transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1אזוי ווי היינטיקן יאר הויבט זיך דאך אן חנוכה שבתו נאכט, ס'איז דאך דא כמה ענינים וואס מ'דארף צוגרייטן כדי דערנאך זאל דאס זיין בתכלית השלימות, במילא דארף מען דאס נאך צוגרייטן פאר שבת,
¶2מ'קען דאך אפילו ניט פארלאזן אז מ'וועט וועגן דערפון מפרסם זיין ביום השבת, וויבאלד אז דאס איז ענינים וואס דארף זיך אנהויבן גלייך נאך שבת,
¶3וכל המגבים הרי זה משובח וכו' במילא איז איצטער די געלעגנהייט אויך דערמאנען וועגן דערויף און דאס וואס מ'וועט ניט דערמאנען ווען זיכער יעדערער זיך אליין דערמאנען, און דערמאנען אויך די אלע צו וועלכע ער קען דאס איבערגעבן.
¶4אז אזוי ווי גלייך נאך שבת הויבט זיך אן דער ענין פון חנוכה, זיי וועלן שוין פון פאר שבת מאכן די הכנות וואס מ'קען זיי ניט מאכן בשבת עצמם, און אפילו אט די הכנות וואס מ'קען מאכן בשבת וועט אויך זיין מערער מסודר אז מ'וועט דאס מאכן אין א הווכעטיקן טאג,
¶5וואס דעמאלט דארף מען זיך ניט אויסרעכענען, און רעכענען וואס ס'איז מוקצה און וואס ס'איז ניט מוקצה און וואס ס'איז אויסרעכענען נאך מיט אזא תנועה וכיוצא בזה.
¶6וואס בכלל איז דאך דער ענין פון ”חנוכה על פתח” ביתים בחוץ, כמדובר כמה פעמים, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז איינער פון די ענינים עיקרי אין חנוכה איז אז מ'זאל דערגרייכן יעדער אידן און אלע אידן,
¶7ואדרבא, השתדלות מיוחדה דארף זיין בנוגע צו אט די אידן וואס מצד סיבות שונות ומשונות געפינען זיי זיך דערוויילע נאך, מאיזה טעם שיהיה מבאחוץ פון עניני יהדות בתכלית השלימות, אדער אפילו פון עניני יהדות בכלל ובסתם,
¶8און אין די ענינים איז דאך יעדער זאך וואס איז א ספק איז אפילו מספק דארף מען זיך אויך משתדל זיין בנוגע צו אט די אידן, וואס אט די אידן, איז וויבאלד אז ”אף הם היו באותו הנס” איז דאך פארבונדן אויך נאכמער הדגשה בהנוגע צו,
¶9אז ניט נאר אנשים נאר אויך נשים דארף מען זיך אויך משתדל זיין אויף באווארענען אויך בנוגע צו נשים, צום אלעם ערשטן, אז אין די ערטער וואס מאיזו סיבה שתהי' איז ניטא קיין מאנסביל וואס זאל אנצונדן די חנוכה מנורה,
¶10זאל מען באווארנען אז ס'זאל לכל הפחות זיין אן אשה אדער א צעירה וואס וועט אנצונדן דעם חנוכה ליכט, אף על פי וואס כמה טעמים איז בלחר אז ער זאל אנצונדן א מאנסביל,
¶11און אויך מרבי זיין די ענינים שבדבר וכו' וכו' אין אזא סגנון אז נשים זאלן דאס קענען אויסנוצן אלס א קרת הבית אין הנהגת הבית, און וואס בכלל איז דאך דער ענין פון חנוכה פארבונדן מיט דער גאנצער שטוב, ווארום דאס האט דאך אכט טעג וואס אין א שטוב איז דאך דא שינויים לגבי הנהגת הבית ביום השבת,
¶12אדער ערב שבת אדער מוצאי שבת, אדער אין אייזה טעג פון די ימי השבת, בשעת מ'האט אזא יום-טוב וחנוכה האט מען די געלעגנהייט אז ס'זאל זיין די מעשה בפועל פון די אלע שינויים וואס קען זיין במשך ימי השבוע, וואס דערפון דארף מען האבן אכט טעג, אויף דערויף איז ניט מספיק קיין סיבן טעג, דערפאר וואס ס'איז דאך דא ענינים וואס זיינען פארבונדן מיט מוצאי שבת,
¶13און ענינים פארבונדן מיט ערב שבת, מיט מעלת שבתא, במילא איז זיבן טעג איז אויף דערויף ניט מספיק, מ'מוז האבן פשוט, ווי בפשטות פארשטאנדיק אכט טעג.
¶14וואס לכל לראש, כמדובר, די השתדלות, אז יעדערער האט דאך זיך שכנים און האט באקענטע און גוטע פריינט איז דארף ער זיך משתדל זיין, מברר זיין, אפשר איז דא א ספק, אז איינער פון זיינע באקענטע ווייס ניט דעם שטורעם פון חנוכה, אדער ער ווייס בכלל ניט קיין פרטים וועגן חנוכה,
¶15אדער ער ווייס גאר בכלל אויך ניט די ענינים זאל ער שוין באווארענען, וואס אויף די ענינים איז דאך דא כמה ענינים וואס מ'דארף באווארענען, כמדובר, נאך ערב חנוכה, דאס הייסט היינט ביינאכט אדער מארגן, ”קודם ביאת כניסת השבת”, וואס אין דערויף איז אויך נכלל, ווי גערעדט כמה פעמים,
¶16אז חנוכה איז דאך מלשון חינוך, במילא איז דעמאלט פונקט ווי ס'איז געווען דעמאלט דער חינוך המזבח, אדער חינוך המקדש, ווי מ'טייטשט אין ענין פון חנוכה ווי ס'איז געווען בפשטות,
¶17חינוך המנורה, חינוך המזבח, אדער חינוך כל בית המקדש וכו' וכו במילא אונטערשלייכט דאס נאך מערער די השתבלות בנוגע צו חינוך פון קינדער, און בפרט נאך אז דאס איז דאך שנת הילד והילדה וואס איז אנגענומען געווארן על ידי כמה וכמה והולך ומת רבה,
¶18במילא דארף מען אויך פארבינדן דאס, און אויך אויף א קינד וועט מאכן א גרעסערע השפעה בשעת מ'וועט אים גלייך געבן די חנוכה געלט,
¶19וואס אף על פי וואס ס'איז דאך דא אין דערויף חלוקי מנהגים אין וועלכע נאכט מ'גיט די חנוכה געלט, אדער אין וועלכן טאג מ'גיט די חנוכה געלט, און מ'דארף דאך ניט ”אל תשענו מנהג אבותיכם” אז מ'קען דאס לייכט באווארענען וכו,' לכל הדיעות ולכל המנהגים, אז מ'וועט מוסיף זיין געבן אין א טאג אדער אין א נאכט וואס בשנה שלפני זה האט ער דעמאלט נאך ניט געגעבן קיין חנוכה געלט,
¶20וועט זיכער דער מקבל פון דער חנוכה געלט, בפרט אויב דאס איז א קינד וועט ער זיכער קיין פאראיבול ניט האבן, און מ'וועט אים זאגן, אזוי ווי דאס איז א שנה מיוחדת און ס'איז א שנת העיבור און ”שנה תמימה”, נאכמען מיט די אלע ענינים וואס מ'קען אין דערויף מסביר זיין, אבער מסיים זיין במעשה הוא העיקר אז מ'וועט אים געב�
¶21וואס דאס איז ניט כדאי דאס צו טאן שבתי נאכט, דערפאר וואס בא כמה וכמה וועט דאס זיין פארבונדן מיט מטלקל זיין די מאות פאר הבדלה אדער באלד נאך הבדלה וכו' וכו איז ניט כדאי אריינגיין אין די אלע ספיקות,
¶22און בשעת דער קינד וועט וויסן, אז צי דער צווייטער ליכטל באקומט ער שוין די חנוכה געלט וועט ער ניט פאר ליבל האבן וואס מ'וועט דאס אים ניט געבן בא דער ערשטער ל און אויך בהנוגע צו חנוכה געלט איז דאך פארשטאנדיק, אז בכלל כל הזר איז ארויס אין משובח,
¶23על אחת כמה וכמה אז מ'וועט זיך משתדל אין יעדער ענין, אריינלייגן אריין מעריף זיין אין אן ענין של חינוך, איז אין דער חנוכה געלט וואס מ'וועט געבן די קינדער, צי דאס איז א ילד צי א ילדה,
¶24איז כדאי אז דער נותן פון די חנוכה געלט זאל געבן מערער ווי ער האט פריער גערעכנט געבן, און מדגיש זיין אז דעם יאר גיט ער א סכום נוסף, ווארום ער איז זיכער אז גיבן גיט ער די געלט אז דאס זאל ווערן די געלט פון דעם מקבל פון די חנוכה געלט, אבער דערנאך איז ער אויך זיכער אז וויבאלד אז דאס רעדט זיך וועגן אידן,
¶25און דאס רעדט זיך אין וועגן א יום טוב וואס איז פארבונדן מיט חנוכה, וואס פועל"ט דערנאך על כל השנה כולה, איז זיכער וועט ער געדענקען אויף וויפל מ'דארף זיך משתדל זיין בנוגע צו אין קיום פון ”ואהבת לרעך כמוך”,
¶26ובמיוחד בנוגע צו מקבלים פון חנוכה געלט, ס'זאל זיין כמוך אויף אויך זיכער זיין, אז דער קינד וועט פון זיינע אייגענע געלט, און בהדגשה אז די געלט ווערט לכל לראש דעם קינדס, און דערנאך איז נוסף וואס ער נוצט די געלט לשרחיו, צי דאס איז צרכי חול צי צרכי קודש וכיוצא בזה,
¶27האט ער אויך אין דערויף אויך א טייל וואס ער גיט דאס אויף די 'מצות הצדקה', וואס דאס בכלל, לויט די דרושים אין חסידות, האט צדקה א שייכות מיוחדה אויך צו דעם ענין פון חנוכה, און פארשטאנדיק אויך בפרט פון די דרושים וואס זיינען שוין געדרוקט אין אור התורה פון צמח צדק, וכמדובר כמה פעמים.
¶28און וואס דאס איז אויך כדאי באווארענען, אז אפילו אין די מוסדות וואס דארט איז מען מחנך קינדער, מוסדות טעם שיהי זאל מען ניט נוצן דעם חנוכה ווי ס'איז געווען די הנהגה בשנה שעברה, נאר אין דעם יאר זאל מען זען, אז די קינדער זאלן זיך צוזאמענקלייבן, ”על כל פנים פעם אחת, בימי” החנוכה, אין דעם מוסד,
¶29און דארטן גופא זאל מען אויך כולל זיין אויף געבן יעדערע פון זיי חנוכה געלט, נוסף אויף קיום המנהג ופיצום המנהג וועט מען זיי אויך מוסיף זיין, אז מ'גיט א די געלט זאל ווערן יעדערן פון זייערע רכושי הפרטי,
¶30און דוקא דעמאלט, איז בשעת ער גיט צדקה, האט ער דעם זכות אז ער גיט צדקה פון זיינע אייגענע געלט, וואס יעדער מחנך וועט זיך קענען אין דערויף מסביר זיין און מוסיף זיין כמה וכמה פעמים ככה,
¶31על אחת כמה וכמה אז מ'דארף געבן אט די וואס זיי זיינען פארבונדן מיט א משרה וואס זיי דארפן זיין פארבונדן אין א מקום מיוחד, אדער זיי געפינען זיך אין א בית הרופאים וכיוצא בזה, אויך אין אן אופן, כאמור,
¶32אז זיי זאלן באקומען חנוכה געלט, ובהוספה, און מיט די הדגשה, אז ניט מ'גיט זיי מ'מאכט זיי פאר א שליח אויף צדקה, ניט מ'גיט זיי אז דאס זאל ווערן זייערע אייגענע געלט, מ'איז אבער זיכער, אז וויבאלד אז ס'רעדט זיך וועגן א אידן,
¶33ניט קוקנדיק אויף זיין גיל, ניט קוקנדיק אויף הנהגתו כל השנה כולה, איז דאך דאס ימים ימי סגולה, ימי חנוכה איז מען זיכער, אז מרצוני הטוב, וברצוני האמיתי,
¶34איז נוסף וואס ער טוט כמה ענינים טובים, מיט די חנוכה געלט וועט זיין א נתינה מיוחדה, אז דוקא בהדגשה אז דאס איז זיינע אייגענע געלט גיט ער דוקא פון זיינע אייגענע געלט א טייל דערפון אויף צדקה,
¶35ואדרבא דאס ווערט ביי אים ניט סתם א טייל דאס ווערט ביי אים א טייל וואס איז מחי' דעם גאנצן איבעריקער טייל פון דער חנוכה געלט, ביז וואנענט אז דאס ווערט א טייל וואס איז מחי' דעם גאנצן אידן,
¶36און מחי' אין ענין הכללי און ענין הפרטי און ענין המיוחד, אז דאס זאל נאכמערער צוהיילן די ”צדקה עשה הקב"ה עם ישראל, שפיזרן בין האומות”,
¶37און וואס דער פיזור איז געווען כדי מ'זאל צוזאמענקלייבן אלע ניצוצות קדושה וואו נאר זיי געפינען זיך, און בשעת מ'וועט דאס מסיים זיין, עכ"פ רובו וועט מען גלייך אין ענני שמיא באקומען און זיין ”אין ארצנו הקדוש” וירושלים עיר הקודש, ובבית המקדש השלישי,
¶38מיטן מורת זהב כולה, און צוזאמען וועט מען דאך אויך מסתמא אין חצרות בית המקדש צינדן דארטן, ”בדליקו נרות בחצרות קדשך” ווי מ'זאגט אין ”על הניסים”, ווי מ'לערנט כמה פשטים בזה,
¶39אויך מנרות חנוכה, זאל מען זיך שוין גרייטן דערצו און טאן כל התלוי אז דאס זאל נאך אנקומען און ווערן נאר פאר ימי חנוכה, אדער נאך מערער נאך פאר יום השבת וועט בדרך ממילא זיין דערנאך דער המשך בחציות קדשך פון בית המקדש השלישי, ארויים ענני שמיא ובמיוחד אז מ'איז זיך מסיים, כרגיל,
¶40מ'וועט מאכן יעדערן פאר א שליח אין ענין הצדקה, אבער מיט דער הדגשה, אז דעם מאל גיט מען אים ביידע דאלערס, אז דאס זאל ווערן ביידע זיינע רכושי הפרטי, און ס'איז א זיכערע זאך, אז ער וועט אליין טאן, מרצון הטוב ומרצון הפנימי, וועט ער געבן איינע פון די צוויי דאלארן, אדער איבערבייטן איינעם פון זיי אויף אן אנדער מטבע,
¶41און כל המוסיף מסישן לו און דאס אפגעבן אויף צדקה, ומה טוב, אויף צדקה איז דאך זריזות נאכמער נוגע ווי אין אלע איבעריקע מצוות, כידוע די סיפורים בזה,
¶42וואס דערפאר איז דאך אויך, ווי ס'שטייט אין כמה ספרים, אז דערפאר מאכט מען ניט קיין ברכה אויף מצות הצדחה, כדי ס'זאל ניט נתעכב ווערן אפילו אויף דער זמן פון אמירת הברכה, כדי דער מקבל הצדחה זאל דאס באקומען בהקדם הכי אפשרי,
¶43און והורתונה פון דעם דיבור אין די אלע ענינים זאל זיין גלייך, כמדובר כמה פעמים במשך השבוע, אז גלייך איז יעקב סבא, און יעדער איד וואס זיין נשמה איז דאך האט דאך אין זיך א ניצוץ פון יעקב, און יעקב האט א ניצוץ פון זיין נשמה אין זיך זאל ווערן גלייך 'וישב יעקב', וואס דאס איז כולל ”כל אחד ואחת מישראל”,
¶44האנשים והנשים והטף ווערט שוין דער וישב נאך פאר מ'לייענט דאס בשבת שלאחרי זה ווערט גלייך דער ”וישב יעקב בארץ מגורי אביו בארץ גנען” אין ארץ ישראל בפשטות,
¶45און דערנאך ווערט דאס אין אן ענין, כמדובר ווי רש"י זאגט, אז וישב איז דער טייטש בזה, אז דאס איז אן ענין פון ישיבה בשלוה ווערט דאס א שלוה אמיתית, ובתכלית השלימות נאך מער ווי ס'איז געווען אין זמן שלמה, כמבואר בארוכה אין די דרושים פון ”פדה בשלום”, כמוזכר כמה פעמים.
¶46און בפרט נאך אז די גאולה וועט נאך קומען פאר יום השבת, וועט מען דאך האבן נאך עטלעכע שעה אז מ'וועט זיך צוגעוואוינען, וועט דאס זיין נאך מערער די ישיבה ויתישבות אין ענינים של שלוה, ווארום ס'וועט זיין ”דאלאי גלות” בתכלית השלימות, בלייבן מערניט ווי דער ענין הטוב שבזה, כמדובר כמה פעמים.
¶47ועוד והוא העיקר, מ'זאל האבן די גאולה האמיתית והשלימה תיכף ומיד ממש, ו”לא עיקבן אפילו כהרף עין”, און תיכף ומיד ממש ווערט, כאמור, אז יעדער איד און אלע אידן זיינען בתיישבות ובשלוה ”בארץ מגורי אביא בארץ הנאן” בפשטות,
¶48בארצנו הקדושה, תיבנה וסיקונה און דארט גופא ”ולציון יאמר איש” ”והוא יכננע"ע עליון”, ומתוך שמחה וטוב לבב.
¶49אמן.