פסקה
פסקה rh-st5cb49d
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-3ew3300d
- order
- Xo
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- פון חכמה ובינא, ברכות, וואס דערפאר זאגט מען כאילו עבר ובטל מן העולם דערפאר וואס חס ושלום זאגן, אז דאס איז א חסרון ווען מ'האט די עבודה פון מאה שנה, נאר אדרבא דאס איז כאילו עבר ובטל מן העולם ער איז העכער פון אלע העלם והסתר, ס'מוז דאך אבער זיין דוקא די עבודה פון נשמה בגוף, און דוקא די עבודה אין עולם הזה התחתון שאין תחת למטה הימנו, דערפאר זאגט מען כאילו עבר ובטל מן העולם ווארום בפשטות איז מראה באצבעו ואומר זה אט זיינען די חסידים פון נשיא דורינו, וואס איצטער, היינטיקן מית-לעת, איז געווארן ארבעים שנה וואס ער איז עולה מעלה למעלה, מעלה לאחרי מעלה, וביחד עם זה איז ער יורד ירידה אחר ירידה, אויך אין זמן, במילא ווערט דאס אויך
- proofread
- 0