עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-t4qnfpet

kind
paragraph
order
Hi
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
דערביי דערלערנט מען נאך א זאך פון יוסף הצגיר, אז אויב אפילו ס'ווייזט זיך אויס אז ס'איז דא שוועריקייטן, כדי דורכצופירן דעם אויבערשטנ'ס רצון, דערפאר וואס מ'האט א שטארקן יצר הרע, רחמנא ליצלט, מיט וועלכן מ'האט נאך ניט מלחמה געהאלטן מיט א טאג פאר דעם ער זאל אינגאנצן ווערן אויס, אדער מ'לעבט אין אזא מין אויברה וט צווישן אזעלכע שכנים ניט קיין אידישע, און וואס פירן זיך אויף ניט ווי ס'דארף-צו-זיין איז שווער זיך אויפפירן פארקערט אין אלע זאכן פון אלעקינדער וואס געפינען זיך אין דעם אברהור, אדער פארשידענע אנדערע שוועריקייטן, בשעת מ'קוקט זיך אריין און מ'טראכט אריין אפילו אויבן-אויפיק אין יוספ'ס א צדיק'ס לעבן זעט מען, אז ווען האט ער דורכגעפירט זיינע שליחות אין וועלט, איז דאך דאס געווען בשעת ער איז שוין געווען אן ערוואקסענער, זינט ער איז געווארן אלץ זיבעצןיאר, איז דעמולט האט מען ים צוגענומען פון ארץ ישראל, און פון דעמולט אן, פון זינט זייענדיק זיבעצן יאר, ביז וואנענט ער האט געלעבט הונדערט און צען יאר, איז די אלע יארן, די צענדליקער ביז קארגע הונדערט יאר פון זיין לעבן, האט ער געלעבט אין ארץ מצרים, אין א לאנד וואס זי האט זיך אויפגעפירן, ניט ווי ס'דארף-צו-זיין, ווי דערציילט אין מערערע ערטער אין תורה, אז מצרים איז געווען א לאנד וואס דארט איז געווען דבהובי די אויפפירונג ניט ווי ס'דארף-צו-זיין, און יוסף האט דאך דארט געלעבט, ווי געזאגט פריער, כמעט זיין גאנצן לעבן, און האט געהאט צוטאן, און האט זיך געטראפן מיט דעם מענטשן אין מצרים,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions