Paragraph
Paragraph rh-sy927v27
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-vzd6sm5y
- order
- Y6
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אדער פון די ימים אחרונים של סוכות, וואס אין דערויף דארף מען דאך ניט מאריך זיין, וויבאלד אז מ'איז אחכלו בכל יום שיבוא, איז דאך אט דעמאלט וועט זיכער דער אויבערשטער מקבל זיין תפילת עמו ישראל, און נאכמערער ברחמים, וועט דאך זיכער זיין דער ביאת משיח צדקנו נאך בחול המאוד זה, במילא וועט דאך דעמאלט זיין לאחרי זה, די ימים אחרונים, וועט דאך זיין יום אחד דער יום חמישי, און דערנאך וועט זיין אן אסרו חג און דערנאך וועט זיין דער שבת בראשית, וכמדובר בארוכה אויב ס'וועט דעמאלט זיין דער דין, אז מ'וועט לייענען בראשית באזונדער, מ'וועט ניט יוצא-זיין, ויצטער לייענט מען דאך בראשית אין פרשה אין שמחת תורה, קומט דאס אבער ניט צו לייענען בראשית אין שבת פרשה בראשית, כמדובר לעיל. ועוד והוא העיקר, מ'האט דאך גערעדט, אז אין רוחניות הענינים דארף דאך זיין בשלימות אפילו אין חוץ-לארץ, ואדרבא ניט נאר אפילו אין חוץ-לארץ, אז וויבאלד אז דארט פעלן די ענינים בגשמיות, דארף דאך זיין ונשלמה פרים שפתינו איז דאך פארשטאנדיק, אז שפתינו וואס דאס האט אונז אפגעגעבן אין אונזער בעה'ב טישקייט דארף זיין דער ונשלמה
- proofread
- 0