פסקה
פסקה rh-swdtw5e4
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-4amkqh6x
- order
- 9U
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אויך גע'פועל'ט אויך כתיבה וחתימה טובה גלייך פון ראש-חודש אלול, וואס דורך דערויף ווערט נתגלה דער ראשי-תיבות פון אלול, פון אני לדודי ודודי לי, ביז ס'ווערט דערנאך אויך נתגלה בשעת ס'קומט שמחת-תורה, און יעדער קינד און אלע קינדער טאנצן צוזאמען צווישן זיך, און זיי טאנצן צוזאמען מיט א ספר-תורה, און דוקא מיט דער גאנצער ספר-תורה, ניט ער נעמט ארויס א בלעטל וואס ער האט געלערנט יענעם טאג באזונדער, נאר ער האלט זיך אן דוקא אין דער גאנצער ספר-תורה, וואס ענדיקט זיך מיט לעיני כל ישראל און הויבט זיך אן מיט בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ, און דאס איז נאכמערער מוסיף, אז דער קינד, און אלע קינדער און אלע נשים וטף, זאלן האבן כל צרכיהם, ידו המלא הפתוחה הקדושה והרחבה, סיי די וואס זיי זיינען פארבונדן מיט שמים, סיי די וואס זיי זיינען פארבונדן מיט ארץ, ובפרט נאך אז זיכער איז מען דאך מקיים, ווי דערמאנט פריער, די מצות הצדקה, וואס דאס איז דאך א הכנה צו יעדער תפילה, על אחת כמה וכמה צו תפילה פון יום ראשון בשבוע און יום
- proofread
- 0