Paragraph
Paragraph rh-svgrtex0
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-p9h4cpjh
- order
- 7k
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און א שותפות אין אזא מין אופן, אז דאס ברענגט נוצן ביידע צדדים און אין דעם זעלבן אופן, על דרך ווי דערמאנט פריער אני לדוגי ווי דאס גייט אויף יעדער אידן מיטן אויבערשטן, על דרך זה אויך איז דאך ואהבת לרעך כמוך און ווי דער רבי דער שווער האט מסביר געווען, אז דער ענין פון אהבת ישראל איז באשטייט אין דעם, אז אור את מה שהאהבת ישראל אוהב, אז אין וואס באשטייט דער אמת'ער ליבשאב צו א צווייטן? אז ער האט ליב אט דעם וואס דער צווייטער האט ליב, און וויבאלד אז ער זעט אין א צווייטן אידן, אז ער האט ליב דעם אויבערשטן, און ווי ער זאגט יעדער טאג אין דאווענען און אין אנהויבס דאווענען ואהבת את הוי'אלקיך במילא האט ער אויך ליב דעם אויבערשטן, און במילא איז ער לערנט איז ער מקיים דעם אויבערשטנ'ס אנווייזונגען, און די הויפט אנווייזונג פון דעם אויבערשטן איז דאך, אז מ'זאל געבן צדקה, און געבן צדקה אין גאר א גרויסן פארנעם, אזוי אז אין דעם פארנעם זאל זיין ניכר, אז דאס ווערט געגעבן דורך איינעם וואס דער אויבערשטער האט אים געבענטשט, מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, און מ'האט אים אויך געבענטשט, ווי מ'זעט דאס אין דעם ביישפיל פ
- proofread
- 0