English
ספרייה

שלח

272

די צוגעבונדנקייט פון דער אידישער פרוי צו "ארץ הקדש" איז אַן אויסדרוק פון איר איבערגעבנקייט צו אַלע ענינים פון קדושה, תורה ומצוות, וואָס דריקט זיך אויס נאָך אין אַ שטאַרקערע פאָרם ווי באַ די מענער, פון צייט צו צייט.

דערפון איז אַן אָנווייזונג אויך פאַר אונזער דור, אַז די פרויען קענען פיל אויפטאָן צו פאַרשטאַרקן אַלע ענינים פון קדושה, תורה ומצוות, צוערשט אין זייער אייגענע היים און צוזאַמען דערמיט אויך אין דער סביבה אין אַ פּאַסנדן אופן, און אַזוי אַרום מאַכן באַ זיך אינדערהיים און אין דער סביבה אַן "ארץ הקדש" פאַר דער ג­טלעכער שכינה.

דאָס איז דאָך פון די אויפגאַבען פון די חב"ד פרויען אומעטום, וועלכע האָבן נאָך דעם ספּעציעלן זכות וואָס זייער וועג איז באַלויכטן מיט דער ליכטיקייט פון חסידות און חסידישע טראַדיציעס.

און פּונקט ווי צוזאַמען מיט ארץ ישראל זיינען געגעבן געוואָרן אַלע ג­טלעכע ברכות פון ארץ זבת חלב ודבש אויך אין דעם מאַטעריעלן זין, אויב נאָר מען וועט זיך אויפפירן לויט דעם אויבערשטנס רצון, אַזוי זיינען שטענדיק אָנגעגרייט אַלע

ג­טלעכע ברכות פאַר אַלעמען וועלכע העלפן פאַרשטאַרקן און פאַרשפּרייטן תורה­אידישקייט, לויט זייערע פולסטע מעגלעכקייטן.

השם יתברך זאָל מצליח זיין אייער אַרבעט אין אַ שטייגענדער מאָס, און זאָל אייך באַגליקן בטוב הנראה והנגלה אין אַלץ וואָס מען נויטיקט זיך, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכה לבשורות טובות.

(ממכתב י"ג סיון, תשכ"ה)

... לכתבו אשר ישנם מלעיגים עליו — לא דבר חדש הוא שמלעיגים על התומ"צ. וכן הי' חלקם של כו"כ החרדים לדבר ה', מתחיל מאברהם אבינו. וראה התחלת (ויסוד) כל ד"ח שו"ע: ולא יתבייש כו'. וכבר נאמר — ה' אתנו אל תיראום.

(ממכתב כ"ג מ"ח, תשכ"ג)

ספריית ליובאוויטש · chabadlibrary.org

יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-ss512xm5

עותקים

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות