עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

4 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1ווי כרגיל אין די טעג פארבינדט מען זיך מיט דעם ענין היום, וואס אזוי איז דאך אויך אפגעשלאסן דער ענין פון יום השלישי פון ימי הסליחות, וואס אין די צייטן פון דער נשיא דורנו אין זיינע צייטן האט אויך מגלה געווען דעם יחוד אויסגעטיילטקייט פון דעם יום הקימו, פון יום השלישי פון ימי הסליחות, און אויך דאס, ניט אין תחילת הנשיאות שלו, ובפרט ניט אין חצי כדור העליון, נאר דוקא אין חצי כדור התחתון, און אויך דאס, אויך ניט כאמור ניט אין די ערשטע יארן דא, נאר דערנאך, נאר אין די יארן שפעטער, דער טעם האט ער אויף דערויף ניט געזאגט, במילא קען דאך יעדערע פון שיעורי דילי זוכן א הסברה בזה, בנוגע אבער עלינו, וויבאלד אז דאס איז לאחרי ווי דער נשיא הדור, רבי דער שווער, האט דאס שוין מגלה געווען, און פארבונדן דאס אויך מיט א מאמר חסידות וואס ער האט געזאגט, און דערנאך אפגעגעבן דעם טאג, און געהייסן אפדרוקן, און מפרסם געווען וכו,' ובמילא איז דאך דא אין דעם מאמר און אין כמה ענינים, און וואס יעדערער וועט מוסיף זיין, אויב ס'וועט נאר זיין אין אן ענין פון תורה און מצוותי'און פנימיות התורה, און זיכ

2וועט דאך זיין אזוי, במילא איז צי ער וועט מכוין זיין לאמת לאמיתו אדער ניט אזוי, וויבאלד אז דאס איז אן ענין אין תורה ומצוות, איז דאך דער ענין אליין אן אמת פארבונדן מיט פנימיות התורה איז דאס אן אמת לאמיתו, און דערנאך, טאמער איז דא אפעס יד-ביוק ניט-ביוק איז דאס ניט נוגע, ניט נוגע על כל פנים אויף אזויפיל, וויבאלד אז דער עיקר אז ס'קומט-צו נאך אן ענין של לימוד, און נאך אן ענין שלהנהגה טובה, און נאך אן ענין וואס על כל פנים דעם ערשטן מאל וועט מען דאס פארבינדן אויך מיט א הוספה אין ענין הצדקה, וואס בכלל איז דאך חודש אלול בכלל, ווי ער זאגט אין סידורות חסידות, איז דעמאלט איז מען מרבים בצדקה, און דער אויבערשטער זאל נאכמערער צוהיילן דעם אויבערשטנ'ס צדקה הכי החלטית און הכי מושלמת, וואס צדקה יעשה הקב,"ה גלייך מיט יעדער אידן און מיט אלע אידן, אויף ברענגען גלייך די גאולה האמיתית והשלימה, וואתם תלוקטום אחד אחד אז דער אויבערשטער אליין גייט און קלייבט יעדער אידן ארויס פון גלות, און אמה אנכי בצרה וואס ער איז אויך געווען מיט זיי אין גלות,

3און מ'גייט תיכף ומיד ממש אין מנעני שמיא, לארצנו הקדושה, און דארטן בירושלים עיר הקודש ובהר הקודש ובית המקדש, ותיכף ומיד ממש. וואס דאס איז שוין אויך נכלל, אז בכתיבה וחתימה טובה איז דאך די גרעסטע זאך און אן עיקר זאך איז, אז די כתיבה וחתימה טובה וואס הויבט זיך שוין אן פון ראש-חודש אלול און פון שבת מברכים אלול, כמדובר כמה פעמים, האט מען שוין די גאולה האמיתית והשלימה, און דערנאך האט מען אויך דער נכתמים לאלתו וספצון של צדיקים גמורים. ויש לומר, אז וויבאלד אז תורה האט איינגעשטעלט דעם מנהג, אז אידן זאלן ווינטשן איינער דעם צווייטן, א כתיבה והחתימה טובה, אנהויבנדיק פון ראש-חודש אלול, איז דאך זיכער, אז וויבאלד אז דאס קומט פון תורת אמת, און ס'קומט ארויס כלל גדול בתורה ואהבת לרעך כמוך האט מען שוין גלייך אויך אט דעם ענין בפועל, נוסף אויף כתיבה טובה אויך דער חתימה טובה. וואס דאס פארזיכערט נאך מערער, אז כל שנה הבאה איז שוין אפגע'חתמ'עט, אז דאס איז שנת ניסים למעלה מן הטבע לגמרי, און נאך קודם התחלה שנה הבאה, כמדובר כמה פעמים. ועוד והוא העיקר, אז ער זאל זיך אנהויבן

4די ניסים און ניסים גלויים, אנהויבנדיק פון דעם נס פון גאולה האמיתית והשלימה, וואס דאס איז דאך א נס אפילו בערך פון יציאת מצרים, כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות אז דאס איז נפלאות אפילו בערך פון יציאת-מצרים, ותיכף ומיד ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions