עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

75 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1פונקט אזוי ווי מ'זאגט אז ס'דארף זיין דער הוכפל ב כי ”טוב טוב לבריות” און אהבת ישראל, ביז אז דאס ווערט א 'כלל גדול בתורה' אט אזוי איז דאס האט דאך אבער אויך דער אלטער רבי גלייך דאס געזאגט, אז דאס ווערט אן אהבה משולשת, אז אהבת ישראל איז פארבונדן מיט אהבת התורה,

2און וואס זי איז פארבונדן מיט אהבת ה' לאהבתו, וואס דאס גייט אויפן אויבערשטן, און אז דאס איז 'כולא חד' און וואס די באווארעניש אין דעם איז דאך מיוסד אויף דעם פסק דין אין משנה,

3וואס זאגט הוי וואס דאס איז דאך א לשון ציווי מיט ”תלמידיו של אהרן, אויב שלום ורודב שלום אויב את הבריות” און דערנאך איז ער אבער חותם און מסיים אז ס'דארף זיין ”ומקרבן לתורה”.

4ס'קען דאך זיין אויף צוויי וועגן, וויבאלד אז א איד געפינט זיך אין חוצה קען ער דאך משנה זיין די תורה אז דאס זאל אנקומען און צוגעפאסט זיין צו דעם חוצה באווארנט מען גלייך אז ס'דארף זיין ”ומקרבן לתורה” איז ער דארף מקרב זיין די בריאות וואס שטייט פאר דעם, זיי מקרב זיין צו דער תורה.

5און וואס דאס איז דאך דער ביאור און דער יסוד וואס מ'זאגט אז אהבת ישראל און אהבת התורה איז דאס איין זאך, ווארום ס'דארף זיין ”ומקרבן לתורה”

6און דאס איז בא שעת מ'טראכט זיך אריין אין דעם איז דאס א דבר הכרחי אן ענין וואס דאס איז גאר מוכרח אין שכל הפשוט וויבאלד אז ער ווייס די טייערקייט פון תורה,

7און וויבאלד אז ער ווייס אז תורה היא ”חיינו ואורך ימינו”, און וויבאלד אז ער ווייס אז דאס איז ”יקרה מפנינים אפילו מכהן גדול שנכנס לפנים ולפנים” איז דאך פארשטאנדיק,

8אז אויב ביי אים איז טאקע דא אן אהבה אמיתית צו א צווייטן אידן איז מה דאך אז ער העלפט אים ארויס אין א פרוטה וואס ער נעמט פון זיך א קאפקע, א סענט, און גיט אים אפ, וואס דאס באקומט יענער מיט א סענט מערער, מיט א פרוטה מערער,

9על אחת כמה וכמה אז ער דארף זיך מוסר-נפש זיין געבן יענעם אן ענין וואס זי איז יקרה מפניני פון פערל און פון פניני ביז אויך ווי אין טייערקייט פון תורה,

10פון דעם וואס נכלת לפני ולפני אויב איז אים ניט מקרב לתורה קען ער ניט נעמען און זאגן אז ער איז מקיים די מצוה פון אהבת ישראל,

11ווארום ער האט אים געגעבן ענינים, טאקע גוטע זאכן, גרויסע זאכן, ביז ”הכיותה את נפש העני” ווי ער זאגט אין תנחומא בהנוגע צו מצות צדקה, אבער אט דאס וואס איז חיים ”בעולם הזה ובעולם הבא”,

12וואס דאס איז נאך מערער פון ”הכיותה את נפש העני” אויף דערויף האט ער זיך ניט משתדל געווען, אדער על כל פנים זיך ניט משתדל געווען מיט השתדלות הראוי וואס זי איז, ביז כדי 'מסירת נפש'.

13וואס דאס איז דארף מען דאך האבן די באווארעניש און ”מקרבן לתורה” אפילו אז מ'האט צוטאן מיט אידן וואס זיי זיינען בדוגמא ווי שמים, איז דאך וויבאלד אז תורה איז ארוכה מיני ארץ ורחבה מיני ים און ו”לא בשמים היא” איז דארף מען דאך זיי אויך געבן אויף מקרב זיין זיי צו תורה,

14אבער נאכמער באווארעניש דארף מען דאס האבן בשעת מ'איז זיך מתעסק אין אהבת הבריות, אז ער זאל זיין א משפיע, ניט קיין מושפע, טאקע בדרכי נועם ובדרכי שלום, וכל דרכי' ”דרכי' דרכי נועם”, עאכו"כ בהנוגע צו ענינים כלליים און א צוגאנג בכללות.

15אבער דאס דארף זיין אין אן אופן אויף ניט מונע זיין אים צו דערגרייכן די שלימות צו וועלכע ער קען דערגרייכן דורך דערויף וואס מ'וועט אים מקרב זיין לתורה.

16ושלא כדעת הטועים, ס'איז דאך דא אזוינע וואס טראכטן, אז אויב מ'וועט אראפנעמען נידעריקער מאכן די תורה און מאכן א קלייניקן שינוי, אבי ס'זאל אנקומען צו אים וועט מען אים דורך דערויף טאן א טובה ווארום דערנאך וועט ער ווערן דערפאר בכפליים לתושי זאגט מען אויף דערויף אויך אין שכל הפשוט,

17אז דאס איז ניט נאר ער טוט אים ניט קיין טובה, במילא איז דאס ניט קיין אויסדרוק פון אהבת ישראל פארקערט ער טוט אים היפך הטובה, ווארום יענעם טייטשט אויס, אז וויבאלד אז מ'קען נאכגעבן א דקדוק קל של דברי סופרים,

18איז פארוואס קען מען זיך ניט דינגען אויף א דקדוק חמור של דברי סופרים, און וויבאלד אז דער וואס רעדט מיט אים איז א מאמין אז תורה אחת היא אז תורה שבעל פה און תורה שבכתב איז איין זאך אז מ'קען נאכגעבן אין א זאך פון דברי סופרים קען מען נאכגעבן אין א זאך וואס דאס איז א פסוק אין תורה שבכתב.

19קומט דערצו ארויס, אז תמורת זה וואס ער וויל פועל זיין קירוג, און וויל פועל זיין אחדות, דורך אהבת ישראל טוט ער אן ענין וואס יענעם שטופט אים אפ פון דעם ”מקור מים חיים” פון ”דברי אלקים חיים” וואס דאס איז די תורה ומצוותי

20וכאמור, מ'דארף האבן די באווארעניש, אפילו בשעת מ'טוט מיט אידן וואס זיי זיינען לשמים איז האבן זיי נאך אויך ניט דערגרייכט צו תכלית פון תורה, דערפאר וואס זי איז ”נעלמה מעין כל חי” וארי' ”שעשועים לפניו” ביי דעם אויבערשטן אליין איז זיי אויך השעשועים, על אחת כמה וכמה אפילו ביי א גדול שבגדולים פון א בן אדם.

21אט דא דארף מען אבער באווארענען אז ער זאל אים ניט דוחה זיין, ניט פארהאלטן, אפילו אויף א 'שעתא חדא', רגעא חדא, וואס יענער קען ווערן נעענטער צו תורה מיט א רגע פאר דעם,

22טאר ער ניט טאן קיין ענין וואס זאל קענען על כל פנים על ידי תלמידים הראים אויסגעטייטשט ווערן אז דאס איז א הסכם, אז אויף א דקדוק קל של דברי סופרים קען מען מוותר זיין,

23ווארום דאס איז אן ענין אז ס'הויבט זיך אן מיט חבלי השב, מיט א קלייניקייט ווי ס'ווייזט זיך אים אויס, קען דערנאך ארויסקומען כאבותת העגלה, ווי ער איז מאריך בארוכה אין ספרי מוסר בזה.

24תורה איז דאך אבער אפגעגעבן געווארן אין אן ענין תורה שבעל פה, דארף דאך דאס זיין אין אן ענין פון ”מאן מלכי רבנן” אז זיי זאלן אין דערויף דן זיין, ו”אחרי רבים להטות” באווארנט מען אויף דערויף אויך, אז אהבת ישראל מיט אהבת התורה גייען צוזאמען מיט אהבת ה.'

25ער קען טענה'ן, פאר אים איז גענוג אהבת התורה.

26וויבאלד ער וועט זיך אנהאלטן אין תורה איז גענוג.

27זאגט מען אויף דערויף, תורה אליין, אז ”שוחד יעוור עיני חכמים ויתלף דברי צדיקים” איז ”תורת אמת” זאגט עדות אויף אים, אז ער איז א חכם און ער איז א צדיק.

28וויבאלד אבער אז ער האט גענומען מיט א צייט פריער שוחד בלייבט ער טאקע א חכם, אבער אין אן אופן פון יעוור עיני חכמים ער האט א חכם און ער האט עיניים,

29אבער די עיניים זיינען די זעלבע זאך ווי ביי אן עיבור, ער איז ניט מבחין צי דאס איז א גרופ פון וועלכע ער קען ארויסגראבן אוונא חפץ ווי גערעדט פריער פון 'ארץ חפץ' אדער דאס איז ווי אין דער היינטיקער סדרה אז בו ”ריק אין בו מים” דארט פעלט דער ענין פון תורה,

30”אין מים אלא תורה” איז אט דעמאלט ווערט דאס אן ענין פון ריק פון תורה, ווערט דערנאך אט דאס ווי די גמרא טייטשט דארטן אפ דעם היפך הדבר ווי געבראכט אין מדרשים.

31וואס דורך דערויף איז ניט נאר ער טוט אים ניט קיין טובה, ניט נאר ער טוט ניט אויף קיין ענין של קירוב הלבבות דאס איז אן ענין וואס ער איז מעכב פון אים, ער האלט אים אפ, על כל פנים אויף ”שעתא חדא” פון ווערן אידישער ווי ער איז געווען מיט א טאג פריער, מיט א רגע פריער.

32און א רגע ביי א אידן קען דאס ווערן אן ענין נצחי.

33א רגע אין וועלט איז מערניט ווי א רגע, איין מינוט, איין שעה, איין טאג.

34בשעת מ'פארבינדט א רגע מיט תורה וואס זי איז נצחית, מיט מצוות וואס זיי זיינען געגעבן געווארן מיט תורה נצחית, וואס דורך דערויף פארבינדט מען א אידן מיטן אויבערשטן,

35וואס ער איז ”אתה הוא ושנותיך לא” יתמל ווי דער רשב אין תשובה אין א תשובה, אז דאס איז מערניט ווי א לשון המושל, ווארום ער איז העכער פון גדר הזמן לגמרי אט אזוי קען א רגע פון א אידן ווערן ניט נאר אן ענין נצחי, נאר העכער פון גדר הזמן לגמרי.

36און ס'איז רעכט, אז דורך אט דעם ענין וואס ער איז משנה א דקדוק קל של דברי סופרים, און זאגט אים יענעם אז תויישר כח אט דאס איז דער ענין און דאס איז דער צו השעה און דאס איז דער קירוב הלבבות איז ניט נאר ער טוט אים ניט קיין טובה,

37נאר ער האלט אים אפ פון אים דעם ענין וואס דאס איז ”יקרה היא מפנינים” ער האלט אים אפ פון האבן א רגע וואס ווערט דערנאך א נצח, און נאך העכער פון גדר הזמן לגמרי.

38וואס דערפאר איז דאס ניט קיין סתירה, לכאורה פרעגט מען די שאלה ממונם שלך וויבאלד אז מ'וויל האבן מהרת ישראל, און מ'זאגט אז דאס איז א כלל אויף ”ואהבת את הוי' אלקיך” ביז וואנענט אז מ'זאגט אז דאס איז איין זאך מיט ”ואהבת את הוי' אלקיך” איז וואס דארף מען אפמעסטן דאס און קוקן אין שולחן ערוך, און אין קיצור שולחן ערוך, און אין די אחרונים,

39און די אחרונים אשר באחרונים זאל ער גיין אן א גבלה און אן מדידה, פארלאזן זיך אויף זיך, פארלאזן זיך אויף דער הבנה אין תורה ווי ביי אים לייגט זיך?

40זאגט מען? ניין! ס'דארף זיין פארבונדן מיט אהבת ה ער דארף לערנען דעם ענין אין תורה, מיט דער הקדמה ווי די גמרא זאגט אין הדרים אין בבא מסיעא ”ברכו בתורה תחילה” פריער, איידער ער לערנט דעם ענין אין תורה זאגט ער ”נתן לנו את תורתו” דאס איז די תורה פון דעם אויבערשטן,

41און דער אויבערשטער האט דאס אים געגעבן אין אן אופן פון נתינה ומתנה, וואס ”הנותן בין יפה נותן” און איז מסיים נותן התורה לשון הוה, ווי ס'שטייט אין ספרים, אז בשעת ער איז קורא ושונה איז הקב".הקורא ושונה כנגדו איצטער זאגט דער אויבערשטער אט די הלכה און לערנט מיט אים צוזאמען אט די סוגיא.

42און אז ער דאנקט פארוואס דער אויבערשטער לערנט מיט אים די סוגיא אט דעמאלט קען מען זיך פארלאזן אז ביי אים וועט זיין די אהבת התורה כדבעי, און אט דעמאלט וועט ביי אים זיין די אהבת ישראל כדבעי.

43וואס דערפאר, איז ניט נאר דאס איז ניט קיין סתירה, נאר דאס גייט צוזאמען אז דאס איז 'כולא חד' ביז אז דאס האט די הסברה אין שכל הפשוט.

44און דאס איז, כאמור, דאס איז ניט א זאך וואס איז נוגע ווי ס'וועט זיין לאחרי מאה ועשרים שנה און ווי ס'וועט זיין אין עולם הבא און אין גן עדן דאס איז נוגע דא בעולם הזה,

45ווארום סוף-כל-סוף קען דאך זיין אז יענער וועט זיך טרעפן מיט איינעם וואס וועט אים זאגן א ענין אין תורה כמו שהוא, אן פשרות און אן פארוואסערונג, און אן אן ענין ”החילוף אין תורה”, אפילו א דקדוק על של דברי סופרים,

46און דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב ופועלים פעולתם וועט ער אנרירן יענעם אין זיין נקודת היהדות, בלשון העולם אין זיין פינקטל ליד, וועט ער אים מהפר זיין ”מן הקצה אל הקצה” אז ניט נאר ער וועט ווערן אויס חוצה ער וועט ווערן 'לפני ולפנים' אינגאנצן ווי ס'דארף צו זיין.

47און אט דעמאלט וועט ער קומען צו אים מיט א טענה, פארוואס האט ער ביי אים מונע געווען א טאג, א וואך, אפילו א שעה, אפילו א רגע אחד, פון ניט דערציילן אים דעם אמת וועגן ”תורת אמת”.

48און דאס איז אן ענין מאובת לאוכל לתקוו א מענטש אויף זיך איז ”אין לך דבר העמיד בפני התשובה” בשעת ער האט אבער אויפגעטאן אין א צווייטן א דבר בלתי רצוי איז דאס בדוגמא ווי בא והלית אין א צווייטן איז געווארן א שינוי וואס וועט ער העלפן אט דאס וואס ער טוט תשובה אז דער צווייטן איז געבליבן אן ענין וואס ער האט אים גורם געווען,

49אן ענין דבר בלתי רצון. ולכאורה איז דאך דאס א שווערע עבודה, אז אהבת ישראל דארף זיין, ווי דער בעל שם טוב און דער אלטער רבי זאגן, אן קיינע מדידות והגבלות,

50וביחד עם זה דארף מען זיך אויסהיטן ניט נאכגעבן אפילו קיין דקדוק אל של דברי סופרים ואדרבא ”רב בקעה מצא וגדר בה גדר” בשעת רב איז געקומען אין בבל, און האט געזען אז ס'איז דא אן ענין אין וועלכן דער דורא פרוץ,

51וואס מ'האט נאכגעגעבן אפילו ענינים וואס ס'שטייט אין תורה-שבכתב, ווי גערעדט אמאל בארוכה, אז דריי מאל ווערט געבראכט דער ענין פון ”רב בקעה מצא וגדר בה גדר”.

52סיי אין אן ענין פון תורה שבכתב, ווי בשר בחליו, סיי אין ענינים פון תורה שבעל-פה, ווי די גדרים בהנוגע צו עירובינס און א מבוי, סיי בנוגע צו ענינים פון אכילה, וואס אין דערויף ווי דאס איז בשר בחליו וואס דאס איז דאך א דורכפאל וואס לא עונר לצדיק כל עביר ווי תוספות טייטשט דאס אן,

53אז דאס איז אן ענין פון אכילה דוקא, און סיי אין אן ענין וואס איז ניט נוגע צו אכילה ווי בנוגע צו עירוב'ן, און עמבוי און השתמשות באילן ווי די גמרא איז אין עירוב וואס אין כל הסוגים זאגט תורת חיים די הוראה בחיים ווי איז דער צוגאנג אז אויב ביי א בקעה מצא,

54אז מ'געפינט אן ענין וואס דער דור איז פרוץ, און ס'איז לכאורה שווער צו פועל זיין מ'זאל אפהיטן בשר בחליו איז ניט דער סדר אז מ'זאל א ביסעלער נאכגעבן וועט מען דערנאך קענען אפהיטן על כל פנים דעם עיקר, נאר דער סדר אז אויב ער איז רב וואס דאס איז דאך א סיפור אין תורה איז אויך א הוראה,

55האט ער עפעס א השפעה דארף ער זיך דערמאנען אז בשעת רב איז געקומען צום ערשטן מאל אין בבל, און האט דערזען אז ס'איז דא אן ”ענין של פרצה” איז ניט ווען דער סדר אויף נאכגעבן א ביסל כדי אפצוהיטן דעם עיקר, נאר אדרבא ”וגדר בה גדר”.

56און די גמרא איז מסיים, דאס איז געווארן דערנאך א דין, ניט דערפאר האט ער חס ושלום אנגעווארן בבל דעמאלט איז בבל געווארן דער מקום תורה עד כדי כך, אז בשעת ס'איז דא א פלוגתא פון בבלי און ירושלמי איז הלכה כבבלי.

57און וואס כאמור, דער ”התורה היא נצחית” וואלט דאס געווען נוגע מערניט ווי אין בבל, אין זמן פון רב, וואלט דאס ניט געווארן קיין חלק פון תורה נצחית, ס'איז דאך דא כמה סיפורים ומוראות וואס ס'האט געטראפן מיט רב'ן,

58און מ'געפינט זיי ניט וועגן זיי ניט אין תורה ניט אין גמרא ניט אין מדרשים וכו אז מ'וועט א קוק טאן די אלע סיפורים וועגן רב איז קען מען זיי איינשטעלן אין עטלעכע עמודים.

59וואס ער האט דאך געלעבט כמה וכמה שנים און איז געווען א ראש-ישיבה מיט א רב מיט א מנהיג מיט אלע-ערליי ענינים וואס האבן ארויסגעמאנט פעולות ביי אים.

60אף על פי כן, בדוגמא ווי מ'זאגט אז ”נבואה שנצריך לדורות נכתב” און דאס וואס מ'דארף ניט האבן לדורות האט מען דאס געזאגט בשעתו, מ'האט דאס אבער ניט פארשריבן ”לדורות הבאים, על” דרך זה איז אויך אין תורה שבעל פה,

61אז וויבאלד אז דאס איז אראפגעקומען אין תורה שבעל פה, הוראה שבעל פה און דערנאך איז דאס געווארן איינגעשריבן מצד מיעוט הדורות וכו וואס דעמאלט האט מען אנגעהויבן און אויסגעשריבן די ענינים פון תורה שבעל פה ווערט דאס א הוראה ”והתורה היא נצחית”.

62וכאמור, דורך וואס מאכט מען בבל המקום תורה אז אין די ענינים וואס בקעה מצא איז דעמאלט איז ”וגדר בה גדר”.

63און מ'דארף רעכענען, וויבאלד אז ”סדנו דערי חד הוא” איז ניט דער פשט אז מ'האט אים גלייך געזאגט אלערליי תהילות ותשבחות פאר ”גדר בה גדר” בטבע בני אדם איז מען דערפון ניט צופרידן.

64אף על פי כן זעט מען אז דערנאך איז ער געווארן אט דער ווי דערציילט אין מדרשים וואס רב איז געווען, ביז ווי געזאגט פריער אז הלכה כבבלי לגבי ירושלמי.

65וואס דאס איז די הוראה אויך בימינו אלו, אז אויב אפילו לכתחילה וועט איימיצער זיין ניט צופרידן, אדער גאנץ בבל וועט זיין ניט צופרידן, וויבאלד אבער אז זיי ”ברכו בתורה תחילה” ער הויבט אן מיט ”נתן לנו את תורתו” ער דארף א קוק טאן ווי דער אויבערשטער וויל,

66און דערנאך לערנט ער אין אזא אופן תורה און באקומט ארויס די פסק דין, וואס דער כללות פון פסק דין והוראה בזה איז, ”ומקרבן לתורה” ניט חס ושלום פארקערט אט דעמאלט קומט דאס אראפ די אהבת ישראל לאמיתתה, ביז אין אן אופן אז אין א וויילע שפעטער וועט ער אים אליין דאנקען פארוואס ער האט אים מוסיף געווען א גדר,

67און האט לכתחילה ווייס ער אז דאס איז א גדר, א חומרה נוספת בא וועמען מאנט מען דאס?

68בא דעם וואס איז דאך ניט וואס אים איז געווען שווער, אן ענין וואס שטייט דריי מאל אין תורה שבכתב, האט ער דאס דורכגעפירט, און האט דורך דערויף געמאכט פון בבל אז דאס איז געווארן דער מקור פון אידישקייט, דער מקור פון תורה שבעל פה, ביז אז דאס איז געווארן א הוראה לכל הדונות.

69און וויבאלד אז ”דרכי' דרכי נועם וכל נשיאותי' שלום” איז דאס גופא א הוכחה, אז דאס איז דער וועג פון נועם און דאס איז דער וועג פון שלום.

70און במילא איז דאס אויך, שלום, איז ניט דער ענין דער בשעת אז יענער האט קיין ברירה ניט מוז ער אים פאלגן, דערנאך ווערט בא זיי ביידן אן ענין של שלום, און וואס שלום איז דאך אויך ווי רש"י ברענגט אראפ בנוגע דער אפטייטש אין שלמים, און ווי מבואר בכמה מקומות בארוכה, אז שלום איז אויך פארבונדן מיט שלימות,

71אז ער איז משלים דעם צווייטן, און דער צווייטער איז משלים אים פונקט ווי דאס איז אין 'לימוד התורה' מיט תלמידי ”יותר מכולם, מאיר עיני שניהם הוי” ווי די גמרא זאגט אין תמורה,

72על דרך זה אויך אז ער איז אים מקרב לתורה, וואס דאס איז צדקה אין אן אופן נעלה, איז נעשה מוכה וניבוא זכין אלף פעמים ככה ווי דער אלטער רבי זאגט אין ”תורה אור” בתחילתו,

73און דאס ווערט דערנאך א בהשלימות נוספת אויך ביי אים, און בשעת א איד ווערט מערער שלום און א צווייטער איד ווערט מערער שלבלין און דאס איז דער מכריע ”את כל העולם כולו” אין דעם צד וקו השלימות, און מ'גייט מקבל זיין פני משיח צדקנו,

74וואס שלום ושלוה יהי' בימיו ווארום ער קומט דאך ארויס מזרע דוד, און ווי דער רמב איז מוסיף אין פירוש המשניות ושלמה, ובקרוב ממש.

75לכחי.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions