English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

11 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1זאל דער אויבערשטער העלפן און מצליח זיין די אלע וואס געפינען זיך דא אין צוגאב צו די אלע ברכות וואס דערמאנט פריער, וואס זיכער זיינען זיי אין דערויף נכלל,

2ובתוספת ברכה, מצד דעם צוגרייטן זיך צו אן ענין פון א שידוך און א חתונה און א בנין עד די יד, אז די אלע הכנות דערצו זאל זיין אין א הצלחה'דיקן אופן,

3און אין א תורה'דיקן אופן, וואס דאס גייט דאך אלץ צוזאמען און הייסט זיך אין א חסידישן אופן, ומתוך הרחבה אין גוטן געזונט און אין גוטן פרנסה, און גרייטן זיך, אז דערנאך זאל זיין א בנין עד יד על יסודי התורה והמצוה ודור ישרים יבורך, און געבענטשט אין אלע ענינים, סיי בגשמיות סיי ברוחניות.

4ובמיוחד אז זיכער וועט מען דאך פירן זיך, ווי איינגעפירט אין די יארן, אז אין יום החתונה גיט ער חתן כלה פון די אייגענע געלט, און אזוי אויך די עלטערן און זייערע גוטע פריינט פון זייערע געלט אויף צדקה, צוליב דעם זכות פון דער חתן כלה און צוליב די הצלחה פון דעם שידוך.

5אז בתוך 'כלל ישראל' זאלן זיי האבן בשורות טובות און געבענטש זיין מיט אלע ברכות פון דעם אויבערשטן בכל המצטרך, ביז אויך צו די ברכה בתוך 'כלל ישראל' אויף זוכה זיין, ווי געזאגט אין די ”שבע ברכות”,

6אז מהרה ישמע בחוצות ירושלים און דער ”קול ששון וקול שמחה, קול חתן וקול כלה”, מיט אלע ברכות ווי אויסגערעכנט אין פסוק.

7וואס דערפאר איז אויך נעמען זיך דעם זכות אויף האבן א השתתפות אין דעם אלעם, דורך געבן יעדערן פון די וואס געפינען זיך אויך צו א דאלאר, אויף מוסיף זיין און צוגעבן דאס צו די צדקה וואס זיי וועלן געבן לזכות פון דער חתן כלה,

8און דאס אלץ זאל נאכמערער צוגעבן און מוסיף זיין אין די הכנות צו דער חתונה און די חתונה און די אריכות ימים ושנים טובות לאחרי זה, אז ס'זאל זיין ווי דערמאנט פריער א בנין עד די יד, ובקרוב ממש גיין בתוך 'כלל ישראל' אויף הערן דעם ”קול חתן וקול כלה”

9”בארי יהודי ובחוצות ירושלים”, און אויך ביז דעמאלט זאל מען האבן די אלע אויבערשטנ'ס ברכות אין אן אופן פון מוסיף והולך ואור, ווי די אפלערנונג פון ימי חנוכה, אז פון טאג צו טאג ווערט אלץ מערער ליכטיקער,

10און ליכטיקער מיט אידישקייט, בתוך כלל כל ישראל אין תורה ומצוות, און בדרך ממילא ווערט אויך ליכטיקער בגשמיות, אויך ליכטיקער אין דעם ענין אין די הכנות צו דער חתונה, און דער חתונה און דעם ענין עד יד, ובשורות טובות תמיד כל הימים.

11און יהי' רצון, אז די צדקה האמורה זאל נאכמער מזרז זיין די אלע גוטע זאכן מיט אלע אויבערשטנ'ס ברכות, ביז צו די ברכה העיקרית והפנימית והכללית, די ברכה פון גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים