עברית
Library

שמחת תורה תרפ"ה

74

נה"ב, זאָגט ער דאָרטן אַז כמו"כ אין נה"א איז אויך פאַראַן דער ענין פון "צמאה", און ער זאָגט דאָרטן בדרך צחות הלשון: אָט אַזוי ווי איינער וואָס איז הונגעריק חאַפּט ער דאָך וואָס עס מאַכט זיך, צי דאָס איז אַ דבר המחי' או לאיט, אַזוי אין נה"א בעת ער איז הונגעריק חאַפּט ער בירורים וואָס עס מאַכט זיך, הגם זיי האָבן גאָר קיין שייכות ניט צו עם.

והכל הוא וויילע עס פאַרגעסט זיך די יסודות עצמיים פון חסידות, עד שיש לו שייכות לדבר שקר ורכילות וגם לה"ר ואין לו שום מדת חסידות,

ביז אַז חסידות וויל גאָר באַ עם ניט זיין, נאָר וואָס זאָל מען טאָן אַז יענער האָט אַ מוילכ און קאַלאַקאָצקעט, און עס זיצן צוואַנציק מענטשן און הערן, אָבער באמת האָט ער קיין שייכות ניט צו דעם.

נאָר וואָס דען — זאָל מען ניט חזר'ן קיין חסידות? ניין, מען דאַרף יע חזר'ן, נאָר מען דאַרף פריער אויסקריינקען און אויסווייטיקן ימים ולילות.

ו. אַז מען זאָגט אַ מאמר און עס ברענגט זיך אַראָפּ אַ מחז"ל, איז פאַרן זאָגן דאַרף מען פריער איבערקוקן די גמרא אָדער דעם מדרש, וואָס אין דעם איז פאַראַן ב' מעלות: א' מבינים יותר הפשט, ב' אַז מען זאָגט די ווערטער ווי עס שטייט יעמאָלט דער הערט זיך דער ונוזלים מן לבנוןכא, אַז אין די נשמה המלובשת בגוף דער הערט זיך דער עצם הנשמה, ומשם נמשך בכל האברים, רק על מאמר צריך להיות הכנה, אַ פאַרברענגעניש רעט זיך דאָך אָט ווי מ'איז, ישנו מאמר חז"לכב שהשתיקה יפה לחכמים און מכש"כ כו', ומזה מבינים עוד ענין שחכמים הזהרו בדבריכםכג ומכ"ש כו', וואָרום וואָס אַ טיפש קאָן אָנמאַכן איז מי יודע וואָס,

קיין אידן טאָר מען ניט מדחה זיין, יעדער תנועה פון אַ אידן קען זיך ניט געפינען איינער און מדחה זיין, וואָרום עס איז דאָך "יפה שעה אחת בתשובה ומעשים טובים בעולם הזה מכל חיי העולם הבא"כד, כי מה שאנו קוראים "חיי העולם הבא" הוא השגה שכלית כל אחד כפי מה שמצייר בשכלו, איז אפילו דער מצייר היותר גדול, מה שמצייר בנפשו האורות והגילוים שלמעלה, מ"מכה "יפה שעה אחת כו'", וואָס "שעה אחת" איז דער פירוש "איין קער"כו, בשעתא חדא וברגעא חדאכז, ביז וואַנען אַז "במקום שבעלי תשובה עומדים צדיקים גמורים אינם יכולים לעמוד"כח.

אויף ר' הלל'ןיא דערציילט מען אַז ער האָט ניט האָלט געהאַט בעלי תשובה, וואָרום ניט גוט איז ער געוויס געווען (איך וויל ניט זאָגן אַ בעל עבירה), און צי ער האָט תשובה געטאָן מיט אַן אמת ווייס איך ניט.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-rxte25hb

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources