transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1דער המשך אין קאפיטל קכה אין תהלים איז זאגט ער דארטן ”הטיבה הוי' לטובים ולא ישרים בלביתם” זאגט ער אויף דערויף אין מדרש תהלים הטיבה הוי' לטובים אז דאס איז פארבונדן מיט ”יבוא טוב ויקבל טוב מטוב”,
¶2ליתן לטובים וואס יבוא טוב גייט דאס אויף משה, אין מנחות איז בארוכה, אדער יבוא טוב גייט דאס אויף משה, ”ותורה כי טוב הוא”, און ער וועט מקבל-זיין טוב וואס דאס איז תורה, לקח טוב מטוב פון דעם אויבערשטן, טוב הוי און וועט דאס געבן לטובים, ווי ער זאגט אין דעם קאפיטל, אז אידן זיינען טובים.
¶3וואס תורה האט דאך זיך כמה לשונות וכמה שמות, און ווי אין די גמרא אין מנחות גופא פאר דערויף ווי ער זאגט טוב זאגט ער אויך יבוא ידיד ויקבל ידיד אויף געבן לידידים און טייטשט דאס אויך אפ אויף משה רבינו און אויף תורה און אויף דעם אויבערשטן,
¶4און פאר דערויף יבוא אדיר אויך אויף דעם אויבערשטן וואס ער איז אדיר, און געגעבן תורה וואס איז אדיר לאדירים וואס דאס זיינען אידן, דורך משה רבינו וואס ער איז אדיר, און נאך דערויף, נאך טוב זאגט ער אויך ”יבוא זה ויקבל זאת” און וועט דאס געבן צו אידן וואס זיי ווערן אויך גערופן אים זו יצרתי.
¶5זעט מען דאך אין דער סוגיא גופא, אין דער גמרא גופא, אז ס'איז דא פיר ענינים, וואס יש לומר דער ענין פון ספירות על פי המבואר בכמה מקומות, אז דער ענין פון אדיר איז דער צמח צדק מבאר אין תהלים גייט דאס אויף ספירת הכתר, דער ענין פון ידיד ווי ס'איז משמי דארטן אז דאס איז אברהם, איז דאס אדער חסד אדער חכמה,
¶6און דערנאך איז דא דער יבוא טוב איז דאס די מדת היסוד און קו האמצעי בכלל, און דערנאך איז דער יבוא זה ווי דאס קומט אראפ אין ספירת המלכות.
¶7וואס ווי סגנון פשוט בנוגע צו תורה, אין תורה איז דאך ”אסתכל באורייתא וברא עלמא” און תורה איז דאך דאס דער ענין פון די מפות און דיפתראות, וואס דער גאנצער סדר ההשתלשלות איז באשאפן געווארן און געמאכט געווארן לויט ווי עס שטייט אין תורה,
¶8איז דאך אין תורה גופא דא די אלע דרגות, במילא איז דא אין תורה די דרגא ווי דאס איז כתר, און על דרך זה די דרגא ווי דאס איז אלע עשר ספירות, וואס זיי זיינען כולל ”כל אופני ויכולת” ואפשריות וואס ס'איז דא אין 'סדר השתלשלות'.
¶9ובפשטות, דער ענין אין תורה ווי דאס איז רצונו של הקב"ה, ביז אין אן אופן פון חוקה ”אין לך רשות להרהר” אחרי,"' ס'איז מערניט ווי א רצון און א רצון תקיף און א רצון פשוט, וואס דאס איז איין ענין אין תורה,
¶10דערנאך איז דא אין תורה ווי תורה איז אן ענין של ידיד אדער טוב אדער זה.
¶11זה איז ענינו בפשטות דער ענין פון הלכה, ל”אסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא” וואס אט דעמאלט קען ער באווייזן אין תורה ”מראה באצבע ואומר זה אלו” 'ואלו דברי' אלקים חיים האט ער א דיעה, מ'טעס פנים טהור, און פארקערט, מ'טעס פנים להיפך,
¶12עאכו"כ אז ס'קען זיין צוויי דרכים, אדער מקיל אדער מחמיר, במילא קען ער ניט זאגן זה אז ”כזה ראה וקדש”, אדער כזה ראה ועשה בשעת תורה קומט אראפ אין דער דרגא פון זה אט דעמאלט ווערט דאס אן ענין וואס דאס איז ווי תורה איז הלכה למעשה.
¶13על דרך זה איז אויך דא תורה, ווי תורה איז א ענין פון טוב, וואס דער ענין פון טוב אין ענין יוצא וידי פשוטו, אז ס'זאל מאכן טוב בעולם, און א טוב אן הגבלות, במילא איז דער טוב לו און ”טוב לשמים און טוב לבריות” און טוב לכהנים און טוב לבעלים און טוב למזבח,
¶14על דרך ווי מ'זאגט בנוגע צו שלמים, ווי רש"י ברענגט דאס אויך אראפ בפירושו על התורה.
¶15וואס אט דאס זאגט מען ”הטיבה הוי' לטובים” און מ'זאגט אז דאס איז פארבונדן מיט תורה אין טוב, ווארום מדתו של הקב"ה איז דאך מדה כנגד מדה, במילא, אזוי מ'וויל האבן פון דעם אויבערשטן הטיבה דארפן אידן שטיין אין א מעמד ומצב פון טובים, ווי אזוי איז דער מעמד ומצב פון אידן?
¶16איז תלוי אין דערויף ווי אזוי ס'איז דער מעמד ומצב אין זייער לערנען תורה.
¶17אויב זיי ווילן שטיין אין א מעמד ומצב פון טובים דארף זיין אזוי אויך אין תורה, לימודם אין תורה אויך אין א מעמד ומצב ווי תורה ווערט אין ענין פון טוב.
¶18וואס דאס איז אויך בפשטות און דער פירוש אויף א משנה תמוה, וואס די משנה זאגט אין סדר טהרות, אז געווען א ספק אין דין, און דערנאך האט איינער געבראכט א ראי האט מען אים געזאגט, אז ”חכם אתה שקיימת דברי חכמים” די ראי' וואס ער האט געבראכט כדי מ'זאל וויסן אז דער דין איז ווי ס'שטייט אין דער משנה, אף על פי וואס ס'איז דא אין דערויף א קשיא.
¶19איז דאך לכאורה ניט פארשטאנדיק, וואס איז דאס פארבונדן מיט אים?
¶20ס'איז ממה נפשך, איז דער שכל, די סברא שלו א שכל אמיתי און סברא אמיתית, קומט אים קיין דאנק ניט ”שקיימת דברי חכמים” קומט אים מערניט ווי א דאנק וואס ער האט געלערנט תורה,
¶21אבער ”שקיימת דברי חכמים” ניט ער האט מקיים געווען, ס'האט מקיים געווען דערפאר וואס דאס איז דברי חכמים, אויסגעהאלטן על פי שכל, און ער האט געהארעוועט במילא האט ער מגלה געווען דעם שכל, קומט אים א דאנק וואס ער האט מגלה געווען.
¶22זאגן אז דאס הענגט אפ אן אים הענגט ניט אפ אן אים צי ס'זאל זיין ווי דברי חכמים צי ווי א היפך, הענגט אפ אן אים מערניט צי ער זאל לערנען דעם דין ביגיעה אדער ער זאל ניט לערנען דעם דין ביגיעה.
¶23דערפון גופא וואס מ'זאגט ”שקיימת דברי חכמים” איז דערפון פארשטאנדיק, אז ס'הענגט אפ אן אים ווי אזוי ס'וועט זיין דער דרך אופן הלימוד.
¶24דער אופן הלימוד קען זיין אין אזא אופן אז ער זוכט חומרות, און דער אופן הלימוד קען זיין אין אן אופן וואס ער זוכט ניט חומרות, און בלשון הגמרא, אז ס'איז גדול דער כח כחא דהתירא עדיף וואס לכאורה איז ניט פארשטאנדיק וואס הייסט כחא דהתירא עדיף?
¶25עדיתם ודרעדות עשה איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז ס'איז דא ענינים בהלכה אין 'לימוד התורה', אז ער האט א ברירה, ער קען זיך משתדל זיין אין אן אופן פון כחא דהתירא, און קען זיך משתדל זיין אין אן אופן פון אסר'ן א זאך.
¶26און מ'זאגט, אז על-פי תורה איז עדיף אויב ס'איז דא א ברירה זאל ער זוכן די וועג אויף כחא דהתירא.
¶27על דרך זה אויך בהנוגע צו כיעמתא דברי חדכמים איז דאס באווייזט, אז ער איז א חכם וואס ער האט אויסגעקליבן אט דעם וועג, ניט אויף אפפרעגן אויף 'איפכא מסתברא' נאר אויף פארקערט אויף ליישב.
¶28ווי מ'זאגט דאך אויך אז שערי תירוצים לא ננהלו וביחד עם זה זאגט מען, אז ס'איז ניטא קיין זאך אויף וועלכע מ'קען ניט געפינען קיין קשיא, כידוע אויך וואס מ'זאגט בשם פון בעל שם טוב, אז בעל שם טוב האט געזאגט, אז יעדער ענין וואס איז דא אין וועלט קען ער ברענגען אויף דערויף א ראי' ”מעולם שלמעלה הימנו”, און קען פרעגן אויף דערויף א קשיא ”מעולם שלמעלה הימנו”.
¶29וכאמור, מ'דארף ניט אנקומען צו בעל-שם' סקע הנהגות מ'זעט דאס אזוי בפועל, אז ס'איז דא ענינים, און ניט א מיעוט ענינים, נאר כמה ענינים, אז ס'הענגט-אפ אן זיינע תהי צי ער זאל זוכן כחא דהתירא צי ער זאל זוכן כחא פון היפך דהתירא, אין ביידע אופנים, וויבאלד אז דאס איז לימוד על פי התורה,
¶30דארף דאס זיין אויסגעהאלטן מצד כללי התורה, 'לימוד התורה', ס'דארף זיין אויסגעהאלטן אז ער וויל מכוין-זיין ”אסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא”, מכוין-זיין ווי די הלכה איז על פי תורה, אבער ביחד עם זה הענגט דאס אויך אפ אן תכונת נפשו.
¶31וואס דערפאר איז דאך דא א מאדנער דין בנוגע צו סנהדרין, זאגט מען, אז אזוי סנהדרין ווערט דאך אנגערופן בשם זקני ע'זקנים, ע'א'זקנים, ע'ב'זקנים שטימא אומעטום דער לשון זקני דערנאך איז דא א דין אין סנהדרין, אז דער וואס ער איז זקן יותר מדי גאר פארעלטערט, דארף מען אים ניט אריינשטעלן אין סנהדרין.
¶32און מ'זאגט וואס איז אין דערויף דער טעם?
¶33אז ס'איז דא וואס מצד זקנה ווערט ביי אים אפגעטונקט דער מדת הטוב והחסד, און ער באקומט בא זיך א טבע און א נטי' אויף היפך הטוב והחסד.
¶34אין סנהדרין דארף מען האבן אזא מין עדה אז ס'זאל זיין והצילו, ”ושפטו העדה והצילו העדה”.
¶35און וויבאלד אז מצד טבע גופו איז ער געווארן עלטער מיט אזויפיל און אזויפיל יארן, וואס דעמאלט איז דער גוף אויך א פעולה פון דער מדה היפך הטוב האט דאס אויך א ווירקונג אויף זיין כח השכל.
¶36איז דאך אינגאנצן ניט פארשטאנדיק. מ'רעדט וועגן א אידן וואס איז געווען אין סנהדרין, וואס ער איז געווען ראוי לזה, סיי מצד יראת-שמים סיי מצד 'הבנה והשגה' וכו איז דערפאר וואס ער איז געווארן עלטער מיט עטלעכע יאר, איז געווארן טבע גופא אכזרי וואס האט דאס א שייכות מיט זיין שכל 'והבנה והשגה' אין תורה?
¶37מדות שבלב, מהיכי תיתי, דארף מען אויך האבן א הסברה, אבער נאך מהיכי תיתי.
¶38בשעת ער לערנט תורה על פי כללי התורה, און וויל מכוין-זיין להלכה, אוי ל”אסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא” לויט א כללין אויב ביי אים פעלט אין די ענינים, איז אפילו ווען ער איז א יונגער טאר מען אים ניט ארייננעמען אין סנהדרין, דארף מען ניט אנקומען דערצו וואס ער איז אלט אזויפיל און אזויפיל יארן,
¶39איז דאך דערפון גופא פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז ס'בייט זיך טבע הטוב, און דער טבע הטוב ווערט ווייניקער רחמני און מערער היפך פון רחמנות מוז דאס האבן א ווירקונג, און ס'האט א ווירקונג בפועל, אויך אויף כח השכל, איז ער ניט מתאים צו ”והצילו העדה” על דרך ווי גערעדט פריער בהנוגע צו כיימת דברי חכמים ועל דרך ווי גערעדט פריער אין כחא דהתירא.
¶40וואס דאס איז אויך וואס מ'זאגט, אז מ'וויל האבן פון דעם אויבערשטן הטיבה הוי,"' דארף מען האבן אין תורה אויך דעם 'לימוד התורה' אין אן אופן וואס תורה ווערט אנגערופן בשם טוב ווערט דאך דא די שאלה, וואס איז דא שייך זאגן אין תורה טוב ”ייקוב הדין את ההר”?
¶41וואס דאס איז שייך זאגן טוב אדער ניט טוב?
¶42ווי דער דין איז באופן כך איז קיין נפקא מינה ניט, אדער דאס איז טוב צי ניט אזוי?
¶43זאגט מען, אז ניין, אז דאס איז פארבונדן איינע מיט די צווייטע.
¶44געבונדן טאקע מיט כללי התורה און לימוד על פי תורה ויראת שמים וכו אבער ביחד עם זה דארף מען לערנען אין אן אופן ווי תורה איז פארבונדן מיט טוב און אט דעמאלט איז דאס אויך ממשיך ”הטיבה הוי' לטובים”.
¶45בפשטות איז דאס בשעת ס'איז דא דער ענין פון שקול, וואס דער ענין פון שקול הענגט דאס דעמאלט אן אינגאנצן אין די הכרעת הדיין, וויבאלד אז דאס איז שקול.
¶46און ווי כאמור לעיל, ס'איז ניט דוקא ווען דאס איז שקול ווי דערמאנט פריער די ראי' בהנוגע פון סנהדרין, בהנוגע כחא דהתירא וכו מיט נאך כמה ראיות שבתורה.
¶47וואס דאס איז אויך, כאמור, די אלע פיר דרגות וואס ס'קען זיין אין תורה, וואס דאס איז דער גאנצער 'סדר השתלשלות', ווי דאס איז אין 'עולם האצילות', וואס דאס איז אדיר דערנאך איז ווי דאס קומט אראפ אין עולם פון ידיד, וואס דאס איז 'עולם הבריאה', איז דערנאך קומט דאס אראפ אין עולם הטוב, וואס בכללות איז דאס יסוד וואס איז כולל כל השבע ספירות, ביז דאס קומט אין 'עולם הזה', וואס דעמאלט איז דאס פארבונדן מיט זה.
¶48און איצטער האט מען די הוראה, די נתינת כח פון דעם קאפיטל, אז דאס ווערט דער מזמור שיר פון דעם יאר, ”הטיבה הוי' לטובים” אז מ'לערנט תורה אין אן אופן פון טוב, במילא איז מען מקרב רחוקים, על אחת כמה וכמה אז מ'טוט-אויף מיט קירוב הקרובים, על אחת כמה וכמה אז מ'טוט-אויף מיט זיך אליין,
¶49וואס אדם קרוב לעצמו אויף ארויסברענגען פון זיך אלע ענינים טובים שבו, אף על פי וואס ער מוז מאכן א חשבון צדק בנפשו, זאגט מען אים אבער, אז ער טרעפט חמור, זעט ער אז דאס איז שונאך היפך ענין פון אהבה וידידות,
¶50אף על פי כן איז עזוב תעזוב עמו דארף ער הארעווען מיט זיך אויך, אז ס'זאל זיין ”ואהבת לרעך כמוך” אויך לרעך וואס דאס גייט ווי ער איז רעך פון זיין ציון פון זיין פנימיות הנפש.
¶51וואס דאס איז דאך אויך געווען די נטי' און די הוראה פון דעם בעל יום ההולדת, כידוע די השתדלות שלו בכמה ענינים פון גמילות חסדים וצדקה וכיוצא בזה,
¶52ווי ס'איז געווען דעמאלט בשעת די מלחמה אין רוסלאנד מיט די יאפאנעזער וכו וואס ער איז געווען אט דער וואס איז געשטאנען בראש פון מארגס-זיין די שילוח מצות צו בני ישראל וואס געפינען זיך אין דער ארמיי,
¶53און האט צוזאמענגעקליבן גדולי ישראל און געמאכט א גאנצן ועד וכו אבער די זאך איז געטאן געווארן בי זמתו, דורך דערויף וואס ער האט דאס אנגעהויבן און ער האט דאס מארגן געווען און געשטאנען דערנאך בראש און האט געשטופט וכו' וכו כידוע די פרטי הדברים שבזה, וואס שוין א טייל פון זיי איז שוין נתפרסם געווארן.
¶54ועד"ז אויך בשעת די מלחמה, וואס זי ווערט אנגערופן מלחמה הראשונה, ווי כמה ענינים של מעשי וגמילות חסדים, ובפרט נאך על פי המבואר בארוכה אין דעם מאמר שלו וואס הויבט זיך אן ”כל המרחם על הבריות”,
¶55”מרחמין עליו מן השמים” וואס שוין אויך געדרוקט על-ידי נשיא דורנו, און נתפרסם געווארן וכו,' און דער עיקר אז ס'זאל נתפרסם ווערן אין אן אופן פון 'נרות להאיר' פועל זיין בכל תלמידיו ותלמידי-תלמידיו, וואס כאמור לעיל גייט דאס אויף יעדער איד, סיי מאן און סיי פרוי, פון דורנו זה,
¶56אויף טאן אין דעם אופן פון לטובים במילא ווערט דאס דעמאלט הטיבה הוי אז דער אויבערשטער איז ממשיך טובה, און במדתו של הקב"ה, וואס זי איז כמה פעמים ככה, ביז די טובה העיקרית,
¶57וואס דאס איז דער ענין וואס מ'נעמט ארויס יעדער אידן און אלע אידן פון גלות, און מ'נעמט דאס ארויס אין אן אופן פון טוב הנראה והנגלה, און מ'גייט אלע צוזאמען לארצנו הקדושה, וואס ווערט אנגערופן ”ארץ טובה ורחבה” טובה און וואס אויך וואס ס'ווערט אין דעם אופן פון שלימות אין 'קיום המצוות',
¶58וואס כללות כל המצוות כולם איז דאך ווי דער לשון הכתוב ”תורת חסד” אפילו די וואס זיי זיינען בגלוי ניט אן ענין של חסד, איז דאך דאס בפנימיות ובעיקר איז דאך דאס אן ענין של חסד, אבער מ'בעט אז ס'זאל זיין אין ”טבע הוי' לטובים” און אז ס'זאל זיין בטוב הנגלה ”הטוב לנו תפתח” אז ס'זאל זיין אין טוב הנראה והנגלה.
¶59ובענין העיקרי, די גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט וועט דאך זיין גואל ראשון הוא גואל אחרון טוב זה משה רבינו, במהרה בימינו ממש, ומתוך שמחה וטוב לבב, ו”מלאה הארץ דיעה את הוי און כמים לים מכסים”.
¶60לחיים.