עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

105 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1דעס אודייל האט גערעדט שוין מערערע מאל, אז מ'קלייבט זיך צוזאמען פאר אויף א וועקפארן, איז דעמאלט איז דאך לכל לראש דער ענין אויף אונטערשטרייכן, אז דאס איז פונקט פארקערט ווי פאנאנדערפארן זיך.

2וואס ס'איז דאך במיוחד צווישן די ענינים וואס זיינען נוגע צו וויסן און אריינטראכטן זיך אין דעם איז דאך די ענינים וואס לכאורה קען זיך אויסווייזן פונקט פארקערט ווי דאס איז, וואס דערפאר דארף מען דאך דאס באווארענען לכל לראש.

3נוסף אויף דעם אלע איז דאך אבער דא דער כלל וואס ווען אידן קלייבן זיך צוזאמען איז דאך ”פותחין בברכה”, וואס דאס האט דאך במיוחד א שייכות צו מצויקן צוזאמען קלייבן זיך, וואס קומט בהמשך און אלס אן אסרו חר פון 'חג החגים' פון י'ט' כסלו.

4וואס דאס איז דאך אויך דער ”פותחין בברכה” אן אנהויבס פון די ערשטע אגרות פון דעם בעל הגאולה, ווי מ'האט זיי מסדר געווען ”צום דרוק על ידי” בני המחבר וממלא מקומו.

5האבן זיי דאך זיכער געהאט א כוונה אויך אין דעם סדר, וואס סדר אין תורה איז דאך אויך א הוראה א טייל פון תורה, איז דאך די ערשטע אגרת הויבט זיך אן פון ”פותחין בברכה”, און דאס ווערט דערנאך בכלל פאר אידן, בפרט פאר די וואס הולכים בדרכיו, אדער זיך משתדל עליכת בדרכיו,

6ובמיוחד אין אזא מין זמן וואס ס'קומט גלייך בהמשך לגאולתו, וואס די גאולה ביי אים איז דאך געווען פארבונדן מיט נאכמער הפצה אין זיין תורה און חידושים וואס ער האט אויפגעטאן אין יהדות בכלל,

7און אין תורתו און הנהגת פון די חסידים במיוחד, איז דאך דאס נאכמער די הדגשה דער ענין און ביתכין בברכה, וואס ברכה איז דאך אויך פונקט דער היפך פון פאנאנדערפארן זיך ברכה איז דאך מדגיש און איז פארבונדן פונקט ווי דאס איז בפשטות, אז ווי ס'שטייט אויך אין פסוק,

8אז בשעת ס'איז דא א ריבוי מענטשן אדער מקבלי הברכה ווערט בדרך ממילא ניתוסף אין דער ברכה, און בפרט נאך ווי אויך דערמאנט שוין די דוגמא כמה פעמים, אז בשעת צוויי מענטשן זיינען צוזאמען קענען זיי אויפהויבן א משא וואס איז מער ווי צוויי מאל פון א משא פון איין מענטשן,

9דערפאר וואס דער צירוף שניהם יחד איז נאך מוסיף, על דרך זה אויך בנוגע צו ממשיך זיין א ברכה, בפרט נאך א ברכה על פי תורה,

10פארבונדן מיט תורה, און מ'האט נאך הפצה בתורה, וואס דאס איז דאך דער ענין פון י'ט' כסלו, אז דעמאלט איז דאך געווען דער עיקר הפצה, יפוצו מעיבנותיך חוצה וואס האט זיך דאס אנגעהויבן בהמשך און אלס א תוצאה פון די גאולה פון י'ט' כסלו, וואס דעמאלט איז געווען די התחלה, במילא איז דאך דערנאך חל אויף דערויף דער כלל פון מעידין בקודש,

11אז בשעת ס'קומט צו נאך א טאג און נאך א טאג, איז ניט חס ושלום ס'ווערט ווייניקער די כח און די התעדרות וואס ס'קומט פון יט' כסלו,

12נאר אדרבא, וויבאלד אז ”מעלין בקודש” איז אז דעם ערשטן טאג לאחרי זה איז שוין א העלאה והוספה עאכו"כ אז ס'קומט צו נאך א טאג און נאך א טאג.

13וואס דאס איז דאך בהדגשה, דער ענין פון ”מעלין בקודש” איז דאך בכל עניני קדושה, איז דאס נאך מערער בהדגשה אין ענינים פון חודש כסלו בכלל,

14וואס חותמו וסיומו און ”הכל הולך אחר החיטים” איז דאך ימי חנוכה, בפרט נאך אין די ימים הסמוכים ממש לחנוכה, ווי די איצטיקע טעג, וואס די הדגשה פון חנוכה איז דאך, און אין אן אופן וואס ס'איז גלו לפי קול,

15אז ס'איז מוסיפים בכל יום, אף על פי וואס דעם ערשטן טאג, בשעת ער האט אנגעצונדן איין נר, האט ער דאך מקיים געווען די מצוה בשלימותה, זאגט מען, אז ס'קומט נאך א טאג, איז ווען איז ער מקיים די מצוה בשלימות?

16ווען ער צינדט-אן און איז מוסיף נאך אן עור, און אזוי אויך דעם יום שלאחרי זה.

17און אזוי כמדובר כמה פעמים שבעת ימים רצופים, וואס זיי זיינען דאך נאך דעם ערשטן טאג פון חנוכה, און אין דערויף איז דאך אויך אויסגעגלייכט חוץ-לארץ מיט ארץ-ישראל,

18אז אויב בנוגע צו חגים סתם איז דאך דא א חילוק צווישן ארץ-ישראל און חוץ-לארץ דא איז נאכמער אונטערשטראכן דער הצירוף מיט דעם התאחדות,

19היפך פון התחלקות ווי חילוקים אין מנין אויך פון ארץ-ישראל און חוץ-לארץ אז אין דעם חג איז אויסגעגלייכט אז ס'אומעטום שמונת ימים, במילא איז אויך אומעטום דער זעלבער לימוד מיט דער זעלבער פעולה,

20אז שבעת ימים רצופים איז ער מתנהג בכל יום ויום ”מעלין בקודש”, וואס דאס איז דאך ניטא דעם ערשטן טאג, איז דעמאלט איז דאך די מצוה כפשוטה,

21און די הדגשה פון ”מעלין בקודש” הויבט זיך אן פון צווייטן טאג, און בשעת דאס ווערט געטאן זיבן טעג נאכאנאנד איז אט דעמאלט ווערט דאך דאס א הוראה און א נתינת-כח, וויבאלד אז חנוכה איז ”אחת בשנה” אויף כל ימי השנה דארף מען משפיע זיין די הוראה פון חנוכה,

22אז ס'זאל זיין אלע זיבן טעג פון יעדער וואך דארף זיין אין איר מודגש דער ”מעלין בקודש”.

23אפילו אין דעם ענין וואס ער הויבט ערשט אן ב”יום ראשון בשבוע”, איז דאך לכאורה קען ער דאך ווארטן מיט להעלין בקודש ביז אויף מארגן ביום שני,

24זאגט מען אבער, אז וויבאלד אז ער האט שוין אפגעלערנט פון פריער להעלין בקודש דארף ער גלייך אנהויבן מלכתחילה אריבער מלכתחילה אין אן אופן פון להעלן בקודש.

25וכמדובר כמה פעמים בביאור די פרטים בזה, וצם ”לחכם ויחכם עוד”, אז יעדערער פון שיעורי דילי וועט זיך מתבונן זיין אין דער הוראה פון ימים אלו,

26וועט ער זיכער דער אויבערשטער וועט אים געבן דעם ויחכם עוד נאך מערער ווי ער האט דאס געוואוסט פון פאראיארן, אדער געוואוסט פון ערב י' טס כסלו אדער ווי י' טס כסלו, וויבאלד אז ס'איז שוין דורכגעגאנגען א פאר טעג אין דעם.

27נאך אן ענין איז דא, וואס גלייכט זיך אויס, ווי דערמאנט פריער בנוגע, אז אין דערויף איז ניטא קיין חילוק פון ארץ ישראל און חוץ לארץ, אע"פ וואס דאס איז אן ענין פארבונדן מיט חגים, וואס דאס איז דאך אן ענין שהזמן גרמא און פארבונדן מיט קביעות החודש.

28און דא איז דער אונטערשייד, אז אע"פ וואס חנוכה איז אויך פארבונדן מיט קביעות החודש, אז דאס איז בכב ה' בכסלו, איז אין דערויף גלייכט זיך אויס ארץ ישראל און חוץ-לארץ, איז דאך אויך דא דוגמתו אין איינעם פון די חגים וואס דאס איז בראש-השנה,

29וואס ראש-השנה איז דאך סיי אין ארץ-ישראל און סיי אין חוץ-לארץ איז דאך שני ימים.

30וואס דאס האט אויך א שייכות מיוחדת בעניננו, וואס י' טס כסלו בשנה זו איז אין דער זעלבער קביעות ווי ס'איז געווען ראש-השנה ב”יום שני וביום שלישי”.

31און דאס איז דאך אויך פארשטאנדיק נאכמער די הדגשה בדבר, וויבאלד אז רבותינו נשיאינו האבן מודיע געווען און מפרסם געווען און מסביר געווען, אז גיט דאס כסלו איז אויך אן ענין פון ראש השנה, נאר די תורת החסידות ולא דרכיה,

32וואס תורת החסידות איז דאך 'פנימיות התורה' פון גאנצע תורה, איז דאס אויך אין אן אופן, אז די קביעות בשנה זו דוקא איז דאס פונקט ווי די קביעות פון ראש-השנה פון דעם יאר, נאר וואס דען?

33דאס איז דער ראש-השנה לפנימיות התורה ולדרכי,' וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט ”המעשה הוא העיקר”.

34פונקט אזוי ווי אויך בא ראש השנה, בפשטות, איז דאך אויך ”מצות היום”, זאגט מען, אז אין ענינים פון דעם טאג איז דא א ריבוי ענינים, און אנהויבן גאר פון תמליכוני הלוחד, אבער אין וואס באשטייט ”מצות היום”?

35עשי' אן ענין של מעשה בפועל, ו”המעשה הוא העיקר”, ”מצות היום בשופר”.

36און נאכמערער אין דערויף גופא פארבינדט מען דאס מיט א שופר דוקא פון א בהמה, וואס ס'איז דאך פארשטאנדיק, אז עשי' פון א בהמה איז נאכמערער עשי' ווי עשי' פון אן אדם, וואס דארט איז זיך אריינגעמישט אויך ענינים של שכל, ”משא' כן עשי'” של שופר, וואס שופר איז דוקא בקרן בהמה.

37וואס דערפון איז דאך אויך גלייך די הוראה אין 'עבודת האדם', ווי תורת הבעל שם טוב, אז פון יעדער ענין וואס א איד הערט אדער זעט, האט ער אין דערויף א הוראה, און צוזאמען מיט א נתינת-כח לפי ככם אין עבודת ה,

38אז אין דעם בהמה של האדם, וואס דאס איז דער 'נפש הבהמית', איז ניט נאר אז ער לאזט ניט אז דאס זאל אין אים פועל זיין, ווי סתם איז ”רוח הבהמה, אז היא הירדת למטה”, נאר פארקערט, דורך זיין 'נפש הבהמית' הויבט דאס אויך אויף דער נרוצה 'לשון רבים',

39וויבאלד אז דער כח, ”רב תבואות בכח” שול, דער כח הבהמה, פועל"ט אויך אויף א התעוררות, ”ביתר שאת וביתר עוז”,

40אין די עניני האדם, אין נפש האדם שבו, דער 'נפש האלקית', ”אדמה לעליון”, ביז וואנענט אז ביידע שטייען אין אן אופן פון נרוצה וואס דאס איז דאך א סך מערער פון הליכה,

41אפילו שלימות אין הליכה פון ”ילכו מחיל אל חיל” איז דאך דא נאך א גרעסערע שלימות, אז ס'איז דא דער ריצה מחיל אל חיל פונקט ווי ס'איז כללות השלימות איז נריצה לגבי הליכה, וואס דאס באווייזט דאך אויף זריזות און חביבות, ווי מ'זעט דאס בפשטות ביי א מענטשן,

42אז בשעת ער האט א זאך וואס איז ביי אים חביש און ער בענקט נאך איר באגנוגנט ער זיך ניט דערמיט וואס ער איז הולך צו דער זאך, נאר ער לויפט צו דער זאך, און לויפט מיטן גאנצן שטורעם, ביז וואנענט אז כל עצמותו לויפן ובנידון ידן לויפט צוזאמען סיי דער 'נפש האלקית' און סיי דער 'נפש הבהמית'.

43וואס דאס איז דאך אויך דער כללות הענין, כמדובר פון ראש השנה סתם בכללות, ”ומצות היום” בתקי שופש, וואס דאס איז א שופש ”של בהמה דוקא”, און דאס פועל"ט אויך אין דער עליית האדם, אז ער האט בכח שתמליכוני עליכם.

44ועל דרך זה אויך פארשטאנדיק בהנוגע צו י' טס כסלו, ראש השנה לחסידות, אז דעמאלט האט זיך אנגעהויבן דער יפוצו מעינותיך וואס דאס איז דאך פארבונדן,

45ובהדגשה, וואו קען מען באווייזן די אמיתיות פון יפוצו בשעת דאס קומט אין חוצה וואס דאס איז דאך בדוגמא פון ”כח העשי' לגבי” שאר כחת האדם, איז דאך דאס דער כח הכי תחתון,

46בפרט נאך ווי דאס איז פארבונדן די עשי' פון דעם ”נפש הבהמית שבאדם”, פון דעם בהמה שבאדם איז דאך דארטן דוקא באווייזט מען דעם ענין פון יפוצו בהדגשה, און די נשיאים האבן זיך מפרסם געווען, אז בעיקר האט זיך דאס אנגעהויבן בי"ט' כסלו.

47וכמדובר כמה פעמים, און אויך אין די התוועדות פון י'ט' כסלו, אז ס'איז דאך דא א ריבוי ענינים בכלל אין עניני העולם, עאכו"כ אין עניני תורה שבעולם,

48עאכו"כ אן ענין אין תורה וואס ווערט אנגערופן ראש איז ער דאך כולל כל האברים, על דרך זה אויך דער ענין וואס ווערט אנגערופן בשם ראש ווי בי יטות כסלו, ראש השנה לחסידות, מ'דארף דאך אבער אנהויבן פון אן ענין, און דער ענין דארף דאך זיין אן ענין עיקרי,

49האט דער בעל הגאולה אליין אנגעוויזן, אז דאס איז דער ענין פון ”פדה בשלום נפשי, מקרב לי, כברבים היו עמדי” דער צירוף פון רבים, אז זיי ווערן אלע עמדים, ”כאיש אחד חברים”, און ווי אפגעטייטשט אז דאס איז מתפלל אים הציבור, וואס דאס האט דאך אויך דעם פירוש נוסף,

50אז בשעת ס'איז דא א גאנצער ציבור, איז ער אין אן אופן וואס ער איז מתפלל אין הציבור, ווי חסידות טייטשט אפ אן ענין פון תפילה, אז דאס איז אן ענין של חיבור, איז ער זיך מצטרף און מתחבר מיטן גאנצן ציבור, וואס ציבור איז דאך 'לשון יחיד' אין דעם ענין, אזוי איז דאך א ציבור טאקע צוזאמענגעשטעלט פון אראבים,

51ס'איז אבער דא אין דערויף אויך די ביידע אויסדרוקן ציבור 'לשון יחיד' און ציבורין 'לשון רבים', און דא זאגט מען מתפלל רים הציבור 'לשון יחיד' און דאס ווערט אפגעטייטשט אויף ברבים היו עמדים ווי די גמרא טייטשט דאס אפ אין ברכות.

52וואס דאס איז אויך דער המשך און די שייכות צו ”פותחין בברכה”, אז אז אע' פי וואס מ'רעדט זיך וועגן א סיום וחותם, און פון פאנאנדערפארן זיך לכאורה, ביז וואנענט אז מ'ווערט א רבים,

53יעדערער האט זיך זיך זיין ארט וואו ער דארף דורכפירן די שליחות, און ס'דארף זיין דוקא אין פארשידענע ערטער כדי מ'זאל קענען דורכפירן אין דער גאנצער וועלט, אז אומעטום זאל זיין די מעיינות און אין אן אופן פון יפוצו,

54ווערט דא דוקא די הדגשה ומתפלל אים הציבור.

55און דאס פועל"ט אויך, וויבאלד אז דאס קומט אלץ א סיום וחותם פון ”ההוסק בתורה ובגמילות חסדים”, אז אין די אלע ג' קוים פון 'תורה עבודה' וגמילות חסדים פועל"ט ער דעם ענין פון שלום, וואס דאס איז דאך ענין אויך פון א חיבור,

56ביז וואנענט אז ס'ווערט א חיבור בתכלית וואס דאס איז דאך אויך דער אפטייטש אין שלום ביידע ענינים, אז ס'איז שלילת פון חילוק והתחלקות, און אויך פון דער אפטייטש פון שלימות, אז דוקא דורך דערויף וואס ס'קומט-צו נאך איינער און נאך איינער צו אים, און ער קומט-צו צו די אנדערע,

57ווערט דאס דוקא דעמאלט דער ענין השלימות בכל אחד ואחד, אפילו ווען ער פארט אוועק אין א שליחות לכאורה אין א מקום נפרד שטייט ער דארטן מיט די גאנצע שלימות פונקט ווי ער איז געווען בשעת ער איז געווען בציבור מיט כל שאר בני ישראל,

58ואדרבא נאכמערער, ווארום דוקא דארטן פירט ער דורך די שליחות בשלימות, על אחת כמה וכמה די שליחות העיקרית, אז ס'זאל זיין דער ענין פון שלום,

59און ס'זאל זיין דער ענין פון ”פדה בשלום”, וואס דאס איז דאך ווי גערעדט פריער די הדגשה בדבר, אז מ'דארף זוכן, און וויבאלד אז תורה האט געהייסן זוכן,

60און געזאגט דערנאך אז ס'וועט זיין בשלום און אין אן אופן פון פדי וועט זיכער אים דער אויבערשטער צושטעלן אן ענין וואס ער קען דורכפירן די שליחות פון פדי אז ער וועט געפינען אז 'ניצוץ קדושה' א פארוואלגערטן, וואס מ'דארף אים פודה זיין ממצבו וממעמדו.

61וואס דאס שפיגלט דאך אויך אויך אין זיך, ווארום בא יעדער אידן, אין וואס פאר א מעמד ומצב ער זאל זיך ניט געפינען, איז לגבי די שלימות צו וועלכע ער וועט דערגרייכן אויף מארגן אדער אין דעם זעלבן טאג, אין א וויילע שפעטער, איז דאך דער מצב ווי ער געפינט זיך איצטער איז דאך דאס בדוגמא פון גלות פון וועלכן מ'דארף אים פודה-זיין און גואל-זיין.

62און ווי גערעדט אויך כמה פעמים, אז דאס איז דאך אויך דער ביאור, אז מ'זאגט, אז בכל יום ויום איז ”חייב אדם לראות עצמו, כאילו הוא עצמו יצא ממצרים”,

63וואס אף על פי אז ער האט דאס שוין מקיים געווען א טאג לפני זה, איז אז ס'קומט א נייער טאג קומט ביי אים צו א נייע גאולת מצרים, און טאקע ביי אים אליין עצמו איז דאך על דרך זה דער לימוד ”בכל עניני תורה” וקדושה, ובפרט אין אן ענין פארבונדן מיט א ראש-השנה בכלל,

64ובמיוחד אין א ראש-השנה 'פנימיות התורה', וואס דאס טראגט זיך ארויס בגלוי און איז מגלה, און אין אן אופן פון בתוספות ובשלימות, דער ענין פון דער גאולה און דער פנימיות כל הענינים, ובמיוחד דער ענין פון דער גאולה און אין אן אופן פון ”פדה בשלום נפשי” ביז וואנענט אז ס'ווערט דער ברבים היו עמדים.

65וואס דאס איז אויך אויף אונדר ”פותחין בברכה”, קומט אויך דער פנימיות'דיקער אפטייטש אין ברכה, ווי חסידות טייטש טאה בכמה מקומות, און אויך דער בעל הגאולה במיוחד,

66אז ברכה איז אויך פון דער אפטייטש פון ברכה והשפעה, וואס דאס איז דאך שייך זאגן דוקא אז מ'קומט אין א צווייטן ארט, בשעת מ'געפינט זיך אין דעם מקום פון דעם מעיין אדער אין דעם מקום פון דעם מקור הברכה אט דארט איז ניט שייך זאגן אז ער איז דארט מברך ומשפיע, ער געפינט זיך אין דעם מקור הענין.

67בשעת ס'קומט אבער דער חוצה על ”כל פנים חוצה” בערך פון דעם מקום פון דעם מקור הברכה איז דוקא אין דעם חוצה דארט איז דא דער ענין פון ברכה והשפעה.

68וואס דאס איז דאך אויך וואס פון דעם ”פותחין בברכה” איז דאך אין דערויף גופא די הדגשה, אז ס'איז דא אין דערויף דער לשון פון ”פותחין בברכה” דערפאר וואס ס'איז דא דער ענין אז דאס איז א פתיחה בברכה, וואס דאס גופא איז דאך מדגיש, וויבאלד אז דאס ווערט אנגערופן בשם פתיחה אז דערנאך קומט ערשט דער עיקר ענין,

69און דערנאך קומט מען ערשט ביז דעם סיום וחותם, וואס בשעת ס'איז דא דער פותח בשלימות אט דעמאלט ווערט אויך דערנאך דער חתימה בשלימות, איז דא אויך אז די ברכה והשפעה קומט אין אזא אופן,

70ביז וואנענט אז דאס ווערט א ברכה ו”השפעה עד אין סוף”, און אף על פי כן איז אין דערויף גופא אויך דא א סיום וחותם אין יעדעם שלב בפני עצמו,

71ווי מ'זאגט דאך אויך בנוגע לעתיד-לבוא, וועט דאך דעמאלט זיין ”כמצות רצונך” איז דאך א זיכערע זאך, אז יעדער ענין וועט דאס זיין אן 'עבודה תמה',

72וואס ”עבודה תמה” איז דאך בשעת מ'איז פארענדיקט א זאך און מ'איז חותם א זאך ביחד עם זה זאגט מען, אז דעמאלט איז ”ילכו מחיל אל חיל” און ”אין להם מנוחה” אז ס'וועט זיין אן א סיום און אן א גבול,

73ווארום אין יעדער ענין בפני עצמו איז דא דער שלימות שלו, וואס דאס איז אויך דער חותם שלו, וביחד עם זה איז דאס אויך א הקדמה צו דעם ענין שלאחרי זה, און דער ענין שלאחרי זה איז אויך א הקדמה צו אן ענין שלאחרי זה, ביז אין אן אופן פון ”אין להם מנוחה”, ביז אין אן אופן פון אין סוף,

74וואס דאס איז אויך, כמדובר, די הוראה און דער נתינת-כח, בשעת מ'קלייבט זיך צוזאמען א ריבוי און א ציבור, און מ'קלייבט זיך צוזאמען אין אן אופן פון ציבור 'לשון יחיד',

75און דאס ווערט עמדים מיט דוד מלכא משיחא, וואס ער איז דאך געווען דער ערשטער וואס האט געזאגט דעם פסוק ”פדה בשלום נפשי” און האט אים גלייך געזאגט, אלס איינער וואס ער איז ”נעים זמירות ישראל” ער זאגט דאס פאר 'כלל ישראל' שוין בפעם הראשונה, און דערנאך איז יעדער איד, אדער א מאן אדער א פרוי,

76און אויך פון גדולם עד קטנם, ו”מקטנם עד גדולם” ווען ער זאגט דאס איז דאס א ברכה והמשכה פון דעם פעם הראשונה, ווי דוד מלכא משיחא האט דאס געזאגט,

77און דאס איז ניט סתם א ברכה והמשכה, נאר אין דערויף גיט דוד מלכא משיחא אריין דעם עצם הענין וואס ”כל הנותן ואין יפה נותן” האט מען דערביי דעם גאנצן שטורעם ווי ס'איז געווען דער ”פותחין בברכה”, ביז ווי דאס שטייט אין מקור הברכות.

78וואס דאס איז אויך כמדובר, בשעת מ'קלייבט זיך צוזאמען און מ'נעמט זיך מיט מיט הוראות און מיט החלטות טובות על כל הימים שלאחרי זה, בפרט נאך אז מ'וועט זיך פאנאנדערפארן דארף מען דאך האבן א תוספת-הוראל און א תוספת-כח,

79אז דער פאנאנדערפארן זיך בגשמיות זאל ארויסברענגען נאך מערער דעם יחוד און די התאחדות ברוחניות, וואס דאס איז דאך מער בהדגשה דוקא ווען מ'פארט זיך פאנאנדער.

80בשעת מ'געפינט זיך, מצד גשמיות הענינים, במקום אחד, און דעמאלט איז מען ביחד.

81בשאר הענינים קען מען זיך ניט פאנאנדערקלייבן וויפל אין דערויף איז די פעולה וואס בחיצונות איז מען במקום אחד, און וויפל אין דערויף די פעולה דערפון וואס דער מענטש האט מחליט געווען, אז ער מוז זיין בהתאחדות מיט אלע אידן, משא' כן אבער אז מ'געפינט זיך במקומו שונים,

82קען מען דאך ניט זאגן אז דאס איז פעולת המקום איז דאס אינגאנצן, די אלע עשר קוין, איז דאס פעולת שלו, אז דאס איז מצד זיין החלטה טובה און מצד זיין השתדלות שטייט ער אין אן אופן, אז דאס איז ימודי ווי דער מיטעלער רבי טייטשט דאס אפ, כמדובר ומדובר לעיל, אין די התוועדות שלפני זה, אז דאס גייט אויף יחידי שבנפש,

83וואס אין יחידה, וואס ”יחידה לייחדך” און דאס איז א מקבל אויפן עציות בורא וואס ער איז דער יחיד, איז דאך פארשטאנדיק, אז אף על פי וואס בכללות האט מען דאך די הוראה אז כולם הסמרות און ”אב אחד לכולנו” איז דא שטייט דאס נאכמער בגלוי, וויבאלד אז ס'שטייט יחידו ”של כל אחד בגלוי”,

84וואס יחידה איז דאך די זעלבע פון יעדערן און פון אלעמען, ביז צו יחידה הכללית, וואס דאס איז יחידה פון דוד מלכא משיחא, כמדובר לעיל.

85וואס דערפאר, איז בשעת ביי אים שטייט דער ענין פון יחידה בגלוי, ווארום ער קומט פון ראש השנה לחסידות, וביחד עם זה אויך לדרכי אז מ'גייט אוועק אין א דרך, און דארטן האט מען די תורת החסידות,

86ביז ווי זי שטייט אין ראש השנה לתורת החסידות, איז דאך פארשטאנדיק אז דאס איז דער מעיין אליין, נאר דער מעיין שטייט אין חוצה דוקא אין אן אופן פון יפוצו וואס דאס אלץ ווערט אויך די הכנה כללית צו דעם קיום היעוד, ווי מלכא משיחא האט געזאגט דעם בעל שם טוב,

87אז כשיפוצו מעיינותיך חוצה איז 'קאתי מר דא מלכא משיחא'.

88וואס דאס איז אויך בכללות די הוראות כללות, ביז אין מעשה ופועל לכל אחד ואחת, אז וויבאלד אז מ'קומט פון יט' כסלו האט מען די הוראה מיט די נתינת-כח, אז מ'זאל קענען דורכפירן די הוראה בשלימות,

89אז מ'זאל דורכפירן דער ”פדה בשלום נפשי מקרב לי כי ברבים היו עמדי” אין די אלע ג' קוים פון 'תורה עבודה' וגמילות חסדים, שעליהם העולם אומר דער ”עולם קטן זה האדם” און דער עולם בפשטות, און אין אן אופן ווי מ'לערנט דאס אפ פון ימי חנוכה,

90אז דאס איז הולך ומוסיף מיום ליום, און דאס איז ”על פתח ביתו מבחוץ”, פונקט אזוי ווי אין יו ט' כסלו איז פארבונדן מיט ”יפוצו מעינותיך חוצה” און באופן פון יפוצו אז בכל יום ויום איז ער מוסיף נאכמער און נאכמערער, און איז געווארן דער מנהג פשוט דוקא אין זמן הרמ און נאך דערויף,

91וואס דעמאלט איז דאך לכאורה דער חושך הקלות געווארן שטארקער ”משתשקע החמה” ”אין משתשקע החמה” עצמה, ווי בפשטות איז דאך דעמאלט געווען דער עקבתא דמשיחא שאין נאכן גילוי האריז"ל איז ערשט דערנאך געקומען דער רמ ה און אין אים איז נכלל כמה הוראות ופסקי דינים,

92אויך דער דין, אז ס'ווערט א מנהג פשוט בא יעדער אידן, אז ס'קומט חנוכה פירט ער זיך יעדער איד, ובפשטות, אין אן אופן אז ס'ווערט מהדרין מן המהדרין, ו”כל אחד ואחת בפני עצמו”, ניט ער איז יוצא מיט א צווייטן.

93וואס דאס איז אויך בפשטות, ”בכל עניני תורה” און מצוותי געדענקט מען א ”מצוה בו יוצא מבשלוחו”, און מצוה איז דאך ”מלשון צוותא וחיבור” אז אויך אין דערויף האט מען א נתינת-כח מיוחדה פון דעם אויבערשטן,

94וואס דערפאר ער איז זיך אויך מצרף זיין אין די שליחות-מצוה, דורך געבן יעדערן פון אייך אן ענין של שוה כסף און א שליחות של מצוה, אין די מצוות גופא דער ענין הצדקה, וואס זי איז דאך שקולה כנגד כל המצוות,

95און מקרבת את הגאולה פון ”פדה בשלום נפשי מקרב לי כי ברבים היו עמדי” אין אן אופן פון 'תכלית השלימות', און די אלע ענינים צוזאמען, און מ'טוט דאך דאס זיכער אין אן אופן פון זריזות, און ווי דערמאנט פריער אין אן אופן פון ריצה פון לויפן, אויך אין זריזות, זריזות אין אחישנה,

96אז דאס זאל נאכמערער צוהיילן אז בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו איז ”קהל גדול יבואו” הנה קהל 'לשון יחיד', און דוקא אין אן אופן פון גדול און דאס זאל זיין ”אין ארצנו הקדושה”,

97”ארץ אשר” ”תמיד עיני הוי' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה” וואס דאס איז דאך געזאגט געווארן אויף ראש השנה בפשטות, וואס דערפון לערנט מען דאך אויך אפ אויף ראש השנה לחסידות, וואס דאס איז י'ט'כסלו און כ' כסלו,

98און נאך מערער בהדגשה בשנה זו, וואס כאמור איז דאס די זעלבע קביעות בשנה זו ווי ס'איז געווען די קביעות פון די שנה בכללות פון כל הענינים, איז דאס נאכמער דער ענין אז ס'איז דער 'קהל גדול יבואו הנה' אין אן אופן אויך די שלימות בארץ, ביז אין אן אופן פון ”ירחיב הוי' את גבולך”.

99און אין דערויף גופא איז מען אויך ”כספם וזהבם איתם” אז מ'האט די שלימות אין אהבת השם און יראת השם, וואס דאס איז דאך כסף וזהב במקורם, און דערפון ווערט דערנאך אויך נמשך אין כסף וזהב בפשטות, אז מ'האט אויך בני חיי ומזוני רויחא ובכולם רויחא.

100האט מען דאך די שלימות אין די אלע ג' ענינים, ווי כאמור לעיל ”תורה עבודה וגמילות חסדים”, און אין די ג' ענינים, ווי דערמאנט פריער די שלימות פון העם, פון אידן,

101אז דאס איז בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו און די שלימות הארץ, ”ארץ אשר” ”תמיד עיני הוי' אלקיך בה” צוזאמען מיט ”ירחיב הוי' את גבולך” וואס דאס איז דאך אויך כולל, אז אין יעדער ענין פון ארץ ישראל שטייט דער ענין אין אן אופן פון הרחבה, בדוגמא ווי דער אלטער רבי טייטשט אפ,

102אין יום ש”כולו ארוך, שגם בתחילתו הוא ארוך"”.

103און דאס גופא ווערט אויך אין אזא אופן אין שלימות התורה ומצוותי.'

104וואס דאס אלץ היילט נאכמערער צו די גאולה פון די גאולות יט מ'כסלו, גאולה לגאולה, מסמך ממש,

105די גאולה הפנימית ואמיתית והשלימה פון כל אחד ואחת מבני ישראל בביאת משיח צדקנו, וואס יבוא ויגאלנו ו”יוליכנו קוממיות לארצנו” בעגלא דידן, במהרה בימינו ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions