עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-shvhjmcq

kind
paragraph
order
V
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ברכות, וויבאלד אז את מצוותי תשמעו, איז אט דעמאלט וועט זיין די אלע ברכות וואס מ'רעכנט דערנאך אויך אויס בפרטיות אויך די ברכה, אז אן דערויף הענגט אפ די ברכה פון ואולך אתכם כוממיות, אז ס'קומט די צייט און דער מעמד ומצב, אז אידן גייען ארום מיט אן אויפגעהויבענע קאפ, האבן אויף זיך ניט קיין מלכות האומות, ווארום זיי האבן שוין דערגרייכט דער ענין פון גאולה האמיתית והשלימה. וואס אין דערויף אויך האבן דאך די נשים צדקניות שבכל דור א שליחות מיוחדה, ווי דערמאנט מערערע מאל אז ס'שטייט וואס דער אריז'ל האט איבערגעגעבן, אז פונקט אזוי ווי ביים ארויסגאנג פון מצרים, איז בזכות נשים צדקניות יצאו אבותינו ממצרים אזוי איז אויך דער לעצטער דור פון גלות און דער ערשטער דור פון גאולה, וועט מען אויך דעמאלט ארויס פון גלות די גאולה האמיתית וועט קומען די גאולה האמיתית והשלימה, דורך די נשים צדקניות ובנות צדקניות וואס וועלן זיין אין דעם לעצטן דור פון גלות במיוחד, און וואס זיי לייגן זיך אריין
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions