Paragraph
Paragraph rh-sps2ertd
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-extjh773
- order
- 94
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דעם חודש תרישה אין אזא מעמד ומצב וואס ס'איז דאך געווען א חודש תרישה במשך פון די יארן ווען זיי זיינען געווען אין דער אייגענער הויז, אין דער אייגענער דירה, מיט די אייגענע מסכרים, וואס אף על פי וואס מ'האט אפגעהיט אלע דינים מיט אלע הלכות, איז דאך לא ימלט, אז מ'געפינט זיך אין די זעלבע ד'אמות, אין די זעלבע עסקים איז בשעת אין אן אופן המותר און אין א וואכעדיק טאג, וואס אין חודש תשרי טוט ער וואכעדיקע זאכן, טאקע באופן הכשר ובאופן המותר, און גיט צדקה חומש, אדער על כל פנים מאסר, כמדובר כמה פעמים. דא האבן אידן אויסגעקליבן א חלק היפה, גולה למקום תורה ולמקום תפילה פון נשיא דורנו, פון דעם רבי'ן דעם שווער, און זיין דארטן א גאנצן חודש תמים, און א חודש פארבונדן מיט ענינים כלליים, וואס האבן דערנאך א ווירקונג אויף א גאנצן יאר, כמדובר כמה פעמים. און ווי יעדערער פילט דאס פון זיך אליין, און וועט דאס זיכער אויסנוצן אין דער פולסטער מאס לאחרי ווי מ'וועט זיך אומקערן א היים, אין דער וואכעדיקער... ווי ווי ס א איד, אז זיין וואכעדיקייט איז על טהרת הקודש, במילא נעמט ער אין דערויף אריין פון דעם קודש וואס ער האט געהאט בראש השנה, און וואס ער האט יעדער שבת און האט געהאט אין חודש תשעה בכלל, ווערט זיינע וואכעדיקע טעג על טהרת הקודש, על אחת כמה וכמה זיין שבת פון א מיטן יאר און ראש-חודש פון א מיטן יאר, ניט ראש-חודש תשעה אדער חשון, וואס געהערט נאך דער ערשטער טאג עכו פנים צו חודש תשרי, נאר די ראשי-חדשים פון שאר החדשים. געדענקט ער נאכמערער אז דאס איז א שנה תמימה, און ער טראגט אריין אין דערויף א תמימות א גאנצקייט, אז דאס זאל זיין איין גאנצע זאך, איין און איינציקע איינהייט, מיטן גאנצן חודש תשרי וואס ער האט פארבראכט אין די ד'אמות פון נשיא דורנו
- proofread
- 0