English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

77 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1ס'איז דאך די סיבה גלוי' פון דער צוזאמענקומען זיך איז דאך פארבונדן מיט יו' כסלו, וואס דאס איז דער חג הגאולה פון אדמו ר האמצעים פון מיטעלן רבי'ן, וואס מ'האט אים געזעצט אין תפיסה על דרך ווי ס'איז געווען ביי א ”מעשה אבות סימן לבנים” ביי זיין פאטער,

2צוליב הפצת היהדות, במיוחד הפצת התורה, און 'פנימיות התורה', וואס דערנאך איז געווען גאולתו בי' כסלו,

3אין דעם זעלבן חודש וואס ס'איז געווען די גאולה פון זיין פאטער, און דאס איז געווען בי' כסלו שלאחרי זה בשנים, ס'איז דאך געווען כמה יארן נאך די גאולה פון דעם אלטן רבי'ן, אבער ביחד עם זה,

4אז בשעת ס'קומט ”בכל שנה ושנה”, איז דער סדר אויך על פי תורה, ואדרבא, וויבאלד אז דער סדר איז אזוי על פי תורה איז נשתלשלו מהם קומט אזוי אויך ארויס אין עולם,

5אז פריער קומט יו ד כסלו און די התוועדות פון יו ד כסלו, און ערשט דערנאך קומט יו ט כסלו און די התוועדות פון יו ד כסלו.

6און וואס ס'איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'דארף זיין אויסגעהאלטן על-פי תורה ווי שטימען די ביידע זאכן צוזאמען, אז מ'זאגט אז בפועל איז געווען פריער י'ט'כסלו און די התוועדות שלו וואס איז געווארן על-ידי הניסים והפורקם והגאולה וואס איז געווען בי'ט'כסלו, און דערנאך,

7כמה שנים לאחרי זה, איז געקומען דער ענין המאסר והגאולה ביו' כסלו, און מיט די תוצאות וואס איינע פון זיי איז אויך וואס אידן קלייבן זיך צוזאמען בשנים שלאחרי זה,

8כדי אפלערנען זיך פון די עניני, און בפרט מיט תורתו פון בעל הגאולה, און דערנאך גיין באורחותיו ובדרכיו אשר הורנו.

9וביחד עם זה זאגט מען, אז בשעת ס'קומט ”בכל שנה ושנה” איז דער סדר א סדר הפוך, אז פריער איז דא די התוועדות פון יו"ד כסלו, און דערנאך די התוועדות פון יו"ט כסלו.

10מ'קען ניט זאגן, אז דאס איז על-דרך ווי מ'זאגט בהנוגע צו ימים טובים בכלל, אנהויבנדיק פון די ג' רגלים, אז די השפעה פון יום טוב, פון זמן חירותינו, פון חמשה עשר בניסן האלט אן א פעולה נמשכת כל השנה כולה,

11ביז וואנענט ס'קומט דער זמן חירותינו מחדש, וואס דעמאלט טוט ער אויף נאך מערער ווי די פעולה נמשכת פון חג הפסח פון זמן חירותינו שלפני זה, על דרך זה איז די פעולה פון יו ט' כסלו פון שנה שעברה האלט אן ביז דעם יו ט' כסלו פון שנה זו,

12במילא האט דאך דאס די פעולה נמשכת פון יו ט' כסלו וואס דאס פועל"ט אויף די ענינים וועגן וועלכע מ'טוט אין יו' כסלו וואס בשנה זו.

13ס'פאלט דאך אראפ לכאורה די שאלה, אז דאס איז ניט ווי קומט דאס פריער?

14ווארום ניט דאס קומט פריער, נאר דאס קומט לאחרי א פעולה פון יו ט כסלו שלפני זה, וואס האלט נאך אן מיטן גאנצן שטורעם, ביז דעם יו ט כסלו פון שנת תשמ"ה.

15וואס דאס וואלט געווען א תירוץ מספיק, ווען די ענינים פון יו ט כסלו, כולל די התוועדות שבו, וואלט מען געדארפט פועל זיין מערניט לויט די השפעה פון י ט כסלו פון תשמ ד, ס'איז דאך אבער א דבר ברור, אז נוסף אז מ'דארף אויפטאן לויט דער השפעה,

16וויבאלד אז ס'איז דא די פעולה נמשכת פון י ט כסלו, פון תשמ ד דארף דאס פועל זיין על כל הימים ביז י ט כסלו הבא, כולל אויך י כסלו, וויבאלד אבער אז דאס איז א נייער יאר,

17וואס דעמאלט ווערט נמשך אן אור עליון ביותר איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'מוז אויך זיין ניט נאר א הוספה לגבי די פעולות וואס איז געווען פון יו' כסלו אין שנת תשמ ד כל השנה נאר ס'מוז זיין ניט סתם א הוספה, נאר א הוספה וואס זי איז א חידוש,

18בדוגמא פון דעם חידוש פון יו טס כסלו, פון תשמ ה, וואס ער איז אויך א חידוש ברך יו טס כסלו שלפניו, וויבאלד אז בראש השנה איז פון דעם ראש נמשך געווארן על כל ימי השנה אן 'אור חדש' וואס איז נאך קיינמאל אזוי ניט געווען, ווי דער אלטער רבי איז מבאר בארוכה אין אגרת הקודש.

19וויבאלד אז מ'מוז זאגן, אז אין דעם יו ט כסלו איז דא א חידוש פון תשמ"ה קען ער דאך ניט נעמען אט דעם חידוש פון אן ענין וואס איז געווען אין תשמ ד וואס האט ניט געהאט אין זיך די השפעה פון דעם 'אור חדש' וואס ער איז נמשך געווארן אין ראש השנה תשמ"ה

20במילא מוז מען דאך זאגן, אז ער האט אין זיך אויך א חידוש וואס ער נעמט דוקא פון תשמ"ה וביחד עם זה, איז ער נאך פאר דעם י ט' כסלו,

21מוז מען דאך זאגן, אז בנוגע צו דעם נעמען פון חידוש פון תשמ ה איז דא אן ענין אין י כסלו וואס ער קומט נאך פאר י ט' כסלו, במילא קען ער אויך נעמען א 'דבר חדש' וואס י ט' כסלו פון וועלכן ער איז א מושפע בשאר הענינים האט ער ניט געקענט געבן, דערפאר וואס דאס איז י ט' כסלו פון מ ד.

22לכאורה וואס איז דא אין יו' כסלו וואס איז ניטא אין יו' טס כסלו?

23ובפרט נאך, אז מ'ווייס דאך פון דעם סיפור המעשה והגאולה, אז דער עיקר ענין הגאולה, ווען ס'איז געווען א גזירה הכי קשה אויף הפצת המעיינות חוץ, איז דאס געווען דוקא אין דעם זמן פון דעם אלטן רבי'ן,

24משא כ' בא דער מאסר וגאולה פון דעם מיטעלן רבי'ן איז געווען שלא בערך א קלענערע גזירה.

25וביחד עם זה מוז מען זאגן, כאמור, אז אין דערויף איז דא אן עילוי נוסף, ביז וואנענט אז ער ווערט אנגערופן און ער איז א כלי אויף אויפנעמען א 'דבר חדש' ביותר,

26וועט מען דאס פארשטיין, און אויך בגלוי, וויבאלד אז יו' כסלו דארף נמשך ווערן ביז צו חוטב עתיך ”ושואב מימיך”, און דארף אויך מוסיף זיין אפילו בא ”ראשיכם שבטיכם” מוז דאך דאס זיין פארשטאנדיק אויך בפשטות,

27במילא לערנט מען דערפון אויך אפ אן ענין עיקרי, מ'דארף דאך אויך פון דער התוועדות פון יו' כסלו ארויסנעמען אין מעשה הוא העיקר, א ענין מיוחד דוקא מיט יו' כסלו, און ס'דארף זיין גלוי אין עבודתו אשר עבד,

28דער בעל הגאולה פון יו' כסלו, איז דאס וואס מ'געפינט א דבר נפלא אין עבודתו אשר עבד פון דעם מיטעלן רבי'ן, לגבי די עבודתו אשר עבד פון אלטן רבי'ן אדער פון צמח צדק, אדער נשיאים שלפניו אדער נשיאים שלאחריו, וכאמור א חילוק גדול, וביחד עם זה א חילוק בגלוי.

29וואס ענין כולם איז דאך געווען הפצת המעינות חוצה, און אף על פי וואס מי הוא זה ואיזהו אז ער קען אריינגיין אין מאכן די חילוקים צווישן איין ”מאיר הגדול” מיט א צווייטן 'מאיר הגדול',

30ובנדון דידן צווישן דעם אלטן רבי'ן מיטן מיטעלן רבי'ן, וויבאלד אבער אז מ'האט די אלע סיפורים דערציילט להנשים כערכנו בהקדמת הכלל אז ”המעשה הוא העיקר” איז א זיכערע זאך, לויט תורת הבעל שם טוב,

31אז ער קען דערפון ארויסנעמען אן ענין אין א הוראה, צוזאמען מיט א נתינת כח, בהנוגע למעשה שלו.

32וואס געפינט מען א חילוק עיקרי וגלוי ביי א מיטעלען רבי'ן, דער אויפטו לגבי נשיאים שלפניו ושלאחריו?

33איז דאס בהנוגע צו דער הפצה 'בפועל ממש'.

34דער אלטער רבי איז דאך געווען דער מייסד תורת חסידות חב", און דער בעל שם טוב איז געווען דער מייסד פון תורת חסידות הכללות, און צמח צדק איז געווען אט דער וואס האט מאחד געווען בגלוי כל חלקי התורה צוזאמען, ביז אז ס'איז געווארן בגלוי איין און איינציקער ענין, כמבואר ומפורש בגלוי במאמריו,

35אזוי איז געווען דער עיקר פעולתם, און ניט נאר דער עיקר פעולתם נאר כרובי ככולו פון פעולת שלהם איז דאס געווען על ידי אמירת פון די מעיינות, על ידי הפצת המעיינות,

36ביז אז מ'האט דאס אויך ארויסגעגעבן נוסף וואס מ'האט דאס ארויסגעגעבן בעל פה באמירה, האט מען אויך דערנאך געזען, אז תלמידיו אדער הראויים לזה,

37חביריו, זיי זאלן פארצייכענען זייערע תורות, און מ'האט אויך זיי מגי' געווען, כדי ס'זאל זיין א דבר מוגה ומנופף, ביז צי בתכלית השלימות, און דאס זאל נתפשט ווערן ביז אז ס'וועט אנקומען אין חוצה, און אנקומען אין חוצה דער מעיין אליין.

38וואס דאס איז, כאמור, איז דער צד המשותף בא די אלע נשיאי חסידות, בא אלע נשיאי חסידות חב"ד, אף על פי וואס יעדערער האט אין דערויף געטאן ל”פי דרכו ולפי תגנונו וכו.'”

39ס'איז דא אבער אן אויפטו וואס מ'געפינט דאס ביי דעם מיטעלן רבי'ן, און דאס איז, אז ער האט זיך מוסר-נפש געווען אויף הפצה במיוחד, אז ס'זאל זיין בכתב ובהדפצה, ביז צו פשוטים שבפשוטים.

40דער איין און איינציקער וואס מ'געפינט, אז ס'איז דא א ריבוי אגרות שלו אין וועלכע ער איז מבאר און מפרסל אז מ'זאל וויסן זיין, אזוי ווי ס'איז א הכרח אז מ'זאל לערנען חסידות,

41און אזוי ווי ס'איז א הכרח אז מ'זאל לערנען חסידות מיט א ביאור ביז אן אופן וואס התפרנסון מיניו איז דערפאר איז ער זיך מתעסק אויף ארויסגעבן גלייך די מאמרים, און גלייך זיי מגיע זיין, און דרוקן זיי אין אן אופן אז ס'זאל זיין געדרוקט א פערפל בויגן,

42כדי דאס זאל קאסטן אזויפיל און אזויפיל קאפיקעס, און ער צייכנט-אן וויפל קאפיקעס דאס וועט קאסטן, כדי יעדערער זאל דאס קענען קויפן, און במילא וועט יעדערער דאס קענען דערנאך לערנען וכו כמבואר בארוכה אין די אגרות שלו.

43און דערפאר, שרייבט ער, נעמט ער מזמנו און איז מזרז ניט נאר די אמירת פון די ”דברי אלקים חיים” פון די מאמרים, נאר דערנאך אריינלייגן זיך ווי אזוי טוט מען בנוגע למעשה בפועל, אז ס'זאל אנקומען און ס'זאל געלערנט ווערן,

44אף על פי וואס יעדער מקבל איז א מיעוט היכולת ברוחניות, בהבנה והשגה, ביז אויך צו דעם וואס ער איז ניט היכולת בגשמיות,

45וויפל קאפיקעס ער קען אויסגעבן אויף קויפן א מאמר, און איז מטריח זיך אליין אויף שרייבן די בריוו בפרטיות און פאנאנדערשיקן די בריוו דורך שלוחים ותלמידיו, און ניט נאר תלמידיו,

46און דערנאך אויך אזוי געטאן בפועל בעצמו, בגופו שלו, אויף שרייבן זיי אין אזא מין אופן און פאנאנדערטיילן זיי אין אזוינע חלקים, ביז וואנענט אז דאס וועט מתאים זיין פאר א פערטל בויגן אדער דער כיוצא בזה, ווי ער שרייבט דארט בכמות פון דעם מאמר,

47און גלייך קובע מחיר די פרייזינג קאפיקעס, און גלייך מדיה וכו.'

48וכאמור, דאס איז ניט געווען אן אין-מאליקער ענין פון א הוראה שעה נאר אט דאס איז געווען דרכי בקודש, ווי פארשטאנדיק פון די ריבוי אגרות וועגן די ענינים, און נאך מערער ווי פארשטאנדיק פון דעם מעשה הוא העיקר ווי ס'האט זיך געטאן במעשה בפועל, בחיים חיותו בעלמא דין.

49וואס דאס איז, כאמור, דאס געפינט מען ניט בא קיינעם פון די נשיאים שלפניו ושלאחריו, זיכער איז דער זמן האט ניט געמאנט אט די עבודה,

50און האט געמאנט אן אנדערע עבודה, במילא האט יעדער נשיא בזמנו געטאן די עבודה בדוגמא פון כל יומא ויומא עביד עבידתי על דרך זה ”כל דור ודור עביד” עבידתי דוקא,

51דערנאך האבן דאך אבער אט די אלע וואס ”בתר רישו גופא אזיל” וואס יעדערער פון אונז איז דאך א תלמיד סיי פון דעם מיטעלן רבי'ן, סיי פון דעם אלטן רבי'ן, סיי פון דעם צמח צדק, סיי פון בעל שם טוב און דעם מגיד, און סיי פון דעם רבי'ן מהר"ש און דעם רבי'ן נשמתו עדן און דעם שווער נשיא דורינו,

52וכל צדיקו וגאוני עולם ביחד עם זה איז אז ס'קומט דער יום, וואס דאס איז יום סגולה שלו, איז דאך דעמאלט ”מזלו גובר” בלשון הידוע, איז אט דעמאלט דער עביד עבידתי פון דעם טאג אויף אראפנעמען ביז אין מעשה בפועל בכלל בנוגע צו יעדערן פון זיי,

53על אחת כמה וכמה ווען ס'איז פארבונדן מיטן מיטעלן רבי'ן אויף אריינלייגן זיך אין דערויף, אז מ'זאל זען אז ס'זאל אנקומען צו אזא מין וואס קען אויסגעבן מערניט ווי אזויפיל און אזויפיל קאפיקעס,

54אדער במלאות ”המדינה, כל אחד ואחד” במדינתו, און דער וואס קען ניט פארטראגן א גאנצן מאמר איז שפעתה להם 'רוב טובה', ”אין יכול לקבל” זאל מען אים געבן א פערקל בויגן וכיוצא בזה, און ניט פארלאזן זיך אז דאס וועט טאן שלוחו, אדער דאס וועט טאן תלמידים וכיוצא, נאר זאל זיין א טירחא און אן עבודה בגופה,

55בגופו, וכידוע דער כלל אין הלכה, אז די מצוות התלויים בגוף איז ניט שייך מ'זען ס'זאל זיין א ענין של שליח, דאס דארף געטאן ווערן בדוגמא ווי הנחת תפילין, קען ער ניט יוצא זיין וואס ער וועט זען אז א צווייטער איד זאל לייגן תפילין, און וואס ”כל התורה הוקשה לתפילין”,

56טוט ער דאך אויף מיטן אידן א געוואלדיקע זאך דאס איז אבער כלל ניט מוציא דעם חיוב התפילין וואס ער דארף לייגן אלס אים.

57ועל דרך זה ווי דער כלל הידוע ”בכל מצוות התלויים” בגוף האדם.

58על דרך זה אויך בהנוגע לעניננו, אין כללות הענין וואס ס'טוט אויף יו' כסלו, אפילו מערער ווי יו' טס כסלו, וואסער הימי סגולה בדומה להם, און אויך די הוראה בהנוגע למעשה בפועל,

59אז ס'קומט יו' כסלו, ווי וואס ווערט נתחדש בא יעדערן וואס גיט א טראכט, אז דאס איז דער יום דער ”אחת בשנה” בענין זה, און דארף דאס פועל זיין אויפן גאנצן יאר.

60ביז דעם יו' כסלו פון שנת תשמ' וו, און פועל זיין פון דעם ”אחת בשנה”, פון דער עבודה אחת, פון דעם ”אחת בשנה”, פון דעם יום.

61וואס דאס איז, כאמור, אט דאס וואס ער אליין דארף לערנען איז ”מאי קא משמע לן”?

62דאס לערנט ער אפ פון יו' טס כסלו, און דאס לערנט ער אפ פון חיילול וכו' וכו.'

63אט דאס וואס אין אים גיט אריין א חיות מיוחד, יו' כסלוית אז ער דארף ליגן, ווי טירחא בגופו, און זוכן עצות און געפינען דרכים ווי אזוי ס'זאל אנקומען דער מאמר אדער די תורה אדער די הוראה,

64לכל אחד ואחת, כמדובר כמה פעמים דער דיוק וואס מ'זאגט אחת דערפאר וואס ווי דער אלטער רבי איז מבאר אין אגרת הקודש, איז די מצוות פון דעת אלקי אביך וואס

65דאס איז די מצוות פון ידיעת השם וואס דאס ברענגט לאהבת השם וליראת השם ווי ער איז מבאר אין רמב אים בתחילתו אלס א פסק הלכה כאוצר דיבוא לאהבתו וליראתו,

66איז דאס איז פון די מצוות אין וועלכע יעדער איד איז מחוייב 'בכל רגע', און מחוייב יעדער איד, סיי אנשים און סיי נשים,

67ווי כמבואר בפוסקים בנוגע צו מצות אהבת ה' און יראת ה' און ידיעת ה' און אמונן בה דער כללות הענין פון דעת אלקי אביך.

68איז בפרט נאך כסיום הפסוק, אז דאס איז נוגע לכל שאר הענינים אין וועלכע ער דארף זיך פארנעמען, אז דער ועבדהו וואס קומט לאחרי זה זאל זיין אין אן אופן פון בלבב שלם.

69איז אט דאס איז די הוראה בפועל, און וויבאלד אז ”אינו מבקש אלא לפי” כוחו איז וויבאלד אז ס'קומט אראפ א הוראה אין א יום זכאי, מצד דערויף וואס ער גיט די הוראה איז ער א יום זכאי וואס ער גיט אויך דעם כח, אז מ'זאל קענען ממלא זיין די הוראה,

70און ממלא זיין די הוראה בשלימות, און נאך מערער ממלא זיין די הוראה בשלימות ווי יעדער ענין פון אידישקייט, פון תורה ומצוותי וואס דער פסוק גיט ארויס א כלל, אז ”עבדו את הוי' בשמחה” ממלא זיין דאס בשמחה,

71און דאס איז נאכמער ממהר, א שמחה איז דאך פורץ גדר, אז די שמחה איז נאכמער ממהר דעם פריצת פאנאנדערווארפן און פורץ זיין די כל גדרי הגלות, און ס'ווערט בדוגמא ווי ס'איז געווען גאולה ”בימים ההם בזמן הזה אין יו"ד” כסלו, זאל זיין אזוי די גאולה בפשטות, ”למטה מעשרה טפחים”,

72לכל אחד ואחת בתוך 'כלל ישראל', ותיכף ומיד ממש, והקיצו ורננו שוכני עפר והם בתוכם און דער מיטעלער רבי בתוכם, און גיין אלע צוזאמען לארצנו הקדושה,

73”ארץ אשר” ”תמיד עיני ארפי' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה” שלימות הארץ ביז אין אן אופן פון ”כי ירחיב הוי' את גבולך”

74און גיין אהינצו אין אן אופן פון 'קהל גדול יבואו הנה' ווי דערמאנט פריער, אז פון ”ראשיכם שבטיכם” ביז ”חוטב עציך” ”ושואב מימיך” מיט אלע סוגים וואס ער רעכנט אויס בינתיים, גייט מען בשלימות העם,

75ווארום קיין איין און איינציקער און קיין איין און איינציקער בלייבט ניט חס ושלום בגלות, און מ'גייט צוזאמען מיט שלימות התורה ווארום מ'האט ”נשמתא דאורייתא” מיט ”גופא דאורייתא” מיט ”נשמתא דנשמתא דאורייתא”,

76ווי ער איז מבאר און מפרט אין זהר ”אין פרשה בהעלותך את הנרות” לארצנו הקדושה אין גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.

77לחיים.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים