שייכות פון זיי מיטן ענין פון שלום,
¶30ובפרט נאך לויט דעם תוספות ביאור אין מאמרי רבותינו נשיאינו.
¶31וואס דא קומט צו נאך בשנה זו נאך א דריטער ענין, ווי דערמאנט פריער, אז דאס איז שנת מאה ושמונים פון זינט דער גאולה, וואס בא יעדער ענין זוכט זיך א איד עפעס א ”רמז בתורה”,
¶32על כל פעמים א דרך הידוע וואס מ'זאגט בנוגע צו סימנים אין שס, אז בפשטות האט מען געמאכט די סימנים כדי ס'זאל זיין לייכטער צו פארדענקען די הלכות אדער די מאמרים אויף וועלכע דער סימן קומט.
¶33כדי ס'זאל זיין לייכטער צו פארדענקען געפינט מען א ווארט וואס האט א תוכן 'מצד עצמו', און דאס איז איין און איינציקער ווארט, אדער צוויי ווערטער וכיוצא בזה, און דער ראשי-תיבות שלו, אדער דער רבי שבו, די אלע שורת המאמרים וההלכות אויף וועלכע דאס קומט אלס א סימן.
¶34וואס דאס איז דאך שלא כדעת הטועים, הטועים מיט א ת' במילא קומען זיי אויך צו א טועים מיט א ט' ווארום מ'בלאנדשט אין דרכי התורה און דעם דיוק שבתורה,
¶35אז מה-דאך, אז אין וועלט איז יעדער ענין 'בהשגחה פרטית', ווי תורת הבעל שם טוב הידועה, און ס'איז ניט קיין קשיא פון שיטת הרמב"ם במורה נבוכים ווי גערעדט כמה פעמים בארוכה און שוין אויך געדרוקט וכו,' על אחת כמה וכמה אז ענינים אין תורה זיינען 'בהשגחה פרטית',
¶36אז דער סימן איז פארבונדן מיט די הלכות איז א סימן אז ס'איז דא א שייכות ביניהם.
¶37ביז וואנענט אז מ'ברענגט אויף דערויף א ראי' פון א משנה מפורשת, און פון אן עבודה בפועל, און פון אן עבודה במקדש, וואס דאס איז דאך אמיתית ענין עבודה, אז איידער מ'האט מקריב געווען דעם ערשטן קרבן בכל יום ויום, דעם קרבן תמיד,
¶38האט מען געפרעגט, צי ס'זעט דאך שוין דער הוייב ביז וואנענט אז ס'זעט זיך און ס'ווערט ליכטיק אין חברון, און מ'איז מסביר אז דאס איז א געלעגנהייט אויף דערמאנען דעם זכות אבות שבחברון.
¶39וואס דארט איז דאך ניט דער פשט אז ס'איז מערניט ווי דערמאנען און דערביי בלייבט דאס, נאר ווי דער תוכן פון דעם פירוש אז דאס זאל מעורר זיין דעם זכות אבות שבחברון.
¶40דורך וואס איז מען דאס מעורר?
¶41דורך דעם איין און עציקער ווארט מיט דעם אנדער שטאט, וואס על דרך זה איז דאס בכל הסימנים שבשס ושבתורה בכלל.
¶42וואס דערפאר איז דאך ידוע אויך די הנהגה פון כמה גדולים, אז אפילו אין ענינים פשוטים שלהם, ביז וואנענט אפילו אין ענינים וואס איז געווען פארבונדן מיט לשון עם ועם, מיט לשון המדינה,
¶43האבן זיי אין דערויף געזוכט רמזים, און ראשי תיבות'ן, ביז אפילו עניני יחודים, כמבואר מסיפורי חיי צדיקים.
¶44וואס עד"ז אויך, ומכל שכן וקל וחומר, אז מ'דערהערט אז דאס איז הונדערט און אכציק יאר, הויבט מען אן זוכן אין תורה וואו געפינט מען א ענין פון הונדערט און אכציק יאר,
¶45וואס מ'געפינט דאס אין היינטיקער סדרה.
¶46וואס דארטן שטייט, אז ימי שני חיי יצחק איז געווען ”מאה ושמונים שנה”.
¶47בא שלשה אבות איז בא אברהם אין געווען קעין ה', בא יעקב איז געווען קמ ז', על דרך זה בא שאר השבטים, ווי געבראכט אין מדרש די חשבונות, אלץ ניט אט דעם מספר.
¶48אט דאס וואס מ'געפינט רמיזה באורייתא א מספר פון ”מאה ושמונים שנה” געפינט מען דאס בנוגע צו יצחק'ן.
¶49מ'געפינט אויך א ביאור אין מדרשי חזר דער גודל הענין וואס דאס איז געווען ”מאה ושמונים שנה”.
¶50וואס אזוי איז דאך א כלל, ווי דער מדרש ברענגט אראפ בנוגע צו ימי צדיקים, אז זיי זיינען תמימים, ביז וואנענט אז מ'זוכט א טעם, פארוואס איז ביי אברהם'ן געווען מיט פינף יאר ווייניקער, כדי ס'זאל מקויים ווערן די הבטחה פון בסיבה טובה, פארוואס איז ביי יעקב געווען קויף מ'ז'פעמים ווי דער טעם שטייט דארטן,
¶51וואס דערפון איז נאכמער מודגש, אז על דרך הרגיל לולי טעמים צדדים לולי אנדערע טעמים האט געדארפט זיין ימי שני חייהם, ביי אברהם'ן און ביי יצחק'ן און ביי יעקב'ן, במילא ושמונים שנה.
¶52דער פסוק זאגט דאך ”והיו ימיו מאה ועשרים שנה” וואס עפעס מיט אמאל ”מאה ושמונים שנה”?
¶53איז וואס דער טעם והסבר זאל ניט זיין בזה, איז דאך אבער פארשטאנדיק, אז ”אין כורעין אבות אלא לשלשה” וואס יעדער איד זאגט ”אלקי אבי אברהם” און אויך בדוגמא ווי יעקב האט געזאגט ”אלקי אביו אברהם און אלקי אביו יצחק”, ועל דרך זה אור בהנוגע צו יעקב'ן,
¶54ביז וואנענט אז תורה פסק'נט אפ, אז יעדער איד רופט אברהם יצחק ויעקב'ן בשם אבות און ”אין קורין אבות אלא לשלשה” איז ימי שני חייהם איז דאס אן ענין פון ”מאה ושמונים שנה”.
¶55וואס ימי שני חיי וואס חיים שחייהם של צדיקים איז דאך ווי מ'ברענגט אראפ בכמה מדרשים, איז דאך דאס תורה ומצוות אין דערויף באשטייט זייער לעבן, און דערמיט לעבן זיי בכל יום ויום,
¶56על אחת כמה וכמה אין כללות ימי חייהם, וואס דאס איז דאך אויך א יסוד אויף איינע פון די ביאורים, פארוואס עפעס איז דער שלימות פון ימי צדיקים איז דער ענין פון ”מאה ושמונים שנה”.
¶57וואס דער מאה ושמונים איז פארבונדן מיט תורה ומצוות, כמבואר בכמה מקומות, אין כאן המקום להאריך בזה.
¶58וואס דערפאר, אז ס'קומט-צו נאך א רמז בהנוגע צו ענינים פון צדיקים ”אין קורין אבות אלא לשלשה”, ובפרט נאך וואס ס'איז מעבודת האדם איז ”העוסק בתורה ומילות חסדים ומתפלל” אים א ציבור איז דאך דאס אויך אנטקערן די ג' אבות, וואס ענינות של אברהם איז דאך געווען גמילות חסדים,
¶59און ענינות של יצחק איז געווען מתפלל, ”ויצא יצחק ולשוח בשדה” וואס דאס שטייט בגלוי, און ענינות של יעקב איז דאך געווען ”יושבי אוהלים”,
¶60עלות של שם און עלות של אבר, און ווי מ'זאגט אין מדרשים אז דאס איז ברמז עלו של שם על תורה שבכתב, וואס 'כל התורה שמוסיף של הקב"ה' ועלו של עובד, די תורה שבעל פה וואס זי גיט זיך איבער מדור לדור במסורה בעל פה, וואס דאס איז דאך די ”תורה שם בישראל”,
¶61איז אט די דריי ענינים זיינען פארבונדן מיט די אבות, און מ'ווערט במיוחד מודגש אז ס'ווערט ”מאה ושמונים שנה”, און ס'איז דאך אויך פארבונדן מיט די הבטחה פון דער בעל שם טוב האט געהערט פון משיח'ן,
¶62אז ”כשיפוצו מעינותיך חוצה” איז אט דעמאלט אשי מה דא מלכא משיחא, ווארום דער גאנצער ענין פון לעתיד-לבוא זאגט מען אויף דערויף ”אברהם לא ידענו”, און וועמען וועט מען זאגן?
¶63דוקא ליצחק אתה אבינו איז דער אלטער רבי, בעל השמחה והגאולה, מבאר דער ענין אין ”תורה אור”, בסוף ”אין מגילת אסתר”, די דרושים פון פורים, און אויך מרומז אין נגלה, ווי די גמרא דערציילט אין א גאנצע סוגיא אין שבת,
¶64אז בשעת מ'איז געקומען צוגיין אז אברהם זאל מגין זיין און מלמד זכות זיין אויף אידן, האט דער אויבערשטער געזאגט אים א טענה, און אברהם איז געבליבן מיט דעם ענטפער,
¶65און דערנאך האט מען געזאגט יעקב'ן, און יעקב איז אויך אנגענומען דעם ענטפער, אז ס'איז געקומען אבער צו יצחק'ן, כי יצחק אבינו האט ער געענטפערט אויפן אויבערשטן'ס ענטפער, און ס'איז געבליבן אזוי, ”ליצחק כי אתה אבינו” וואס דאס וועט זיין דער יסוד פון דער גאולה לעתיד לבוא,
¶66איז דעמאלט וועט מען זאגן ליצחק אבינו איז דאס אויך בהדגשה און ברמז, און נאכמער אויך בהדגשה איז ”מאה ושמונים שנה” וואס יפוצו מעיינותיך חוצה האט דאך א קשר בגלוי, מיט די גאולה פון י'ט' כסלו, כמבואר בארוכה אין דער שיחה הידועה פון דעם רבי'ן נשמתו עדן,
¶67אז דער עיקר פון יפוצו מעיינותיך חוצה האט זיך אנגעהויבן נאך פטרעבורג, ווי דאס איז נאך יט' און כסלו.
¶68ויהי רצון, אז בקרוב ממש זאל מען זוכה זיין, אזוי ווי מ'רעדט וועגן דער גאולה האמיתית והשלימה זאל זיין דער ”ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים” אז בימיו ובימינו תבשה ישראל ויהודו יושב לבטח בקרוב ממש, במהרה בימינו ממש בביאת משיח צדקנו.
¶69לחיים.