Paragraph
Paragraph rh-sqqa5vtn
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-vzd6sm5y
- order
- 36
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ס'איז דאך כמוסחר לעיל איז פותחין בברכה פון ווינטשן יעדער אידן און אלע אידן, ובפרט אט די וואס זיינען דא בנוכח א גוט מועד, וואס סתם מועדים זיינען דאך לשמחה, על אחת כמה וכמה דער מועד דעתא, וואס דאס איז דאך דער חג הסוכות, וואס אויך חול המועד שבו ווערט דאך אויך אנגערופן מיטן זעלבן נאמען, חג הסוכות תעשה לך, וכמפורש אויך בקרא גלייך נאך דעם, אז דאס איז שבעה ימים, אז די אלע שבעה ימים האבן דעם זעלבן נאמען, ולא זו דלבד, נאר אויך ווי די גמרא איז מפרש, איז אויך דער יום השמיני גייט אויך אריין אין די טעג, וואס דערפאר איז שייך זאגן אויף אים אז ער איז א שמיני ווארום ער קומט בהמשך צו די שבעה ובמילא קומט אויך צו בהנוגע אז מ'זאגט גוט מועד אין אזא מין מועד וואס מתוך כל המועדים איז ער ניט זמן זכורתנו נוסף אויף מועדים לשמחה, און ניט זמן מתן תורתנו נוסף אויף מועדים לשמחה, נאר ס'איז אויך די הוספה אויף מועדים לשמחה איז אויך זמן שמחתנו, וכמדובר בארוכה אין די התוועדות שלפני זה.
- proofread
- 0