פסקה
פסקה rh-t0dr79gw
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-fxh73kzt
- order
- C
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- בהוספה צו די ערשטע ברכות, וואס דאס איז דאך פאר יעדער אידן און פאר אלע אידן קומט דאך אויך צו בא ענינים מיוחדים, ברכות מיוחדות, עאכו'כמה וכמה ווען ס'רעדט זיך וועגן א חתן וכלה, וואס זייער ענין איז דאך אז זיי בויען אויף א נייע וועלט, און א וועלט, א בנין עד דעד, על יסודי התורה ומצוותי בנים ובנות עוסקים בתורה ומצוותי איז דאך זיכער אז זיי האבן די אלע ברכות במילואם, ובהוספה לזה קומט דאך אויך צו, אויך בגלוי, די ברכות מיוחדות, וואס די עיקרים שבהם זאגט מען דאך אין די שבע ברכות, און דערנאך איז דאך דא א ריבוי ברכות, בהוספה על זה, ווי אויסגערעכנט אין נביאים וכתובים בנוגע צו קול חתן וקול כלה, און אויסגערעכנט נאכמערער אין תורה שבעל פה, ביז אין אופנים וואס זיי זיינען כולל כל הדורות כולם, און ווי ס'איז אויך אנגעצייכנט און מודגש אין די ווערטער בנין עד דיד וואס תורת אמת רופט דאס אזוי אן, דערפאר וואס דאס איז אן אייביקער בנין, ווארום דער אויבערשטער בענטשטשטו, ובנים ובנות, און די בנים ובנות זיינען עוסקים בתורה ומצוותי', ברוחניות, אנהויבנדיק פון דער מצוה פון פרו ורבו ומילאו את הארץ, איז דאך זיכער, אז דער אויבערשטער בענטשט זיי אין אלע ענינים נוסף אויף צו האבן פרנסה כדרוש און פרנסה בהרחבה, ווי אידן, וואס יעדערער פון זיי איז דאך ווי א בן יחיד פון דעם אויבערשטן, כידוע די תורת הבעל שם טוב בזה, כמודגש כמה פעמים דורך נשיא דורנו פון דער בעל ההילולא, וואס בשנה זו איז דאך די התחלה פון שנת הארבעים,
- proofread
- 0