פסקה
פסקה rh-s93p58fn
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-1377ym00
- order
- Kf
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- א משך זמן, וואס ס'איז ניט טאן ניט קיין דונר און ניט קיין בליץ, איז אויב דערנאך טרעפט אן ענין און ס'קומט א בליץ אדער א דונר געדענקט שוין דער קינד וועלכע ברכה ער דארף מאכן, און ער מאכט דאס מיט דער גאנצער לעבעדיקייט און מיט דער גאנצער תמיבות, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט אן אויפפירונג פון א קינד, וואס א אידיש קינד, במיוחד איז ער דורכגענומען מיט תמימות און מיט לעבעדיקייט און מיט שטארקייט אין אלע זיינע ענינים, און ווי דערמאנט מערערע מאל במילא האט ער געדענקען כל השנה כולה, ווי ער דארף זיך פירן ווען ס'קומט א דונר און א בליץ, און דורך דערויף וואס ס'איז געווען א צייט, ווי ס'איז געווען אין די לעצטע טעג ווי דערמאנט פריער, וואס דער קינד אליין האט דאס אליין ממלא געווען, און ממלא געווען מיט דער גאנצער פייערלעכקייט און מיט די גאנצע התפעלות, וואס א קינד, ווען ער הערט א דונר און ער זעט א בליץ, איז דאך ביי אים דא מערערע התפעלות ווי ס'איז דא בא זיין פאטער אדער בא זיין מוטער, אדער אפילו ווי ס'איז דא בא זיין עלטערן, ברודער,
- proofread
- 0