עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-sre1etjv

kind
paragraph
order
7
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אין צוגאב צו די ענינים און צו די ברכות וואס ס'האט זיך גערעדט פריער, וואס אין דערויף זיינען דאך נכלל אויך די וואס זיינען איצטער אריינגעגאנגען בתוך כלל ישראל, איז נאך אויך דא די הדגשה וואס די וואס זיינען איצטער אריינגעגאנגען, וואס דאס איז דאך די וואס זיינען געקומען לכלל קיום המצוות, בר מצוה אדער בת מצוה, וואס דאס האט דאך אויך א שייכות מיוחדה צו מתן-תורה פון פרשה יתרו, וואס בא מתן-תורה זיינען דאך אלע אידן געווארן מחוייב במצוות, וואס דאס איז דאך דער ענין פון א בר מצוה אדער בת מצוה, און דעמאלט איז דאס געווען אויך בהנוגע אפילו צו משה רבינו, וואס ער איז דאך דעמאלט געווען בן שמונים שנה און אפילו צו אהרן כהן גדול, ואס ער איז געווען בן שמונים ושלש שנה, איז דאך אויך זיינען זיי דעמאלט געווארן בר מצוה, מחוייב במצוות, אלס א מצוה פון נאך מתן תורה, וואס דעמאלט האט מען דאך אויך ווי די עליונים ירדו למטה, וואס דאס גיט אויך די מעגלעכקייט אז תחתונים יעלו למעלה, וכמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז דער אמת'ער ענין היתרון,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions