עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-sbr34f4v

kind
paragraph
order
OM
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און דאס שפיגלט זיך אויך אפ אין תורה, אז דאס איז אוריאן תליתאי איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'דארף זיין אזוי אויך אין אמת תליתאי. וואס דאס איז אויך, וואס כמדובר כמה פעמים וואס מ'האט איינגעפירט, אז בשעת מ'טרעפט זיך צווישן זיך זאל מען דאס גלייך פארבינדן מיט א נתינה לצדקה, וואס דאס מאכט, פון די צוויי וואס האבן זיך צווישן זיך געטראפן, אז ס'זאל צוקומען א דריטע און כידוע אויך דער פתגם בשם רבותינו נשיאינו, אף על פי וואס ס'איז ניט ברור ווער ס'איז געווען דער ערשטער פון זיי וואס האט דאס געזאגט, אז בשעת צוויי אידן טרעפן זיך דארף ארויסקומען דערפון א טובה א דריטן אידן, און דורך דערויף וואס דער טובה קומט ארויס דורך צוויי און צוויי אור צו א דריטן ווערן די אלע דריי אידן איין און איינציקע מציאות, וואס ס'שטייט דאס במיוחד וב� דיוק דוקא אין יומים שלישי שבכל שבוע ושבוע, וואס דעמאלט איז דאך הוכפל בו כי טוב דער ענין הצדקה, און אין אן אופן דוקא פון כפליים לתושי,"' וואס על דרך זה איז דאך אויך ביום איצטער שטייט מען דאך שוין אויך ביום השלישי, מ'קומט טאקע פון יום השני, און האלט שוין אבער נאך תפילת ערבית פון יום השלישי, און א שלישי נאך אין די טעג וואס זיי זיינען מיוחד
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions