Paragraph
Paragraph rh-t2hr2rr2
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-cvh72e5h
- order
- 1w
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- מ'טרעפן זיך, ווי כרגיל, בכל שנה אין חודש אלול, און אין חודש אלול עצמו שוין אין די צווייטע טייל פון אלול, וואס חמשה עשר באלול, קדמי סיהרא באשלמותא, איז דאך שוין געווען אין אנהויבס פון דער וואך, צום ערשטן טאג פון דער וואך, איצטער געפינט מען זיך שוין ביום השלישי שהוכפל בו כי טוב אין דעם דריטן טאג פון דער וואך, און מ'גרייט זיך אויך צו דעם טאג וואס הויבט זיך גלייך אן צו מעריב-צייט, וואס דאס איז דאך דער טאג פון חי אלול, דעם טאג ווען ס'איז געבארן געווארן דער בעל שם טוב, און אויך געבארן געווארן דער אלטער רבי, וואס זיי ביידע האבן זיך אויסגעצייכנט אין צווישן מערערע זאכן איז דאך אויך געווען במיוחד בנוגע צו בעל שם טוב, אז נאך איידער ער איז אנטפלעקט געווארן און האט אנגעפירט מיט א ריבוי תלמידים און מיט כל העולם כולו האט ער זיך שוין פארנומען מיט לערנען מיט גאר קליינע קינדער, אזעלכע קליינע קינדער וואס קען מען נאך ניט לערנען מיטן
- proofread
- 0