Paragraph
Paragraph rh-rv1rrdng
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-xmpdmt2s
- order
- OG
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- איינווירקן ניט נאר אויף די סטעיטס וואס זיי זיינען יונייטעד, נאר אויך איינווירקן אויף די אלע סטעיטס פון דער גאנצער וועלט אין א גוטן אופן, און וואס וויבאלד אז מ'טוט דאס מיט א גוטן תכלית און מיט א גוטן אויסקוק איז סוף-כל-סוף באקומט מען אויך א הילף פון די אלע וואס מ'וויל זיי העלפן, אז זיי זאלן אויך באשטייערן דערצו און טאן את התלוי בהם וואס הענגט אפ אין די וואס באקומען די הילף, אז זיי זאלן מסייע זיין ארויסהעלפן אין דעם און טאן דאס בסבר פנים יפות, באקומט מען דורך דערויף אויך ניט נאר אז די הילף ווערט אנגענומען, נאר די וואס מ'העלפט זיי ארויס ווערן סוף-כל-סוף אויך אקטיוו, און ווערן אויך ניט נאר סופארטער, וואס א צווייטער טוט, נאר זיי ווערן אויך אקטיוו, אלס די וואס זיי דעוועלאפן, וואס זיי אנטוויקלען דעם גאנצן ארום ווי דערמאנט פריער, סיי פון מענטשן און סיי פון דער גאנצער נאטור און סיי פון די אלע לענדער ארום, און זיכער אז דאס ברענגט אויך דערצו, אז וויבאלד אז די אלע זאכן ווערן געטאן לויט די אמת'ע קריטעריאם פון ליכטיקייט, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט שלום איז דאס אויך מאכט דאס ווייטער
- proofread
- 0