English
ספרייה
kind
paragraph
order
YC
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
עולם אין די קביעות פון היינטיקן יאר, ווי דערמאנט פריער, אז ער זאגט אין מדרש, אז שבעה שבועות תמימות, איז תמימות בשלימות איז אין אזא קביעות, אז ספירת העמה, די ערשטע ספירה, הויבט זיך אן דער ערשטער טאג אין וואך, על דרך זה די ספירות שלאחרי זה, אז די ערשטע ספירה פון דער צווייטער וואך הויבט זיך אן אויך אין אן ערשטן טאג פון וואך, וואס דאס פארבינדט נאך מערער די תמימות און די שטארקייט און די גאנצקייט פון דעם אידישן ספירת העומר, אז בשעת ער טוט א זאך בלייבט דאס ביי אים בשלימות, און דאס ווערט אריינגעשטעלט אין דער אויפפירונג פון וועלט, וואס אין וועלט איז דאך יעדער וואך א זאך פאר זיך, און וואס הויבט זיך אן מיטן ערשטן טאג אין וואך, ענדיקט זיך דערנאך ביז וואנענט די וואך ענדיקט זיך מיטן זיבענטן טאג פון וואך, און ווי דערמאנט פריער, אז דאס ווערט אין אזא אופן, אז ענדיקט זיך מערניט ווי די וואך ווי זי שטייט אין לוח, אין קאלינדאר, רייסט ער אפ דעם בלעטל פון וועלכע ס'האט זיך גערעדט וועגן די פאריקע וואך, ביי אים אבער, אין זיינע איבערלעבונגען, און דאס פועל'ט אויך אין די איב� לעבונגען פון דעם גאנצן אידישן פאלק, און דאס פועל'ט אויך, ווי דערמאנט פריער, בכל העולמות כולם בלייבט דאס אן אייביקע זאך און אן אייביקער הישג, אן אייביקער פארמעגן וואס ער האט בא זיך, און דאס פועל'ט ביי אים על כל השנה כולה, און ס'פועל'ט אויך אויף די שנים שלאחרי זה, ואדרבא דעמאלט ווערט דאס נאכמערער פארשטארקט, וויבאלד אז ס'קומט אויך צו די ספירת העומר פון שנה הבאה, וואס די אלע ענינים שטייען נאך אין א פארשטארקטן אופן, וואס נוסף דערצו וואס מ'געפינט זיך אין די טעג פון ספירת העומר, וואס האט אין זיך די אלע תכונות, די אלע לימודים, ווי דערמאנט פריער שטייט אויך דער גאנצער יאר, ווערט אנגערופן שנת הקהל, און ווי דערמאנט מערערע מאל, ס'איז
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים