transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1”פדה ושלום נפשו מקרב לי כי ברבים היו עמדי” ס'איז ידוע דער דרוש פון בעל הגאולה, די ספר וואס איז שוין אויך אפגעדרוקט, וואס ער שטעלט זיך אויף דערויף אין די דיוקים וואס ס'איז אויך דא דערנאך בא רבותינו נשיאינו,
¶2וואס ער זאגט לכאורה שני עניני מפכים, אז דאס איז דער ענין פון די קרב וואס קרב איז דאך עניני מלחמה, און ער זאגט ”פדה בשלום” אז דאס איז אן ענין וואס די פדיעה פון דער מלחמה איז געווען אין אן אופן פון שלם, וואס לכאורה איז דאך דא צוויי באזונדערע זמנים, אויב ס'איז אן ענין פון קרף ומלחמה איז דאס ניט דער ענין פון שלום.
¶3בפרט נאך ווי ער איז מבאר דארט בארוכה, אז אין מלחמה גופא איז דאך דא כמה אופנים וואס לויט דעם אופן ווערט אנגערופן די ”מלחמה בשעת מלחמה” ווערט אנגערופן בשם קרב איז דאס נאך מדגיש אין דעם ענין המלחמה דער ענין פון קרב וואס דאס איז פון לשון קירוב,
¶4וואס אף על פי וואס לכאורה איז קירוב היפך דער ענין פון מלחמה, זעט מען דאך אבער אויך, אז ווען איז שייך זאגן מלחמה און ווי אזוי ווערט געטאן דער ענין המלחמה,
¶5בשעת מ'שטייט ”בקירוב זה אל זה”, ביז וואנענט אז דער תוקף ענין המלחמה, אז ס'ווערט די מלחמה ווי ער זאגט אין דער פרשה אז ויאבק אש אמו אז די קרב ווערט דורך דערויף אן ענין פון התאבקות, וואס התאבקות ויאבק אש אמו איז דאך דורך דערויף וואס ער איז חובק און מאבק,
¶6נעמט ארום דעם מיט וועמען ער איז נלחב, על דרך זה אויך דער צד השני, דורך דערויף וואס אזוי איז דער ענין פון ויהי ”אבק איש עמו” אז דאס ווערט דורך דעם ענין פון חיבוק און קירוב, ביז אין אזא מין קירוב חזוק ביותר, וואס דוקא דעמאלט ווערט דאס אנגערופן בשם קרב וואס דאס איז קירוב טאקע לשם תכלית הפכיות,
¶7אבער אף על פי כן ווערט דאס דורך אן ענין הקירוב.
¶8וואס דאס באווייזט גופא, ס'איז דאך אין דומה אט דאס וואס מ'דארף באווארענען אין א מלחמה, ווען די מלחמה פירט זיך ממרחק, משא"כ ווען די מלחמה איז אן אופן פון קרוב, איז אט דארטן דארף מען דאך באווארענען כמה וכמה פעמים ככה,
¶9און אף על פי דין ענינו פון מלחמה, אז ניט, ס'זאל ניט זיין די זוקים וואס קענען זיין ניט סתם פון מלחמה סתם נאר אויך מלחמה הנקראת קרב, און דא זאגט ער אז דאס איז אין א ענין פון שלום.
¶10ווי דערנאך איז ער נאך מבביר נאכמערער, אז אין שלום גופא איז דאך דא כמה וכמה דרגות, וואס דא רעדט זיך וועגן ”פדה בשלום” אויף וועלכן מ'גיט א תהילה ושבח והודאי וואס דערפאר לערנט ער דאך אין דעם מאמר ובכמה מאמרים, אז דאס איז אן ענין של שלום בשלימותו,
¶11ביז וואנענט ווי ער איז דארט מבאר, אז אפילו אזא מין שלום ווי ס'איז געווען בסוף ימי דוד, אף על פי כן האט מען ניט געקענט דעמאלט בויען דעם מקדש,
¶12אפילו בפני מנוחה וואס איז געווען לסוף ימי דוד, וויבאלד אז דאס איז א מנוחה שבקרוב למלחמה, שלום וואס דאס איז בקרוב למלחמה, נאר מ'דארף האבן דעם שלום וואס דאס איז געווען בימי שלמה בני ”אתה תבנה הבית” וואס ער הייסט שלמה,
¶13דערפאר וואס שלום בשעל לו יהיו בימיו, דערנאך איז ער נאכמער מבאר, אז אפילו דער שלום שבימין שלמה איז נאך אויך ניט מספיק, אז ניט איז ס'ענין פון ”פדה בשלום נפשי מקרב לי כי ברבים היו עמדי” איז דאס דוקא ימות המשיח, וואס דעמאלט וועט זיין ”את רוח הטומאה אעביר מן הארץ” ביז וואנענט וגר זאב אים כבש,
¶14דערפאר וואס ”לא יראה ולא השחיתה בהר קדשי”, וואס דעמאלט וועט דאס זיין 'תכלית השלימות', אז ס'איז גאר ניטא די גאנצע מציאות פון דעם היפך,
¶15ביז נאך מערער ווי דער צווייטער ענין אין א ”ושבתי חיי רעה מן הארץ”, ווי די שלימות שבדבר, אז דאס ווערט נתהפך, בדוגמא ווי מ'זאגט אז ס'איז געווען דער ”שמש גדול” שלפני החטא, וועט דאס זיין נאך ”ביתר שאת וביתר עוז”,
¶16לעתיד לבוא, אז ”גם אויביו ישלום” עמו, ”ישלומי לשון שלום”, אז שלום בשלימות.
¶17קומט דאך דא אויס ביידע קצוות, אז איז שלום ווי ער טייטשט אפ אין דעם מאמר איז דאס א ”שלום בתכלית השלימות”, ביז וואנענט ווי ער איז מסיים אז דאס וועט זיין באמת לאמיתתו במיום משיח דוקא,
¶18און פון וואס וועט דאס זיין?
¶19דאס וועט זיין מקראה ניט סתם מלחמה, נאר א מלחמה שנקראת קראה.
¶20אויך איז מען דערנאך ממשיך כברבים היו עמדי וואס דאס איז דאך כי אויך הלשון טעם, איז דאך אויך אין ”ברבים היו עמדי” איז דאך דא די צוויי פירושים און די צוויי ענינים,
¶21ווי אזוי די רבים ווערן נכלל אין עמדי היו עמדי וואס עמדי איז תכלית האמיתית פון עמדי וואס דאס איז דער פנימיות און די עצמיות פון דעם מנצח, אט דעם וואס אמת איז געווען דער ”פדה בשלום נפשי” פון דעם נפשי, און אין דערויף ווערט לכלל דער רבים ביז איז אינע רבים אין דעם צווייטן פצה,
¶22רבים ”שאין למטה מהם” רשות הרבים, וואס דאס איז דער היפך פון רשות היחיד, ווי דאס איז אויך פארשטאנדיק דערפון ווי ער זאגט אויך אין ירושלמי דער אפטייטש פון כברבים היו עמדי אז אפילו אנשי אפשלים האבן אויך מתפלל געווען עמדי פאר נצחנו של דוד,
¶23וואס דאס איז דאך די רבים וואס זיי זיינען געווען במחמי אפשלים, וואס ענינו איז דאך געווען דער היפך ענינו פון דוד, און נאך מערער 'ביתר שאת' וביתר תוקף, וואס דאס איז דאך געקומען מבנו.
¶24אמת טאקע מ'זאגט אויף דערויף מזמור ”לדוד, שלום בנו” און ווי די גמרא טייטשט דאס אפ, אז אין דערויף איז דא אן ענין של מזמור, ס'איז דאך אבער איין ענין ”יוצא מידי פשוטו”, אז דאס איז געווען דער ענין פון אנטקעגן מלכות דוד, ביז דעם קצה הכי תחתון שבדבר.
¶25וואס דאס איז דאך כולל, און דערמיט ווערט אויך פארשטאנדיק וואס אין די דרושים פון ”פדה בשלום נפשו” איז דאך דא אין דערויף כמה וכמה ביאורים, ביז ווי ס'רעדט זיך גאר בפשטות, אז דאס איז אן ענין וואס ס'איז טאקע דא דער ענין הקרב, און דערנאך קומט מען צו צו דעם ענין פון שלום, און וואס הייסט?
¶26א מלחמה בתכלית, ווי דאס איז אויך געווען בפשטות, בגאולת פון דעם אלטן רבי'ן, דערפון אויך פארשטאנדיק בגאולה פון דעם מיטעלן רבי'ן, אז ס'איז געווען פשוט א סכנה כפשוטה, און פון דעם קרב איז מען דערנאך געקומען צו אן ענין פון שלום וואס דאס איז געווען לאחרי זה,
¶27ביז ווי ער טייטשט דאס אפ אין די דרושים, אז דאס איז אן ענין ווי דאס וועט זיין לעתיד לבוא נאך העכער ווי דאס איז געווען אפילו בימי שלמה, עאכו"כ אין מלכות דוד, אין 'בימי דוד' און ווי לפני זה.
¶28על דרך זה אויך איז דאך דא די צוויי סוגי ביאורים.
¶29דער איין סוג ביאור, ווי ער איז מבאר דער ”פדה בשלום נפשי”, אז דאס איז די צוויי עניני עבודה ענין פון קרב, פון נעמא אפום בחרבה ובקשתי וואס דאס איז דער ענין פון עבודת התפילה איז דער ענין פון קרב, און ”פדה בשלום” איז דאס דער ענין פון עבודה על דרך התורה.
¶30דערנאך איז מען מבאר אויך ווי אזוי אין תורה גופא איז דא די שני אופנים, על דרך זה אויך ווי אזוי אין תפילה גופא איז אויך דא די שני אופנים פון שלום און דער ענין פון קרב.
¶31ער איז מבאר אין דעם דרוש, אז בכללות איז דאס אט דאס וואס כללות עבודה לייזט ”פולחנא כפולחנא דרחימותא”, ”ואהבת את הוי' אלקיך”
¶32”בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאדך” וואס בכללות איז דאך דאס פאנאנדערגעטיילט אין צוויי סוגים דער סוג ווי ער שטייט בפני עצמו אין פרשת שני וואס דאס איז דער לבבך מול נפשכם און דערנאך ווי ער שטייט אין פרשה ראשונה וואס דעמאלט איז עושים רצונו של מקום דערפאר וואס דאס שטייט אויך ”בכל מאדך”
¶33און וויבאלד אז מ'זאגט אויף דער גאנצער פרשה וואס ישראל ”עושים רצונו של מקום” וואס דערפאר איז ”עמדו זרים ורעו צאנם” ניט זיי פארנעמען זיך אליין מיט וואס אהבת דגנך ותירושך ויצריך איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז די נקודות שבפרשה ראשונה איז דאס דער ענין פון ”בכל מאדך”.
¶34וואס דער ענין פון בכל עמוד אחד איז דער ענין פון מסירת עבודה מצד מסירת-נפש, ידוע אין דערויף דער דיוק, מ'זאגט דאך לפני זה ”שמע ישראל הוי' אלקינו הוי' אחד” וואס דאס איז ענין פון מסירת-נפש,
¶35על דרך זה זאגט מען דאך אויך ”לאהבת את הוי' אלקיך בכל לבבך” איז דאך אויך די אהבה אמיתית ווי דאס מאנט זיך ארויס דורך דעם ציווי.
¶36וואס דערפון איז פארשטאנדיק, אז אויך 'בכל לבבך' איז שוין אויך אין אן אופן וואס דאס פארלאנגט אויך מסירת-נפש, על אחת כמה וכמה ווי מ'זאגט דאס ”בכל נפשך” וואס איז דא דער ענין וואס מ'איז מוסיף וואס מ'זאגט ”בכל מאדך” אז דוקא ”בכל מאדך” דאס איז דער ענין פון מסירת-נפש.
¶37אפילו ווי דאס איז אין פרשה שני וואס דאס איז דאך בכללות, קודם ביאת משיח, איז אף על פי כן איז דאך דא דער ציווי פון מסירת-נפש, און ווי ער זאגט אין תניא, ביז אז א איד לערנט תורה און איז מקיים א מצוה איז דאס אן ענין פון מסירת-נפש, ווארום דעמאלט טוט ער ניט אין עניני עולם, אז ער איז מוסר נפשו והגיעה, און טוט אין אן ענין פון תורה ומצוותי ביז מסירת-נפש כפשוטה,
¶38ווי דאס איז דא ביז מסירת-נפש בתכלית השלימות, וואס דאס ווערט אנגערופן בכל מודך.
¶39און ער איז מבאר דארטן, אז דאס איז אויך אין עבודת התפילה גופא די שני ענינים פון שלום און קרב איז דאס בדוגמא פון דער עבודה פון ”פרשה שני של” קריאת-שמע, ”בכל לבבכם ובכל נפשכם”, וואס דארט פארלאנגט זיך אויך דער ענין פון מסירת-נפש,
¶40דוקא אין אזא אופן קען זיין אם שומע תשמעו צו אלע מצוות הוי' אלקיכן כמבואר בארוכה אין תניא אין די דרושים פון חסידות שלאחרי זה, ווי אזוי מסירות-נפש איז נוגע לקיום ”כל מצוה ומצוה” צו 'לימוד התורה' און קיום מצוותי דאס קומט אבער ניט צו דעם מסירות-נפש פון פרשה ראשונה מצד דעם ענין וואס דאס איז דא ”בכל מאודך”.
¶41וואס כללות איז דאס, אז ”בכל לבבך ובכל נפשך” איז דאס כולל כל כוחות הנפש, ביז וואנענט ווי ער איז מבאר, אז דאס איז אויך כולל דעם מקיף הקרוב, דעם חיות שבנפש.
¶42וואס דאס מאנט ארויס אויך שמע תשמעו, אז ער איז א לומד תורה און מקיים מצוות, און ווערט ניט נתפעל פאר כל מניעות ועיכובים, ביז וואנענט אז ער האט די עבודתו בשלימות,
¶43אעפי כן איז דאס ניט דער ענין פון ”עושין רצונו של מקום”, און דערפאר דארף ער אנקומען לידי קראה.
¶44ווי בפשטות דער ענין אז מ'זאגט וואס אפת דגנך ותירושך ויצלך מוז ער דאך האבן צו-טאן מיט ל' טעס מלכות, וואס דאס איז 'עובדין דחול', ביז אין אן אופן וואס אמת טאקע ביי אים איז דער ענין אופן העבודה יגיע כהפיך אבער יגיע כהפיך זאגט ער דאך אויף דערויף דעם לשון יגיע,
¶45און ווי ער איז דערנאך ממשיך, בזאת הפיך, תוכל לחם און ווי אויך ווי די פשטות אין לשון הגמרא איז ”נשאת ונתת באמונה” אז בשעת ער איז זיך עוסק אין מכח וממקב, וואס דאס איז דאך דער 'כללות ענין' העבודה אין בירורים אין וועלט, ס'איז דאך א ענין של מסתר תנען בידו,
¶46דערפאר ווערט דאך דאס אנגערופן ארץ כנע, כמבואר בארוכה אין די דרושים איז דאס אין אן אופן וואס דאס איז קרב, דאס איז ניט סתם א מלחמה, נעמא ”אפום חרבא לוחל” דער ענין האכילה, אויך כללות אים וואס דאס איז כולל כל צרכי האדם איז דאס ”אפום חרבא לוחל”,
¶47דאס ווערט ביז אין אן אופן פון קרב אז ער שטייט בקירוב און ער שטייט אין א חיבוב וואס ער איז מחבק את חבירו, וואס דערפאר איז דאך אויך דארף מען דערנאך האבן א טבילה,
¶48אף על פי וואס אויך די עבודה במשך כושבות ימי החול איז ביי אים געווען בתכלית השלימות, איז דא די טבילה קודם שנכנס לשבת, כמבואר בארוכה אין די ספרי קבלה און אויך אין חסידים.
¶49דערפאר וואס ס'דארף זיין דער ביטול פון כל הענינים שלפני זה, וואס תפילה לשון ביטול אף על פי וואס זיי זיינען געווען בשלימותם אויך פון לשון שלום, אבער דאס איז בערך פון ימי החול מיט 'ימות החול'.
¶50קומט אריין אין שבת איז דא דער ביטול שבאמצע, אז דורך אט דעם ביטול קומט ער צו שבת, וואס שבת איז דאך א ענין של מנוחה ושלום, עד"ז אויך אין עבודת הפולחן דורכי מושא גופא, איז דאס ווי ער גייט אריבער פון ”בכל לבבך ובכל נפשך” אין די עבודה פון ”בכל מאדך”,
¶51וואס אעפ וואס ”בכל מאדך” איז כולל כמבואר בגדורי ברוב הדרושים, סיי חיי סיי יחידים, ביידע מקיפים, איז ער מבאר אין די דרושים פון ”פדה בשלום”, פון בעל הגאולה, איז דאס במיוחד דער ענין פון בכל מוד אחד עבודה, פון 'יחידה שבנפש'.
¶52וואס יחידה ווערט זי דאך אנגערופן דערפאר וואס דארט איז ניטא די גאנצע מציאות פון דעם היפך.
¶53בשעת ס'איז דא די מציאות פון דעם היפך, איז אפילו נאך דערויף ווי ער האט אפגעטאן עבודתו בשלימותו, אנהויבנדיק פון אתכפיא, דערנאך איז ער צוגעקומען צו אתהפכא, אבער אעפ", איז דאס אויך א ענין וואס דערמאנט אים אויף דעם ענין וואס ער האט געדארפט דורכגיין ביז וואנענט ס'איז געווארן די אתהפכא, אעפ", וואס די אתהפכא איז ביי אים דערנאך געווארן בשלימות.
¶54דערנאך איז אבער דא אז ער קומט צו תכלית אין דער שלימות גופא צו 'תכלית השלימות', וואס דאס איז בדוגמא ווי ס'וועט זיין לעתיד לבוא, וואס ”את רוח הטומאה אעביר מן הארץ” דער 'תכלית השלימות' אין שלום בשעת ס'איז ניטא די גאנצע מציאות פון דעם היפך, בדוגמא ווי ער זאגט אין אגרת הקודש,
¶55אז לעתיד לבוא וועט זיין די עבודה אין עלי' אין קדושה גופא, ווארום ”את רוח הטומאה אעביר מן הארץ” על דרך זה אויך איז אין תפילה גופא, בשעת ער דערגרייכט בתפילתו צו עבודה מצד יחידה,
¶56וואס זי ווערט אנגערופן יחידה דערפאר וואס ס'איז ניטא אין לעומת זה די גאנצע מציאות פון יחידה איז דאס גופא דערפון גופא פארשטאנדיק, אז אין יחידה איז ניטא די גאנצע מציאות פון לעומת זה,
¶57אפילו ניט אין דעם אופן ווי דאס קומט על ידי קרב און נצחן אין דעם קרב, און דעם שלום פון דעם קרב, וואס ער איז שלום בערך הקרב, ביז אפילו ווי דער נצחון איז בשלימות, בדוגמא ווי ס'איז געווען בא דוד'ן,
¶58וואס ער האט זיך צוגעגרייט דעם גאנצן ענין בית המקדש, ווארום ס'איז געווארן מנוחה בימיו, ווי ער זאגט אויך אין די פסוקים, אז ויניח ”לו מכל אובר מסבים” און אט דעמאלט איז ער לכאורה שוין געקענט בויען דעם בית-המקדש, און אף על פי כן האט מען אים געזאגט,
¶59אז וויבאלד אז דאס איז געקומען על ידי עבודתו פון דם רב שפחתא איז דערפאר איז אתה לו סיונא הבית, כאטש אפילו מ'הויבט אן די נבואה גופא, אז ער איז שייך צו בענין הבית, און ער האט צוגעגרייט מיד הוי' הישקאל די אלע ענינים פארשלוני.
¶60וואס על דרך זה אויך איז דאך אין ואהבת גופא זאגט מען, אז די עבודה איז מיטן סדר אז ער הויבט אן פון 'בכל לבבך' דערנאך קומט ער צו ”בכל נפשך” און ערשט דערנאך קומט ער צו ”בכל מאדך”, און ”בכל מאדך” גופא איז דא אויך אדער די אלע דרגות פון מאדך אין מסירת-נפש, ביז צו די דרגא אין 'תכלית השלימות' ווי ס'וועט זיין לעתיד לבוא.
¶61וואס דאס איז אויך דער קשר וואס מ'זאגט, אז ”פדה בשלום נפשו” כפשוטה ווי דאס איז געווען אין דער גאולה פון ”בעל הגאולה, אין” דער גאולה פון דעם מארטן רבי'ן בי"ט' כתבו, איז דאך דאס געווען א ענין פון קרב,
¶62ווארט נאך כידוע אז דאס איז געווען פארבונדן מיט די וואס זיינען געשטאנען לכאורה מיט א שייכות בקירוב, איז דערנאך איז דאס געווארן דער שלום פון דעם ענין לאחרי זה.
¶63און דאס איז די הכנה אז דערנאך זאל זיין דער ”פדה בשלום נפשי מקרב לי ביקי ברבים היו עמדי” דורך דער עבודה פון רבים ווערט דאס דערנאך עמדי אין 'יחידה שבנפש', ווי ער איז מבאר בארוכה אין דעם דרוש, ביז ס'ווערט דער 'תכלית השלימות' פון שלום בביאת משיח צדקנו, וואס די פרטיות איז דאס אויך פארבונדן מיט די עבודה פון דער בעל הגאולה, פון רחובות הנהג,
¶64וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט ”יפוצו מעינותיך חוצה” אין אן אופן פון ”רחובות הנהר”, וואס דער נהר איז פארבונדן מיטן מעיין, און ער ברענגט דאס אראפ אין אן אופן פון רחובות, וואס דורך ”יפוצו מעינותיך חוצה” איז דאך 'קאתי מר דא מלכא משיחא', וואס דעמאלט איז דאך אויך דא די כמה וכמה דרגות, ווי דער רמב"ם רעכנט זיי אויס בארוכה ובפרטיות,
¶65ביז דער 'תכלית השלימות', אז ס'וועט זיין דער שלום ושעלו אמיתיים ”ואת רוח הטובה אעביר מן הארץ” און אויך ”תועמי' חיים זכו” אז מ'הויבט שוין אן פארזוכן דערפון,
¶66נאך אין די לעצטע טעג פון גלות, אז מ'זאל קענען מתוך מנוחה ושמחה וטוב לבב זיך מתעסק זיין אין די עבודה פון ”יפוצו מעינותיך חוצה” באופן דמוסיף והולך ואור, ובקרוב ממש וועט מען זוכה זיין צו דעם ”לילה כיום יאיר” בביאת משיח צדקנו.