English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

5 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1אט דאס וואס מ'האט גערעדט פריער בנוגע צו תפילין, האט זיך ביי מיר געפרעגט כמה פעמים, און מ'איז שוין געענטפערט אויך בנוגע לנשים, אז זייער השתתפות בזה איז דורך דערויף וואס יעדער מנדב זיין א זוג תפילין, וכאמור לעיל, דער טרחה בגופו, אט דאס וואס זיי משפיע זיינען אויף זייערע ברידער צי אויף זייערע עלטערן, אויפן פאטער צי אויף א ברודער צי אויף א זון,

2אז זיי זאלן משפיע זיין און פארנעמען זיך מיט דערמיט פון מפיץ זיין דער ענין פון 'קיום מצות' תפילין איז אט דאס וועט זיין דער ”נשים במעי זכין באקרוי'” ובתנוי' ונטרין וואס אט די אלע דריי ענינים איז דאך דא דורך דערויף וואס זיי וועלן געבן די פאר תפילין און זיי וועלן שיקן די מענער אדער די זין אדער די עלטערן אדער דעם פאטער,

3אז זיי זאלן זיך משתדל זיין בנוגע צו הנחת תפ ובעיקר, ווי גערעדט פריער, דער פסק-דין המשנה אז ”מצוה גוררת מצוה” אז דורך דערויף וועט מען דאך גורר זיין און נאך א מצוה און נאך א מצוה,

4ביז וואנענט מ'וועט אויפשטעלן בתים בישראל על הסודי התורה והמצוה, און דאס וועט זיין די הכנה אויף אויפשטעלן די בתי מלכות, וואס דאס איז דאך ווי ער זאגט אויף ויעאת להם בתים אז דאס האט מען אויפגעשטעלט די ”בתי כהונא ובתי מלכות”,

5אז בקרוב ממש יבנה בית המקדש השלישי כיעקב שקרוב בית, וירא חוהם בציון אז דארט וועט זיין די בתי כהונא משמשים בכהונא בבית מקדשנו, ובתי ”מלכות ומלכא דוד נשיא עליהם לעולם” בקרוב ממש.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים