transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1דער ענין פון דעם נעשים דער ”קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו” איז דאך כמדובר דאס גייט דאך אויף ”כל התורה כולה”, כללות התורה ומצוותי במיוחד איז דאך דא ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט זמנים מיוחדים, בדוגמא פון א מצוה שהזמן גרמא,
¶2אין ימי הגאולה פון פסח מצות הפסח, על דרך זה אין זמן מתן תורתנו, על דרך זה אין חג הסוכות, אין זמן האסיף, ועל דרך זה בימי הפורים, וואס אויף דערויף זאגט מען דאך בגלוי ”הימים האלו נזכרים ונעשים” האט דאך זיך יעדערער פון זיי מצוות אין מיוחדים,
¶3אויך מנהגים מיוחדים, וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז דער חיוב וואס ס'איז דעמאלט דא אין ”כל מעשיך יהיו לשם שמים” איז אויך פארבונדן לכל לראש ברוח פון די מצוות ומנהגים מיוחדים לזמן ההוא, על דרך זה אויך בנוגע לעניננו, ווי דערמאנט פריער,
¶4אין דעם ענין פון ”בפיך ובלבבך לעשותו” אין די ענינים וואס דער בעל הגאולה האט דאך אויף זיי מוסר-נפש געווען בעיקר ובגלוי, אף על פי וואס כללות ימי חייו איז דאך דאס געווען ”בכל מאדך” אן ענין פון מסירת-נפש,
¶5בלי הפסק, איז דאך אבער אין דערויף גופא דא בדוגמא בלשון הגמרא ”במה הוי זהיר טפי” אז ס'איז דא נאך א טפי אפילו אין ענינים פון מסירת-נפש.
¶6וואס על דרך זה אויך בהנוגע לעניננו.
¶7לכאורה אין דערויף גופא איז דאך דא כמה וכמה ענינים אין וועלכע ער האט זיך מוסר-נפש געווען אין אן אופן פון זהיר טפי
¶8איז דאך כמדובר אמאל בארוכה, איז דאך דא די אגרת וואס דער בעל הגאולה האט געשריבן בקשר מיט זיין לגאולה,
¶9וואס יצאה בשלום אלקי שלום, און ער פארבינדט דאס מיטן פסוק כשהתחלתי ווען ער האט אנגעהויבן זאגן דעם פסוק ”פדה בשלום נפשי” קודם שהתחיל דעם פסוק שלאחרי זה איז אט דעמאלט נתבשר אויף דעם ענין הגאולה, 'ויצא בשלום'.
¶10וואס דא איז ער מדגיש כמה פעמים אלץ דעם ענין השלום.
¶11וואס לכאורה איז א פלא גדול, תורה ומצוותי' איז דארט אין תר' י' ”ג' מצוות, אפילו” אז מ'זאל זאגן אז איינער פון זיי איז אויך די מצות השלם, און פארבינדן דאס מיט איינער פון די מצוות איז דאך דאס על כל פנים לכאורה ניט פון די י' ג' עקרים,
¶12על אחת כמה וכמה ניט פון די ג' עקרים, ווי אין ספר העיקרים טיילט ער זיי איין אין ג' עקרים די אלע י'ג ו, עאכו"כ ניט דער ראשון וראש לכל עניני התורה ומצוותי דער דיבור הראשון פון ”אנכי הוי' אלקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים”.
¶13וואס בשעת ס'רעדט זיך וועגן א גאולה פון א איש כללי, א נשיא בישראל, וואס זיין מאסר איז אויך פארבונדן מיטן כללות ישראל על דערפון אויך פארשטאנדיק די גאולה אויך פארבונדן מיט דעם ענין פון גבולה כללית,
¶14און דער מאסר איז געווען, כאמור, על הפצת היהדות, התורה ומצוותי', און דערנאך איז געקומען די גאולה דארף דאך זיין די גאולה לכל לראש בהדגשה אין דעם ענין פון 'מסירת נפש', אנהויבנדיק פון ”אנכי הוי' אלקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים”,
¶15און מכתב איז ער מדגיש, ומדגיש כמה פעמים, דער ענין פון שלום.
¶16איז דאך פארשטאנדיק, על פי המבואר בכמה מקומות, אז דער ענין פון ”אנכי הוי' אלקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים” וואס דאס איז דאך ידוע אין דערויף די שאלה, וואס ס'שטייט ניט אשר ברא שמים וארץ ווי געבראכט אין מפרשי התורה די שאלה בזה,
¶17איז דא אין דערויף די הדגשה גלייך אין דעם המשך הדברים ”אשר הוצאתיך מארץ מצרים”, וואס דאס איז א 'דבר והיפוכו',
¶18ס'איז ”אנכי הוי' אלקיך” דער ענין פון אלקות און אחדות אין אלקות, וואס דאס איז דאך די מצות האחדות נעמט מען דאך אדער פון ”שמע ישראל הוי' אלקינו הוי' אחד” אדער פון אנכי הוי' אלקיך,
¶19”לא יהי' לך אלקים אחרים” כמבואר אין מונה המצוות און מפרשי התורה וכו,' און מ'זאגט גלייך דעם היפך, ”אשר הוצאתיך מארץ מצרים”.
¶20וואס דאס איז אויך איינע פון די הסברות, פארוואס מ'זאגט ניט אשר ברא שמים וארץ דאס איז ניט קיין 'דבר והיפוכו'.
¶21בשעת מ'זאגט אז ”נכי הוי' אלקיך” און ענינים וואס ס'איז אויך ברא שמים וארץ איז דאס נאך אן ענין, ס'איז אבער ניט קיין 'דבר הפכי'.
¶22בשעת מ'זאגט די מציאות פון ארץ מצרים, און ארץ מצרים שטייט אין אזא אופן אז ס'דארף זיין ”הוצאתיך מארץ מצרים”, אין אן אופן וואס זי איז געווען א מושל ”בכיפה בכל העולם כולו”, האט זיך געדארפט פירן לויט דינא דמלכותא פון ארץ מצרים,
¶23וואס דאס איז געווען דער מקולקל שבאומות, כמאמר חז"ל בכמה מקומות.
¶24מ'שטעלט זיי ביידע צוזאמען אין דעם זעלבן פסוק, אין דעם זעלבן המשך, און ניט מ'זאגט אז ס'איז צוויי ענינים און צוויי פסוקים, נאר מ'מאכט דערפון איין זאך, אז אנכי הוי' אלקיך איז פארבונדן מיט ”אשר הוצאתיך מארץ מצרים”,
¶25ביז אז דאס קומט אראפ אין פשט בפועל א פירוש הפשוט פאר א ”בן חמש למקרא”, ”על מנת כן הוצאתיך” אז דאס ברענגט, אז דער אנכי הוי' אלקיך אמונת השם און אחדות השם וכל הענינים המסתעפים, וואס ”כל התורה כולה” איז דאך כלול אין עשרת הדברות,
¶26וואס זיי זיינען דאך כלול אין דעם ”דיבור הראשון, כמבואר בכמה” מקומות, איז דער דיבור הראשון באשטייט אין דעם ענין פון שלום,
¶27אז ניט ס'איז דא צוויי ענינים, ”אנכי הוי' אלקיך” און דאס איז נלחם אין ”ארץ מצרים כביכול”, אז וויפל ס'איז שייך זאגן דא דער לשון פון מלחמה און מ'איז דאס מנצח, נאר מ'מאכט דערפון שלום איין זאך,
¶28מ'נעמט ארץ מצרים און מ'מאכט דערפון ”הוצאתיך מארץ מצרים” און דאס ברענגט אין אמיתית הענין אז מ'האלט ביי ”אנכי הוי' אלקיך” בתכלית השלימות.
¶29וואס ער דארף זאגט אין שמונה פרקים, אז דער אויפטו פון א בעל תשובה לגבי א צדיק גמור, אז ביי א צדיק גמור וואס ביי אים איז קיינמאל ניט געווען דער חטא ופגם ועבר את הדרך,
¶30אע' פי וואס כל ימיו איז ער א צדיק גמור, קען מען אבער ניט זיין זיכער ווי ער וועט זיך פירן ווען ער וועט קומען לידי נסיון, אדער אפילו לידי פון א דבר בלתי רגיל, א קושי בלתי רגיל.
¶31א בעל תשובה, וואס דאס איז בעושה מקום ובעושה מיט אלע פרטי הדברים, ”וחזר בתשובה, ויהוד” עליו יודע תעלומות אשר לא יחזר לכסל העוד אט דעמאלט איז מען זיכער,
¶32אז ער וועט בלייבן אין אזא אופן וואס פאר א שינויים עס וועט ניט זיין אין דער סביבה אין וועלכע ער וועט זיך געפינען, וואס דאס איז כללות כל העולם כולו, ”חייב אדם לומר בשבילו נברא העולם”.
¶33וואס דעמאלט ווערט דאס ניט קיין צוויי ענינים, וואס איינער איז מנצח, א נצחון גמור ושלום, נאר ס'ווערט פון די ביידע ענינים ווערט א דריטער ענין כביכול אן ענין פון שלום,
¶34אויך מלשון שלימות, אז מ'איז זיכער אז ער וועט האלטן ביי ”אנכי הוי' אלקיך” אין 'תכלית השלימות' מיט אלע פירושים שבדבר.
¶35וואס איז דא דער קשר מיטן מאסר והגאולה?
¶36וואס דאס איז דאך אויך פון די שאלה, בדוגמא ווי ס'איז די שאלה אויף 'גלות מצרים' בהנוגע צו כללות עם ישראל, על דרך זה איז דאך די שאלה בהנוגע צו גלות פרטית,
¶37וואס ס'געפינט זיך כל יחיד, כל אחד ואחת, וואס ”ידע אינש בנפשו” די ענינים מיט וועלכע ער דארף מלחמה האבן און ארויס פון זייער גלות.
¶38איז דא איז דאך אין דערויף די צוויי וועגן דער וועג וואס מ'פירט א מלחמה און מ'איז מנצח און מ'איז מבטל און מ'איז הרעס און שובה דעם מצד המנגד, דערנאך איז דא דער צווייטער וועג,
¶39פון ”פדה בשלום נפשי” וואס דעמאלט ווערט ברבים היו עמדי ווי ער טייטשט אפ אין ירושלמי, אז אנשי אפשלים האבן נתפלל געווען אז דוד זאל מנצח זיין אין דער מלחמה, וואס על דרך זה אויך בהנוגע צו כללות,
¶40א מעמד ומצב פון א אידן למטה, וואס דאס איז דאך א נשמה בגוף, וואס די נשמה קומט אראפ ”מאיגרא רמה לבירא עמיקתא”,
¶41בלשון הגמרא חצובה אדער חקוקה, תחת כסא הכבוד, און זי קומט אראפ אין 'עולם הזה' התחתון שאין תחתון למטה הימנו, איז דאך גאר ניטא קיין גרעסערער און טיפערער, נידעריקער גלות ווי דאס קען זיין,
¶42פרעגט מען דאך למה עשה הוי צו אט דעם גאנצן ענין איז אט דאס זאגט מען ”אנכי הוי' אלקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים” דער אויבערשטער האט געמאכט ארץ מצרים.
¶43די כוונה בזה איז געווען, כדי מצרים, נאך דערויף וואס דאס איז לכאורה מקולקל שבאומות, און ברענגט אריין אין גלות כל עם ישראל,
¶44צוזאמען מיט ישראל סבא, צוזאמען מיט שכינתא אנכי אורא דמך מצרים וואס דאס האט דאך געזאגט דער אויבערשטער בשעת אידן זיינען געגאנגען אין דעם גלות הראשון, אין 'גלות מצרים', איז דאס אלץ געמאכט געווארן כדי ס'זאל זיין דער ”אנכי הוי' אלקיך” בתכלית השלימות,
¶45ביז ווי ס'איז געווען בפעם הראשונה, ווי ער זאגט אין מדרש, אז ”מכל ד' רוחות”, ומלמעלה ומלמטה, איז שור לא
¶46געה און ציפור לא צפתב די גאנצע וועלט האט געשוויגן און האט געהערט און האט דורכגענומען געווארן מיטן ענין פון ”אנכי הוי' אלקיך” כאמור פון אלע ד' רוחות, ומלמעלה ומלמטה, און אויך די אלע ברואים וואס זיינען דעמאלט געווען.
¶47וואס דאס איז דאך אויך דער ביאור, ווי גערעדט אמאל בארוכה, וואס דער מדרש דערציילט אז ס'איז ניט געווען קיין בת-קול.
¶48לכאורה, ”למאי נפקא מינה”, און וואס דארף מען האבן א נס וכו.'
¶49דאך אמאל שוין גערעדט בארוכה, דער ענין פון א בת-קול איז, אז דער כל המדבר קומט צו א דבר המונע, און דער דבר המונע שקומט.
¶50קלאפט דאס אפ אויף צוריק. בשעת דער דבר המונע ווערט אויס מונע, נאר ער איז קולט אין זיך דעם דיבור, ביז וואנענט אז ער ווערט איין זאך מיטן דיבור אט דעמאלט איז ניט שייך די מציאות פון בת-קול,
¶51און דאס איז געווען דער אויפטו פון עשרת הדברות, אנהויבנדיק מיטן ערשטן דיבור, אז ס'איז געווען אזא דיבור אז ס'איז ניט געווען שייכות קיין בת-קול, ווארום דער דיבור האט פועל געווען פעולתו, אז דער וואס האט ערהערט ”אנכי הוי' אלקיך” איז ער געווארן אויס מציאות פאר זיך,
¶52ווארום ער האט דערפילט, און דאס האט אים אינגאנצן דורכגענומען אז מאמיתת המצאו ”נמצאו כל הנמצאים” אז דאס איז מערניט די מציאות, ”אין עוד מלבדו” די מציאות פון אנכי וואס ער קומט אראפ אין הוי וואס ער קומט אראפ ”אין אלקיך, בעל” הכוחות כולם כוחך וחיותך.
¶53וואס ליב דערויף איז די נשמה אראפגעקומען 'לבירא עמיקתא' אז דער אויבערשטער באשאפט א בור, און דער בור באשאפטער אז ס'זאל זיין אין אים אויך א מקום וואס ער איז א בור עמוק.
¶54און דאס אלץ איז, אז כדי דוקא מ'זאל מאכן דעם שלום פון כל הענינים כולם, ביז וואנענט אז פון אלע זייטן וועט גיין דער קול, וועט מען הערן און אויך גיין דער קול פון ”אנכי הוי' אלקיך”.
¶55און וואס דאס איז דער חידוש הבריאה, ”אנכי הוי' אלקיך” אחדות ה' מציאות ה' אמיתית כל הנמצאים איז געווען קודם הבריאה, קודם 'ירידת הנשמה' בגוף.
¶56נאר וואס דען? דאס איז געווען בלשון היצחיים בכח, אז ס'זאל זיין בפועל אז ידעו כל הבריות אז ס'זאל זיין א דבר הנברא, און דער נברא זאל וויסן כחו ופעולתו, איז דאס איז געווען בכח, ניט בפועל.
¶57און מ'האט געוואלט אז דאס זאל זיין במעשה בפועל.
¶58וואס וואס איז דאס, און אין וואס פאר אן אופן איז דאס, כאמור?
¶59ניט אין אן אופן פון חורבן, חס ושלום, נאר דוקא אין אן אופן פון בנין, וואס דאס ווערט אויפגעטאן דורך יעדער אידן און אלע אידן, ”וכל בנייך לימודי הוי'” 'אל תקרי בנייך אלא' ביי נעיר מ'בויט אויף א דירה פאר דעם אויבערשטן פון כסף וזהב ונחושת פון דרייצן און פופצן זאכן גשמיים וחומריים,
¶60וואס ווי ס'איז געווען דעמאלט בפועל איז דאס געווען דער 'זהב וכסף ונחושת' וואס מ'האט גענומען פון ביזת מצרים און פון ביזת היער,
¶61ועל דרך זה דער ”ועשית קרשים למשכן” איז ”נטא אראזים במצרים” דוקא.
¶62און זיי זיינען געוואקסן אין מצרים, און פון זיי האט מען אויפגעטאן די ”קרשים למשכן, ארצי שיטים עומדים”.
¶63און דאס האט געמאכט די שלימות בעולם, דורך דערויף וואס מ'האט געמאכט שלום בעולם, דער פמליא של מעלה בפמליא של מטה, אנהויבנדיק דורך תורה וואס מ'זאגט אויף ”יודרכי' דרכי נועם וכל נתיבותי' שלום”, און יעדער איד, אז ער לערנט תורה,
¶64איז ווי ס'זאל ניט זיין די התחלה אין זיין לימוד, איז דערנאך קומט דאס ארויס א ספר לאזר לומד שמתוך, קומט ער דערנאך 'לימוד התורה' לשמה, זאגט די גמרא תורת ”אמת, עושה שלום”,
¶65”בפמליא של מעלה בפמליא של מטה”, על אחת כמה וכמה אז ס'קומט נאך א נתינת-כח במיוחד אין א יום סגולה, צוזאמען מיט א נס גלוי, וואס דער נס איז אויך געווען אין אן אופן ”גלוי לכל העמים” ”ועשרים ובכל הארץ” ווי ער שרייבט אין דער אגרת, ווערט דאס דעמאלט דער אמת'ער שלום,
¶66און שלום כמאמר חז"ל, א ”שלום ביני ובין” עולמים, ווי בא קרבן שלמים, און אויך ”שלום בין אדם לחבירו”, ווי מ'זאגט בנוגע צו קרבן שלמים אז דארט איז געווען א חלק למזבח און א חלק לכהנים און א חלק לבעלים, ביז המורם מהם איז אויך געווען לנשון ולבניהם און אויך ולעבדיהם,
¶67לבנותיהם און אויך לעבדיהם, וואס דערפאר ווערט דאס אנגערופן בשם שלמים און דערנאך טוט אזוי אויף יעדער איד דורך שלימות עבודתו,
¶68דורך דערויף וואס ער ברענגט אריין א שלימות ער נוצט אויס יעדער רגע פון זמן אין אן אופן פון שלימות, און יעדער תפיסה במקום אין אן אופן פון שלימות, פארבונדן מיט 'תכלית השלימות', וואס דאס איז דער אויבערשטער ”לשמש את קוני”.
¶69און ביז אז דאס קומט אראפ בפועל אין ”ואהבת לרעך כמוך” וואס דאס איז דאך דער אמיתית ענין ה”שלום, בין איש לרעהו ובין” אדם לחבירו ובין איש לאשתו אז דאס ווערט אין אן אופן פון כמוך ביז וואנענט אז דאס ווערט א שלום אמיתי, איז דאס כולל אין זיך כאמור ”שלום בפמליא של מעלה”,
¶70ובפמליא של מטה, ווי דער אלטער רבי איז דאס מבאר אין לקוטי תורה, אז דאס גייט ביז אין ”מעלה מעלה שאין למעלה הימנה”, און ביז 'למטה מטה' דא למטה אין נפש אלקית און 'נפש הבהמית', און גוף ונפש, און חומריות העולם 'וגשמיות העולם' מיט רוחניות העולם, אז זיי שטייען אלע אין אן אופן פון שלום.
¶71און דערנאך איז 'גדול השלום' אז ער ברענגט אראפ די גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט וועט דאך זיין בגלוי דער ”ונתתי שלום בארץ” ”ואולך אתכם קוממיות” וואס דאס קומט לאחרי ובקשר ובהקדמת פון ”בחוקותי תלכו ואת מצוותי תשמורו ועשיתם אותם”,
¶72במהרה בימינו ממש.
¶73לחיים.