Paragraph
Paragraph rh-rxdgd3y8
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-k5xbpmhf
- order
- L4
- origin
{"by":"transcribe:whisper-pod@chassidushub-whisper-v3"}- content
- מוז מען דאך זאגן, אז דער צמצום איז ענינו, אז מ'זאל צוקומען צו אן ענין וואס דאס איז נאך העכער פון דעם גילוי וואס איז געווען לפני הצמצום, וואס צוליב דערויף איז כדאי לפי שעה, אדער בהרגש התחתונים, זאל זיין דער ענין ההפכי פון גילוי, וואס וויבאלד אז דורך דערויף וועט מען צוקומען צו אן ענין וואס איז העכער פון דעם גילוי ווי ס'איז געווען לפני הצמצום.
- proofread
- 0