English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

71 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1אזוי ווי דער אלטער רבי, דער בעל הגאולה והשמחה, האט דאס מצדקן געווען און ברענגט אראפ אין אגרת הקודש אויף לחלק את השת ולסעמו, און ווי מ'האט דאס איינגעפירט פון י'ט' כסלו ביז י'ט' כסלו, אזוי האט דאך דער רבי דער שווער, דער נשיא דורנו, אויך פאנאנדערגעטיילט דעם ספר התניא עצמו אויך על מנת להתחילה בי"ט' כסלו,

2ולא שיימו מיט דעם טאג פריער, בחי כסלו, וואס דאס איז וואס ס'האט זיך גערעדט נעכטן שבת בנוגע צום סיום פון תניא.

3וואס בי"ט' כסלו איז דאך דעמאלט, ווי דער רבי האט פאנאנדערגעטיילט די שיעורים, הויבט זיך אן די התחלת הלימוד בתניא.

4און ווי ער האט איינגעשטעלט, אז אויך דער נוסח השער איז דאס אויך די עטלעכע ערשטע עטלעכע שורות איז דאס דער נוסח פון דעם אלטן רבי'ן אליין, וואס דאס גייט אויך אריין אין דעם לימוד.

5וואס דער פרק ראשון אין תניא איז דא אין אים א דבר פלא, וואס בכלל איז דאך אויף אין תניא קיין געדרוקטע מפרשים ניטא, אבער דא כתבים, האב איך אויך ניט געזען אז מ'זאל זיך אויף דערויף אפשטעלן.

6וואס דער 'כללות ענין' התניא איז דאך, ווי דער רבי דער אלטער רבי שרייבט אין הקדמה, איז דאך דאס איז לקוטי עצות וואס מ'האט געגעבן לשועלים בהנוגע צו דער עבודתם אין עבודת ה וואס בכללות די עבודה באשטייט דאך, אז ארבעטן דארף ארבעטן די 'נפש האלקית',

7די ארבעט אבער ניט פאר-זיך, נאר ווי געזאגט פריער אז זי ארבעט אין דעם גוף אין 'נפש הבהמית' ביז אין אן אופן אז דער שכל שבנפש הבהמית זאל זיין ממולא מיטן שכל פון תורה, און די רמ� חוברים בכללות פון דעם גוף אין 'נפש הבהמית' זאלן זיין מלובש,

8ממולא מיט די רמ� מצוות-עשק און די 'שסה גידים' מיט שסה מצוות לא-תעשק.

9וואס זי ארבעט דער עיקר אויף פועל'ן אין גוף מוז דאס דורכגיין דורך דעם 'נפש הבהמית', דער 'נפש האלקית' ארבעט דאך ניט גלייך אין גוף, דאס גייט דאך דורכן ממוצעי פון 'נפש הבהמית'.

10און בשעת דער אלטער רבי הויבט אן מתחילה אז ס'איז דא שתי נפשות ביי א אידן, זאגט ער, אז לכל אחד מישראל איז דא ”שתי נשמות, שנאמר ונשמות אני עשיתי שהן שתי נפשות” וואס לכאורה איז ניט פארשטאנדיק וואס טוט ער דא אויף?

11אז אין פסוק שטייט ונשמות און ער הויבט אויך אן, אז לכל אחד מישראל איז דא שתי נשמות, און דערנאך פארטייטשט ער דאס ”שהן שתי נפשות”.

12ממה נפשך, איז דאס דער זעלבער ענין, מערניט ווי אנדערע תוארים, האט ער געקענט זאגן אומעטום דער לשון איין לשון, ובכלל איז דאך ניט שייך זאגן אין תורה, אז ס'איז דער זעלבער ענין און א תוח איז אן אנדערער, וויבאלד אז דער תוח, דער ביטוי אין לשון קודש, וואס איז ניט קיין לשון הסכמית, ווערט אנדערש,

13איז דאס א סימן, א הוכחה, אז ס'ווערט אויך נשתנה דער תוחן.

14און וויבאלד אז אין פסוק שטייט ונשמות אני עציתי איז וואס איז ער דערנאך מפרש?

15שהן ”שתי נפשות. ביחוד” נאכמער איז דאס ניט פארשטאנדיק, ווי דער רמב שרייבט אין הלכות יסודי התורה איז דאס לכאורה פארקערט ווי ס'ווערט געבראכט אין מדרשים און אין קבלה אין חסידות,

16וואס אין די אלע ערטער ווערט געבראכט דער סדר פון ”חמשה שמות נקראו לה” איז די נידעריקע דריי אויב מ'הויבט זיך אן פון חיי יחידי, אבער דערנאך גייט נשמה, דערנאך גייט רוח, דערנאך גייט נפש.

17איז דער רמב"ם אין ילחוסי סודי התורה טייטשט אפ, אז נשמה איז דאס דער חלק פון דער נשמה וואס זי איז פארבונדן מיטן גוף אליין, אויף אזויפיל אז בשעת דער גוף איז נס ונתפרד לעיסודות איז אט דעמאלט עובד הנשמה,

18און ביז וואנענט אז ער פארטייטשט דאס אזוי איז מוכח מסגנון הדברים, אז נשמה איז דאס מלשון נשימה.

19וואס אזוי איז אויך משמע אין מדרש, וואס דער מדרש זאגט דאך אויף ”כל הנשמה, תהלל” ידקי לערנט מען אפ דערפון, אז ”על כל נשימה ונשימה” איז צריך לברך זעט מען דאך, אז נשמה איז דאס מלשון נשימה.

20וואס נשימה איז דאך דאס פארבונדן מיט במיוחד, און ווי דער רמב"ם טייטשט אויס אין יסוד התורה, אז דער נפש שבנשמה און דער רוח שבנשמה איז זיי ווערן ניט פארלארן בהתפרד הגוף לעסודות, משא' כן דער ענין פון נשמה,

21ווי אין מדרש זאגט ער אין דעם סדר השומר שנקראו לב, און ווי ס'איז מפורש אין זהר און אין קבלה און אין חסידות, איז דער סדר 'מלמעלה למטה', אז דער נשמה איז נשמת הוי' תוינון דאס איז דער חלק הכי עליון,

22פון נשמה המלובשת בגוף, דערנאך קומט דער ענין פון חלק הנשמה וואס ווערט אנגערופן בשם רוח דערנאך קומט דער חלק הנשמה וואס ווערט אנגערופן בשם נפש און ווי מ'טייטשט דארטן אויס די ראיות, אז נפש איז די נידעריקסטע חלק אין נפש, וואס דערפאר איז די ”נפש הבשר בדם היא” אז וואס איז פארבונדן מיטן דם איז דוקא שטייט דארט דער תואר נפש,

23משא' כן נשמת השעדי תוינון אט דאס איז אן ענין וואס איז פארבונדן מיט 'הבנה והשגה', וואס דאס איז דאך אין דער נשמה גופא דער חלק הכי עליון, איז דאך דאס דער שכל, דער חב"ד שבמוחק.

24וואס אף על פי וואס ”חמשה שמות נקרא” לט איז דאך אויך דא דער חיי יחידה כוי ס'שטייט דאך ומבואר במקום אחר בארוכה, אז דאס איז די כוחות מקיפים שבנשמה,

25ווי אז דאס איז ניט די נשמה ווי זי איז אנגעטאן אין גוף, אין די אברים שבגוף, אין אן אופן של כניסה בפנימיות והתלבשות נאר דאס איז מקיף על הגוף מבחוץ ושומרותה.

26וואס דערפאר, איז בשעת ס'רעדט זיך בנוגע לעבודת האדם, וואס 'עבודת האדם' בעיקרה איז דאך אויף איבערארבעטן דעם גוף ווי דעם 'נפש הבהמית' איז דער 'עיקר העבודה' הויבט זיך אן פון נשמה און דערנאך רוח און דערנאך נפש אין דעם סדר 'מלמעלה למטה'.

27וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אט דאס וואס דער אלטער רבי איז דא מדייק און הויבט אן אויך אין דעם סדר 'מלמעלה למטה'.

28וואס פריער איז דאך דא ווי די וועלט שטייט אין תורה, ס'איז דאך ”אסתכל באורייתא וברא עלמא” ווי ער זאגט אין מדרש, אז ואהי' ”אצלו אמן, אל תקרי אמן אלא אומן” אז מה אומן איז קוקט ער אין ”דיפתראות ופינקסאות”, אט אזוי איז אויך דער אויבערשטער האט געזען, אז אין תורה איז אנגעשריבן יהי אור האט ער געזאגט אזוי און ס'איז געווארן אור,

29ועד"ז בכל הענינים שבעולם.

30איז דאך ניט דער פשט אז דער אור אין תורה איז ניט דער ענין פון ליכטיקייט אדרבא, ווי ער איז מבאר אין שלמה בארוכה דער אמיתית ענין האור איז דאס ווי ס'שטייט למעלה און נאך העכער ווי דאס שטייט אין תורה, דערנאך ווערט דערפון השתלשל אז ס'זאל אראפקומען אן אור דא למטה אין 'עולם הזה' און אור כפשוטו.

31וואס אט אזוי איז אויך דא די גאנצע ענינים שוין בעבודת האבן ווי זיי שטייען פריער אין תורה, וואס דערפאר איז דאך קומט אראפ דער דין אין נגלה, אז ”כל העסק בתורת עולם כאילו” עיקרי עולם דערפאר וואס דארט איז דא אויך דער ענין פון גשמי, נאר וואס דען ס'איז בכף הדמיון, אבער א דמיון האט דאס,

32און על דרך זה אויך בהנוגע צו חלקי הנשמה, איז זיי דא ווי זיי שטייען אין תורה, און דערנאך ווערן זיי נמשך אין ”עולם הזה בגוף האדם”.

33וואס אין תורה גופא איז דא אויך דער חילוק פון תורה שבכתב און תורה שבעל פה, וואס דאס איז בדוגמא ווי גערעדט פריער פון 'עולם הזה' און עולם הבא, אין דער עולם וואו ס'איז דא קשיות און דארט וואו ס'איז ניטא קיין קשיות איז בדוגמת זה אויך דער חילוק פון תורה-שבכתב און תורה שבעל-פה.

34וואס תורה-שבכתב איז דאך דארט איז אלץ מדוד ומוגבל, ס'איז ניט שייך פרעגן קיין קשיות וספירות, ווארום אויב מ'פרעגט א קשיא אין תורה-שבכתב איז דאס גופא ווערט שוין תורה שבעל-פה,

35דער ענין פון תורה-שבכתב איז דאך די קריאה בתורה, וואס אויף דערויף מארט מען ברכת התורה, און ס'איז יוצא אפילו אן עמי הארץ, ”דלא ידע מאי קאמר”, ווי ער זאגט אין מגן אברהם, דער חילוק פון תורה-שבכתב און תורה שבעל-פה, און ווי דער אלטער רבי ברענגט דאס אראפ, בשעת ער פרעגט א קשיא אפילו פון איין פסוק אויפן צווייטן, שני כתובים, אז מחישים זה את זה אט דאס גופא ווערט שוין תורה שבע

36וואס בדוגמת זה איז דאס אויך אזוי ווי נשמות און נפשות שטייען אין תורה, און ווי דערנאך ווערט דאס נמשך בעולם.

37און אט דאס איז בשעת דער אלטער רבי קומט מבאר זיין די 'עבודת האדם', זאגט ער אויך, אז בא יעדער אידן איז דא שטיי נשמות, ווארום א איד איז דאך ניט ער גייט ממטה למעלה, פריער דער מקומו העצמו פון א אידן איז דאך ”בנים אתם לה' אלקיכם”, ווי ער איז מבאר, אז פונקט אזוי ווי א בן איז ”נמשך ממך האב”, אט אזוי איז וואו איז דעם אידן'ס שד?

38איז דאס איז תחת כסא הכבוד, און נאך העכער דער אדם התחתון איז ער ווערט אנגערופן ”אדמה לעליון” דערפאר וואס ער איז ווי דער אדם העליון.

39ביז וואנענט אז מ'זאגט, אז ישראל ”ואורייתא וקודשא בריךה” איז דאס 'כולא חד'.

40און פון דארטן ווערט נמשך די כל הענינים, וביחוד א איד, ווי ער גייט ממעלה למטה.

41און אט דא זאגט ער, אז פריער איז דא וואס לכל אחד מישראל איז דא שתי נשמות, ווי דאס שטייט 'למעלה מעלה'.

42דערנאך איז דא ווי דאס קומט אראפ דער כתיב אז דאס קומט אראפ אין אן ענין פון א מדידה והגבלה, ווארום כתיבו איז שוין דא א מדידה והגבלה.

43נאר וואס דען דאס איז א מדידה והגבלה פון תורה, איז דאס נאך ניט פארבונדן מיט גופי 'נפש הבהמית', ווי גערעדט פריער, אז אפילו אט דער וואס ער איז היפך פון טהור, איז די תורה וואס ער לערנט, און דאס ווערט אנגערופן תורתו אבער דאס איז בשעת מעשה, ”הלא כה דברי כאש, אז מה אש” אינו מקבל טומא, איז אזוי איז ”דברי תורה אינו מקבלים טומא”.

44איז מדידה והגבלה איז דאס דערפאר וואס דכתיב דאס איז שוין אנגעשריבן מיט א ציור אותית, אבער דאס ווערט נאך אנגערופן ונשמות אני אתיקרי דאס איז טאקע אותיתי דאס האט שוין אויף זיך א צורה,

45דאס אבער ווי ענינים שטייען אין תורה איז לגבי ווי די נשמה געפינט זיך בא א אידן דא למטה ווערט דאס אנגערופן בשם נשמה דער ראש פון דעם רגל, וואס דאס איז די נשמה המלובשת בגוף.

46און דערנאך זאגט ער ”שהן שתי נפשות” דערפון ווערט נמשך דערנאך אט דער חלק אין נשמה וואס ער ווערט אנגערופן בשם נפש.

47וואס אף על פי וואס דער נפש גופא ווי זי איז דא למטה, איז דאך אויך ”חמשה שמות נקרא לה” וואס ווי ער זאגט אין מדרש גייט דאך דאס אויף דעם נפש וואס איז פארבונדן מיטן גוף אין 'נפש הבהמית',

48איז דאך דאס ווי ער איז מבאר בארוכה אין כתבי האריז ל, אז נפש גופא איז אויך ”חמשה שמות נקרא” לן, ס'איז דא נפש שבנפש, ביז נשמה שבנפש און חיי יחידי שבנפש, אבער כללות כל חמשה דרגות עולה איז דאס אלץ דער ענין פון שתי נפשות,

49און אט דוקא אין די נפשות אט דא איז שייך זאגן ”נפש אחת מצד הקליפה ותתר אחר” כנשמה איז דארט ניטא.

50וואס דארטן זאגט ער ניט דער לשון נשמה, מערניט ווי דער לשון נפש, ס'איז מערניט ווי דער שורש פון דעם גוף אין 'נפש הבהמית' איז דאך אויך דא למעלה, על דרך ווי די גמרא זאגט, אז ”שטן ופנינה לשם שמים נתכוונו” איז דאך דער אלטער רבי מפרש, אז דער שורש השטן ווי ס'איז למעלה, און דער שורש פון פנינה ווי דאס איז געווען למעלה איז דאס איז דאס געווען גבורות דקדושה,

51דערנאך למטה איז דערפון השתלשל געווארן ביז ס'איז געווארן א ענין ה חכקי.

52בדוגמא ווי מ'זעט אז דער וואס איז א שליח בית דין אויף להלקת ולהמית איז בטבע קען ער ניט זיין קיין רך הלב ער מוז זיין א קשי הלב אף על פי וואס ער פירט זיך אויס דעם ציווי בית דין, וואס דאס איז דאך א מצוה להיינש און מצוה לאדום בדיני עושים, באושן של בית דין,

53אבער אף על פי כן דאס דארף דאך אראפקומען אין א מעשה בפועל, זעט מען במוחש, אז דער וואס איז א רך עליהם וועט אים ניט העלפן זיין יראת-שמים, ער וועט דאס בא זיך ניט קענען פועל'ן שלא אתעלף,

54אף על פי וואס וזבחתו איז דאס אן ענין וואס מ'מאכט אויף דערויף א ברכה, און מ'זאגט אויף דערויף אלקינו נלך העולם בשם ומלכות און ס'קען זיין אתעלף דערפאר וואס ער איז א פרומער און אף על פי כן קיין שחיטה בפועל קען מען ניט מאכן מיט א בוים, על אחת כמה וכמה וואס איז נוגע צו א בן אדם.

55וואס דערפאר קומט דערנאך אראפ בפועל, אז פון דעם שליח בית-דין קען דערנאך אראפקומען ביז א ענין פון דין כפשוטו, ביז א ענין פון א נפש אחת וואס זי איז מצד הקליפה מציטרי אחת.

56און אט דאס איז אויך וואס דער אלטער רבי איז מבאר די סדר ההשתלשלות, אז ס'איז דא דריי ענינים פריער איז דא ווי אזוי א נשמה שטייט למעלה מכל מדידה והגבלה, מערניט וואס מ'ווייס אז ס'איז דא שטיין נשמה.

57וואס דאס איז, ביז וואנענט אז ס'איז דא דער ענין פון הוי' אלקים ווי ס'שטייט דאך אין חידושי הגדות מהרשאה און בארוכה אין חסידות און קבלה, אז די נפש אלקית און די נפש החיונות נעמען דאך דאס,

58דער נפש אלקית פון 'שם הוי' און אלקים בגימטריא הטבע קומט אראפ דערפון דער ענ וואס דאס איז דער ”נפש אחת מצד החליפה ותתרא אחר” ה אף על פי וואס הוי' און אלקים זיינען דאך ביידע פון זיין שומש איני נמחקים.

59איז אזוי איז אויך דא דער לכל ואחד מישראל איז דא די שתי נשמות, וואס דאס איז ווי דאס שטייט למעלה אפילו פון דער זידה והסבלה פון כתיבו, פון תורה, דערנאך קומט דאס אראפ דער ענין ”דכתיב ונשמות אני עציתי” אבער אין תורה איז דאס נאך אלץ ניט דער נפש מצד עצמה,

60ביז וואנענט דאס קומט אראפ למצב ”שהן שתי נפשות”, וואס דערפון קען אויך זיין דער ”נפש אחר מצד הקליפה” ותתר אפילו ואדרבא, דא הויבט ער אן די התחלת הביאור דוקא מצד הצליפה ותטר אחרי על דרך ווי גערעדט פריער,

61אז די נפש הטיוות און נפש החיונות איז אגדא מיט טעניתא אז זי ווערט אנגערופן בשם זקן וכסיל דערפאר וואס תוקף משנולד איז ניתן ביוצר הרם, משא"כ דער ”נפש השנית בישראל” בגלוי איז די כניסה איז דא פריער, אדער זי שטייט דאך בהעלם והסתר, בגלוי הויבט זי אן ארבעטן,

62שנעשה בי' ג' שמה ויום אחד און מ'הויבט אן לייענען די קודם ושמע בערבי.

63וואס דאס איז אויך וואס ס'שטייט אויך פון חסידים, אז דאס וואס דער אלטער רבי האט מדייק געווען אנהויבן דעם ספר בשם תניא מיטן ווארט תניא אף על פי וואס ס'איז דאך דא די צוויי גירסא פון גמרא, אז נאך איין גירסא איז דאס אמר אפכי מלאים און נאך א צווייטע גירסא תניא און דא האט ער אויסגעקליבן דוקא די גירסא ו

64ווי ס'שטייט אין קבלה און אויך מרומז אין תיגונות תיקוני זהר, אז דאס איז אן ענין וואס ס'האט מלחמה און איז מאבד די קליפות וואס זיי זיינען בדימטריא תניא.

65און אז דאס איז אויך וואס ער זאגט אין תיקוני זהר, אז תניא איז דאס לשון אותם וואס ווי אזוי קען מען מלחמה האבן מיט די קליפות ותתה אחרונה אף על פי וואס אגדים איז טעניתא, וואס לכאורה איז דאך ”צדיק הראשון בריבה” איז דאך א פסוק אין תורה, און דא קומט ער צוגיין און זאגט אט דא מיט א ניסה, און אף על פי כן וועסטו אים מנצח זיין?

66איז דאס איז דערפאר וואס ער נעמט פון דעם עצן שבנשמה, וואס דאס איז דער חוזק ותוקף ויושם, ווי ס'שטייט די אלע דריי טייטשן אין משכין אויסן אזרחיות אין דעם מאמר פון דעם אלטן רבי'ן,

67וואס מצד דעם עצן שבנשמה ווערט ער ניט נתפעל פאר קיינע טענות שכליות וואס מ'ברענגט אים פון צדיק הראשון בריווי, און אז דאס איז עקדם את הנסור וכו' וכו און ער קומט צוגיין אויף 'כן יקום', אז דאס איז זיין חובק און זיין תוקף,

68דערפאר וואס דאס נעמט זיך מצד האותן שבנשמה, און אט דערנאך איז ער דאס ממשיך אין די שתי נשמות, און דערנאך אין די כתיב, און דערנאך איז שהה שתי נפשות אז ס'זאל זיין פון קריאת שמע,

69אין דער ”שמע ישראל הוי' אלקינו הוי' אחד” און מ'זאל דערנאך אראפקומען אין ”בכל לבבך בשני יצריך” אין די שתי נשמות און אין די שתי נפשות און דורך זיי אין חלקו בעולם,

70אין 'עולם הזה' און אין עולם הבא, וואס זיי ווערן ביידע נתאחד, דורך דעם ”שני הלכות בכל יום” וואס ער לערנט זיי אין 'עולם הזה' און דורך דערויף איז ער בורא דעם עולם הבא אויף מאכן פון ”אין עולם אלא אחד” לחיים.

71לחיים.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים