transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1דער יום-טוב יוטות כסלו ווייסן דאך אלע, אז דאס איז אין צוזאמענהאנג דערמיט וואס דער אלטער רבי, דער בעל התניא והשולחן ערוך, האט מען אים אריינגעזעצט במסור, איבער דעם וואס ער האט מפיץ געווען נאך א חלק פון תורה, וואס ביז דעמאלט איז ער ניט געשטאנען אין אזא מין פרסום,
¶2און אין דעם טאג פון יו טעס כסלו איז ער ארויס לחירות, און דערמיט האט מען אויך געגעבן רשות, אז ער זאל ווייטער קענען אנגיין מיט דער הפצה פון תורת החסידות, וואס תורת החסידות איז פארבונדן ניט נאר מיט לערנען אליין, נאר אויך מיט 'דיבור ומעשה' אין טאג-טעגלעכן לעבן,
¶3און בשעת עס קומט צו אין לערנען דער חלק פון 'פנימיות התורה', איז בדרך ממילא ווערט אויך די ענדערונג און דער שינוי אין דעם מעשה פון חיי היום יומים, אז דארט זאל זיך אויך אנזען מער לעבעדיקייט און מער פנימיות, ווארום ביאמת איז דאך יעדער איד,
¶4איז דאך ווי די גמרא זאגט, אז 'אין אדם עובר עבירה' ס'איז גאר ניטא קיין מעגלעכקייט אז א איד זאל עובר זיין אויפן אויבערשטנ'ס רצון, מערניט אויב ער ווערט אויס אדם,
¶5נאר ”נכנס בו רוח שטות” רוח בהמה, אבער אין דעם גופא, ווי מ'טוט א מצוה און ווי מ'היט זיך אויס פון אן עבירה קען דאס זיין מיט א גרעסערע לעבעדיקייט, אדער מיט ווייניקער לעבעדיקייט, אדער ”מצות אנשים מלומדם”.
¶6לכאורה איז בשעת מ'טוט די מעשה איז דאך דער עיקר אפגעטאן, אבער לבד זה, וואס אז מ'טוט די מעשה מיטן חיות ווערט געטאן די מעשה מיט א הידור, ווי מ'זעט דאס אין פועל,
¶7אז אין אזא ענין וואס מ'איז אין דערויף פארקאכט, איז ניט נאר מ'טוט פון יוצא-וועגן, נאר מ'טוט דאס אפ אויך בהידור ובמהדרין מן המהדרין, ווארום אים איז נוגע דער ענין מצד זיך אליין, ניט נאר לצאת ידי חובתו איז דא אין דערויף נאך א פרט,
¶8אז אויב דער מעשה איז ”במצות אנשים מלומדה” איז דאך אין דערויף איינגעטאן פארטאן מערניט ווי דער חלק המעשה שבו דער געפיל פון הארצן, די מדות שבלב און דער שכל שבמוח, די 'הבנה והשגה' איז פארנומען מיט אן אנדער זאך איז דעמאלט איז אלול אז ס'זאל דורכגיין א וויילע,
¶9ווערט דער רגש שבלב און 'הבנה והשגה' שבמוח משנה זיין און פועל זיין אויף חלק המעשה, אז ער זאל זיך פארנעמען מיט די ענינים אין וועלכע זיי זיינען פארקאכט, ניט אין דעם ענין אין וועלכן ער ליגט מערניט מיט זיין כח המעשה, וואס דאס איז דער קיום פון ”מצות אנשים מלומדיו”.
¶10און אט דאס איז די הסברה, אז אף על פי וואס חסידות אליין איז דאך אומעט ומדגיש, וואס דאס איז אויך דער לשון המשנה, אז 'קיום המצוות' דארף דאך זיין יקבל עליו עול 'מלכות שמים' בדרך כל, און יקבל עליו עול תורה ומצוות אויך בדרך כל,
¶11פונדעסטוועגן איז אויך א הכרח, אז אלע ”עשר כחות שבנפש” זאלן ניט זיין פוסט פון דעם ענין וועלכן ער טוט מצד עול 'מלכות שמים',
¶12און עאכו"כ זיי זאלן ניט זיין פארנומען מיט אן אנדער זאך, וואס דאס איז נוגע ניט נאר אין דעם הידור שבמצוה און אין דעם פנימיות במשך הזמן, איז אן דערויף הענגט אפ דער גאנצער קיום זיינער פון מצוות מעשיות בפועל.
¶13און אט דאס איז דאך אויך דא די אגרת הקודש, וואס דער רבי נשמתו עדן דעם שווערס פאטער האט געשריבן צו זיין זון, צום שווער דעם רבי'ן, בהנוגע צו יום-טוב פון יו ט' כסלו,
¶14שרייבט ער דארט דעם לשון אשר 'אור וחיות נפשנו ניתן לנו' ניט נאר אז דאס איז געווען דער חג הגאולה וואס ”פדה בשלום נפשו” פון בעל התניא, נאר דאס איז אויך החג אשר ”פדה בשלום” נפשנו,
¶15און במילא, וואס האט זיך אויפגעטאן?
¶16אז מ'האט אונז געגעבן אין אונזער נפש דעם אור און חיות.
¶17ע דרך הנגלה וועט מען פארשטיין דעם חילוק מיר געפינען אין חיות האדם איז דא צוויי ענינים.
¶18ס'איז דא אזא ענין וואס דא איז אן אונטערשייד צווישן א גדול ביז א קטן, ווי די גמרא זאגט אויף דערויף דער לשון צווישן עוד מלך הבשן מיט א ”תינוק בן יומו”,
¶19ס'איז דא אבער אזא ענין וואס אלע גלייכן זיי זיך אויס, אז מייסבי דעתו איז דער זעלבער שיעור ככותבו אף על פי וואס אויף אנדערע ענינים איז דער קישור הנפש אים הגוף איז ניט גלייך דער שיעור פון א גדול ביז דעם שיעור פון א קטן.
¶20דערפון איז אויך פארשטאנדיק אין ענינים רוחניים שבאדם, איז אף על פי וואס וויבאלד אז די נשמה איז מלובש בגוף מוז מען אנקומען צו א שיעור פון א 'דבר גשמי', וואס דאס איז דאך דער פירוש פון דעם בעל שם טוב וואס ער האט מפרש געווען אין דברי האריז ל, אז א איד אז א מענטש וויל איז תמוב ורעב לדבר גשמי,
¶21איז דאס דערפאר וואס די נשמה דארף האבן דעם ניצוץ וחיות אלקי וואס ס'איז דא אין דעם דבר וואס דאס וועט מאכן לעבעדיקער זיין נשמה, און איצטער איז דאס אנגעטאן געווארן דער ניצוץ אלקי אין א 'דבר גשמי',
¶22מוז די נשמה אויך אנקומען צו דעם 'דבר גשמי', וואס דורך דעם קען זי באקומען דעם דבר הוי' וואס געפינט זיך אין דעם מאכל אדער אין דעם משקה, איז אין דעם גופא איז דא די צוויי ענינים פון אור און חיות.
¶23אין אור זעט מען, אז אור איז א דבר פשוט, אין דערויף איז ניט שייך צו מאכן חילוקים 'מצד עצמו', ס'איז נאר א נפקא מינה, בשעת די ליכטיקייט גייט דורך דורך א ספוחית לבנה, דורך א לייתא כלי, א לייתא גלאז,
¶24האט דאס א גוון לבן, בשעת דאס גייט-דורך דורך א סכוכית אדומה האט דאס א גוון אדום, בשעת דאס גייט-דורך א סכוכית ירוקה האט דאס א גוון ירוק, אבער דער ”אור מצד עצמו” איז ניט מקבל קיין שינוי, דאס איז מערניט וואס דער מקבל קוקט אויף דעם אור דורך דער סכוכית, דערפאר באקומט ער דעם אור מיט א גוון.
¶25וואס דאס איז דאך אויך דער לשון הגמרא, אז שמשה אכולה על מנאכה אז דער שמש לייכט אומעטום, סיי במקום ההשפעה און סיי בחדר המלך, און דאס שאט ניט צו דעם אור השמש.
¶26וואס דאס איז אויך אזוי, אין נפש האדם איז דא דער אור הנפש, וואס דאס איז דאך דא אן ענין פשוט, און אין דערויף גלייכט זיך אויס דער וואס איז אין ענינים רוחניים א גדול ביותר מיט דער וואס איז א קטן ביותר מערניט ווי א ”תינוק בן יומו”, אז ביידע דארפן זיי אנקומען צו די אניצוץ אלקי אבער זיי זיינען מייסודעתו מיטן זעלבן שיעור.
¶27ס'איז דא דערנאך ווי דער אור גייט אראפ נידעריקער, און ער ווערט נתפרט לחלקים, וואס דעמאלט ווערט ער אנגערופן בשם חיות ער באלעבט פריער דעם גוף בכללות, אין א פנימיות דיקן אופן, און דערנאך יעדער אבר, איז דא איז דאך דא חילוקים צווישן דעם חיות הנפש ווי דאס איז במוח וואו דארט געפינט זיך שכל,
¶28ביז חיות הנפש ווי ס'געפינט זיך ביקב שברגל, וואס אויף דערויף זאגט ער אין אבות ר' נתן אז דאס איז דער מקום בגוף שיום בו חיות, און פונדעסטוועגן איז דאס אויך א חלק פון גוף.
¶29דאס הייסט, אז לגבי הגוף איז דאס דער חיות בצמפטום היותר גדול, אבער אעפ' כן איז דאס נאך אויך שייך צו דעם גוף חי.
¶30און אזוי איז אויך אין דער עבודה רוחנית, איז אט דאס וואס מ'האט אויפגעטאן דורך פרסום, הפצת המעיינות חוצה האט מען אויפגעטאן אין ביידע ענינים, אז מ'האט געגעבן מיט דעם ענין וואס אלע גלייכן זיך אויס בשוה,
¶31מייסוד עתו, וואס דאס ווערט אנגערופן בשם אור נפשינו וואס דאס גיט א כללות'דיקע לעבעדיקייט און א ווארעמקייט אין טאן אן ענין פון אהבת ה', אדער פון אהבת התורה אדער פון אהבת ישראל, וואס דאס איז כולל אלע תרי"ג מצוות לאביזרייהו.
¶32און דערנאך האט דאס אפילו אויך אויפגעטאן, אז אין דעם חיות פרטי ס'איז דאך שלא בדוגמא דעם חיות וואס ס'איז דא אין א מצוה דאורייתא לגבי א מצוה דרבנן, לגבי א דקדוק קל של דברי סופרים,
¶33מ'זעט דאך פון דעם חילוק פון שכר וואס דאס איז דאך ווירקט דאך אויס אין א הנאה שבגן עדן, וואס דאס איז דאך דער תענוג הנשמות, ס'איז דאך אין דערויף דא חילוקים איז אין דערויף איז אויך צוגעקומען דורך ההפצת פון 'פנימיות התורה', אז ס'האט אין דערויף אויך אריינגעגעבן א תוספת, אז דער חי' זאל זיך טאן מיט מער פנימיות און מיט מער קאף.
¶34און דערביי טוט מען אויף נאך אן ענין, אזוי ווי יעדער מענטשן האט מען דאך געגעבן אלע ענינים במדה, במדידה והגבלה, בשעת ער פארטוט מערער אין ענינים פון קדושה, איז בדרך ממילא בלייבט ביי אים ענינים אויף וועלכע ער זאל קענען חל זיין דער ענין פון לא טוב,
¶35און אפילו אויך ניט די ענינים פון רשות, דערפאר וואס ער האט שוין אפגעגעבן זיין אור און זיין חיות מיט זיין כח אין ענינים פון קדושה.
¶36און אט דאס איז וואס י' טס כסלו האט געגעבן לכל הדורות ודורנו בכלל, ביז משיח צדקנו, אז דורך דעם וואס מ'האט ארויסגעגעבן אז א איד ווערט פארנומען אין מעשה המצוות ניט נאר מיט מעשה בפועל און ניט נאר מיט חגת, מיט הרגס שבלב, נאר אויך מיט חב"ד שבמוחין איז אט דא ווערט ער אינגאנצן פארנומען מיטן זעלבן ענין,
¶37במילא בלייבט דארט ניט קיין אחיזה ללעומת זה צו א זאך וואס דאס איז ניט דער ענין של קדושה, און על דרך ווי אין טבילה במקוה, אז בשעת ער איז טובל מיט דער שערה אויך, איז אט דעמאלט איז עלתה טבילה אפילו לראשו, אויב ער איז געבליבן שערי מחוץ למים איז אט דעמאלט איז אפילו דער ראש אויך ניט נשתנה געווארן.
¶38און אט דאס איז וואס הפצת המעיינות חוצה גיט אונז דעם 'אור וחיות' נפשינו, אז אין עניני מצוות זאל מען טאן מיט מער חיות און מיט מער אור, און אזוי אויך אין די הוראה כללית, וואס ס'דארף דאך זיין ”בכל דרכיך דעהו” דינען דעם אויבערשטן אפילו אין עניני הרשות,
¶39וואס אויף אזא אופן קען ער דאך זיין אן ”עובד את ה' תמיד” פיר און צוואנציק שעה אין מעת לעת, ווי דער רמב"ם איז דאס מבאר בארוכה אין הלכות דיעות איז אט דאס ווערט ביי אים אפגעטאן מיט אן 'אור וחיות' פנימי,
¶40און במילא איז ער מעלה בקודש, אז ווי יעדער לעבעדיקע זאך גייט דאס מיום ליום און דאס ווערט ניתוסף סיי לעבעדיקייט סיי ליכטיקייט, ביז וואנענט מ'מאכט ליכטיק דעם חלקו בעולם, און דורך דעם וואס יעדער איד וועט מאכן ליכטיק אין זיינע ד' אמות און אין זיין סביבה,
¶41וועט מען סוף כל סוף מזכך זיין און מברר זיין דעם גאנצן עולם, ביז וואנענט אז ס'וועט זיין דער ”לילה כיום יאיר”, אז ”ונגלה כבוד ה' וראו כל בשר” אז אפילו פליישיקע ענינים וועלן דערפילן געטלעכקייט בכל ענין וענין.
¶42לחיים לחיים.