English
ספרייה
kind
paragraph
order
5N
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
החבר דערמאנט אים, אדער דער סופר דערמאנט אים, אדער דער זכרון דערמאנט אים, און אמאל דערמאנט דאס גאר א אידיש קינד, דער מוטער אדער דער פאטער, אז ער האט געזאגט דעם זעלבן טאג מודה אני לפניך מלך חי וקיים שהחזרת בי נשמתי, און ער ווייס אויך, אז דאס האט געזאגט זיין מוטער און זיין פאטער, און זיין באבע און זיין זיידע און זיינע ברידן און שוועסטער איז דאך ביי אים קיין ספק ניט, און דאס נעמט אים אינגאנצן דורך, אז דאס איז לפניך און אז רבה אמונתך, און ווי האט גערעדט מערערע מאל, על אחת כמה וכמה ווי געזאגט, אז וויבאלד אז מ'קומט פון שמחת-תורה, וואס דעמאלט האבן דאך אלע אידן געטאנצט מיט א שמחה הכי גדולה, מיט דער זעלבער תורה, און דעמאלט איז ניט געווען קיין חילוק, אז דער איד לערנט דעם חלק אין תורה, און א צווייטער איד לערנט א צווייטן חלק אין תורה, ווארום יעדערער האט געטאנצט מיט דער זעלבער תורה ווי זי איז נאך ניט פאנאנדערגעוויקלט, במילא האלטנדיק די תורה האט ער געהאלטן די תורה פון בראשית ביז ישראל, און געהאלטן די תורה, אז ס'איז ניט סתם בראשית, נאר אז בראשית באשאפט דאס פון דאסניי שמים וארץ וכל צבאי,"' און ישראל איז דאס ניט
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים