עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

109 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1דערויף איז דאך

2בכלל, יעדער התוועדות, א צוזאמענקומען דאך, כולל אויך התוועדות פון יו ט פארבונדן מיט יו ט כסלו, איז דאך לכאורה פארבונדן מיט א מאורע מיט א פאסירונג וואס איז געווען מיט כמה שנים לפני זה,

3וואס אזוי איז דאך דאס בהנוגע צו די התוועדות פארבונדן מיט ענינים וואס זיינען פון זמן האחרון, אדער נאך פריער, אבער נאך אלץ מיט די רבנן,

4ביז אפילו אויך, אז די ענינים וואס זיינען פארבונדן און איינגעשטעלט געווארן אלס א ”מצוה מן התורה”, וואס דאס איז דאך די ענינים פון די ”ג' רגלים לכל” לראש, איז דאך דאס מצוות בתורה,

5זיינען זיי דאך פארבונדן אף על פי וואס זמנם איז אין זמן האביו, און דער זמן הקציר, און זמן האסיר פון ”בכל שנה ושנה”, וואס דאס איז דאך אן עיכוב אין די קביעות זמן הרגלים,

6ביז וואנענט אז צוליב דערויף איז דאך משנה דעם ענין פון איבר חדשים און איבר שנים וכו,' אעפ' כן זיינען זיי דאך נקבע געווארן איבער מאורעות וואס זיינען געווען כמה שנים לפני זה,

7אנהויבנדיק מיט ”זכר ליציאת מצרים”, וואס מ'איז דא מדגיש דעם ווארט זכר אז דאס איז ניט אין דעם טאג ווי יציאת-מצרים בפשטות,

8נאר דאס איז ”זכר ליציאת מצרים” וואס איז געווען מיט א זמן לפני זה, ביז מיט א זמן רב לפני זה, על דרך זה אויך בהנוגע צו חג השבוע זמן מתן תורתנו, איז דאך מתן תורה געווען מערניט בלשון הידוע ווי איין און איינציקן מאל,

9וואס דאס איז בששה בסיון בשנת צאתם ממצרים און אלס המשך לזה, ועל דרך זה אויך ”בסוכות השבתי את בני ישראל” איז מען דאך אויך גלייך מדגיש, אז ווען מ'האט זיי ארויסגענומען פון ארץ מצרים.

10וואס דא איז נאכמער מודגש, אז דאס איז א זכר צום עבר, ווארום בסוכות ”הצאתם מארץ מצרים” איז גאר געווען אין חודש ניסן, און די קביעות פון חג הסוכות איז דוקא אין חודש תשרי.

11ווי די טעמים זאלן אויף דערויף ניט זיין דאס איז דאך אבער טעמים, אבער ניט משנה דעם עצם הענין, אז דער ענין איז געווען אין ניסן בכמה שנים לפני זה, און דערנאך מאכט מען א זכר לזה,

12ביז ווי די הדגשה איז אין חג הסוכות, אז דארט איז דער זכר א חלק פון 'קיום המצוה', וואס דאס איז דאך דערפאר אויך דער אלטער רבי ברענגט אראפ בשולחנו, אויך און אויך אזוי אין טור, און אין בך איז ער דאס מדגיש, אז בא סוכות איז דער זכר לא איז בא סוכות השבתי איז דאס א חלק פון 'קיום המצוה',

13ניט נאר אן ענין פון כוונת המצוה, וואס דאס איז אויך פארבונדן, כאמור, אז דאס איז אלץ מאורעות מן העבר.

14און ס'איז ניט סתם אז מ'זאגט אז מ'פארגעסט דאס, אדער מ'איז מסיאך דעת דערפון, אדער מ'נעמט דאס ניט אין באטראכט, נאר אדרבא-א חלק אין אט די אלע מצוות אפילו ווי דאס איז בהנוגע צו די שלשה רגלים, ועל דרך זה פארשטאנדיק מה די תקןו רבנן כאן דא אורייתא תקון,

15ביז ווי אויך די מועדים וואס אידן האבן קובע געווען און ס'איז געווארן מצד ”מנהג ישראל” איז דאס אויך געווארן א תורה היא על אחת כמה וכמה אז דאס איז א סך מערער ווי ג' פעמים.

16איז מען אין די אלע ענינים מדגיש, אז ס'קומט פסח איז מען מדגיש אז דאס איז אן ענין פון עבר, ועל דרך זה בהנוגע שבועי, מתן תורתנו און חג הסוכות, ועל דרך זה אויך פארשטאנדיק אין די מועדים די רבנן, ביז אין די מועדים, ווי נשיא דורנו האט דאס אנגערופן בשם 'חג החגים',

17האט די מגלה איז געווען, אז דאס ווערט אזוי אנגערופן דער ענין פון י ט' כסלו, און דער ענין ההתוועדות וואס איז דערמיט פארבונדן.

18וואס לכאורה איז דאך דאס א 'דבר והיפוכו', ווי מכל-שכן וקל-חומר מה-דאך, אז אין יעדער ענין אין תורה האט מען א כלל, אז ”המעשה הוא העיקר” על אחת כמה וכמה אין אן ענין כללי,

19עאכו"כ אין אן ענין כללי וואס איז פארבונדן מיט ברוב אים ביז פארבונדן מיט 'כלל ישראל', ווי דאס איז אין די ג' רגלים האמורים, ועל דרך זה אין די כמה וכמה פון די התוועדות אדער מועדים פארבונדן וואס תיקון רבנן אדער מיט ”מנהג ישראל”.

20וואס על דרך זה אויך בהנוגע צו די התוועדות פון יט' כסלו, איז דאך דאס ”מידי שנה בשנה” ווערט דאך דאס מערער נתפשט בכמות, על אחת כמה וכמה אז דאס ווערט מערער נתפשט באיכות, במילא ווערט דאך נאכמערער דער רוב אים און נאכמערער דער ענין וואס דאס איז אן ענין כללי,

21וכו און נוגע צו מעשה איז דאך אין די אלע ענינים נאכמער נוגע דער תכלית כל הענינים, וואס ”לא המדרש עיקר אלא המעשה הוא העיקר”,

22וכמדובר כמה פעמים, ווי די גמרא איז מדגיש אין מנחות, אז דארט וואו ס'שטייט דער דיוק הלשון לא און דערנאך אלא איז באווייזט דאס אויף ההדגשה און אז דאס איז אן ענין פון די עבד וכו על דרך זה אויך אין דעם מאמר פון ”לא המדרש עיקר אלא המעשה הוא העיקר” איז דאך פארשטאנדיק,

23אז דאס וואס מ'פארבינדט דאס מיטן עבר, איז דאס ניט אז דאס זאל ברענגען חס ושלום א חלישות בדבר, אז דאס איז אן ענין בלשון הספרי,

24אן ענין ותגמו ישנה נאר אדרבא אט דאס וואס זי איז א ישנה איז און מ'איז מדגיש דאס אז זי איז א ישנה כדי נאכמער אונטערשטרייכן,

25אז וויבאלד אז מ'זעט אז אן ענין ישן האט אין זיך דעם כח, אז דאס זאל ארויפברענגען מחדש לאחרי כמה וכמה זמן אדער שנים אדער אלפי שנים,

26פונקט ווי ס'איז געווען בפעם הראשונה, די שטורעם מיט די הוצאות במעשה בפועל מזה, ואדרבא דאס ווערט נאך ריבי איז מען אויך מקיים דעם ציווי פון תורה,

27וואס דאס איז דאך ”תורת אמת”, איז אז זי זאגט-אן אויף א זאך, איז דאס א סימן, אז די זאך וואס זי הייסט מקיים-זיין, אדער וועט מקיים-זיין, איז דאס אן ענין אמיתי,

28זאגט תורה אז דאס איז אן ענין כחדשים, און דערנאך שטייט דאך לאחרי זה די נוסחא אויך חדשים אן א כ'ה דמיון, וכמדובר כמה פעמים,

29אז ס'איז ניט אן ענין פון הסתירה צוויי גירסות וואס זיי זיינען סותר נאר תורה דערמאנט און רעדט בן די אלע אופנים אין 'עבודת ה'', אין 'עבודת האדם' לשרת את קונו,

30וואס דאס גייט דאך מן הקל אל הכבוד, ווי דער אויבערשטער האט איינגעשטעלט בעבודת ה', כדי ס'זאל אנקומען לייכטער און שנעלער גלייך קענען אנהויבן אין דעם יוטנו מן הקל אל הכבוד, און וויבאלד אז דער אויבערשטער האט באשאפן דעם מענטשן אין אן אופן אפילו ניט-בני ישראל,

31דאס איז א תכונה אין מן האנושי בכלל, אז א נייע זאך, א דבר וואס איז ניט ישן, איז מעורר התפעלות, משא"כ א דבר ישן.

32אף על פי כן זאגט-אן תורה, אז ס'זאל זיין חדשים האט אויך תורה אנגעוויזן אז כדי דאס דורכפירן וואס שנעלער מאנט מען און מ'גיט כח, אז מ'זאל אויך קענען גיין מן הקל אל הכבוד על הסדר,

33אנהויבנדיק פון דעם ענין כחדשים, און דערנאך ווערט לייכטער און אמת'דיקער און טיפער און ברייטער אז דאס ווערט חדשים, ביז חדשים ממש, אז מ'קען דאס אנטאפן, אז ביי אים איז דאס א 'דבר חדש', ביז אז מ'טאפט דאס אן ממש, ביז מיט חוש המישוש.

34וואס דאס איז דאך דער חוש הכי גשמיות'דיקער, ווי דער רמב"ם איז מבאר אין 'מורה נבוכים', אז דערפאר געפינט מען אין תורה השם פארשידענע ערליי, וואס ”דיברה תורה כלשון בני אדם” אע' פי וואס בא דעם אויבערשטן איז דאס ניט שייך ווי עיני הוי' איז, אזני הוי' וכיוצא בזה,

35אחוץ דעם ענין פון חוש המישוש, וואס דאס איז אויף אזויפיל גשמיות'דיק, אז אפילו ווען ”דיברה תורה כלשון בני אדם” קען זי דערביי ניט נוצן דעם משל פון דעם ענין פון חוש המישוש, און דאס זאגט מען ”שלוחו של אדם כמותו” ממש,

36וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט מקיים-זיין מצוות ה כולל אויך פארבונדן מיט די ימים-טובים און מצוות דרבנן און מצוות פון ”מנהגי ישראל תורה” היא זאגט מען אויך, אז ס'איז דא בכמה מקומות, כאמור לעיל, כך חדשים מערניט ווי כמותו,

37דערנאך אבער ברענגט מען אויך אראפ וואס דאס איז מגלה על כל השאר עניני שליחות אביתית, אז דעמאלט איז דאס כמותו ממש, מיט די הדגשה אז עד כדי כך איז דאס בולט, ביז וואנענט אז מ'קען דאס אנטאפן אויך מיטן חומש הכי גשמי.

38וואס דאס זאגט מען בהנוגע אויך צו די התוועדות כיוצא בזה, בפרט נאך אז דאס קומט דאך אויך ארויס אין ענינים גשמיים, ווי מ'זעט דאס בפשטות, אז ”מצות היום” פון פסח איז פארבונדן מיט אכילת מצה גשמית, און ימים-טובים בכלל,

39”אין שמחה אלא בבשר און אין שמחה אלא ביין”, און די שמחה בכלל דארף דאך זיין פארבונדן מיט א שמחה בגופו, ביז אויך בנשב ובני ביתו,

40כמובא אויך אין פסק-דין אין שולחן-ערוך אין הלכות יום-טוב, ועל דרך זה אויך פארשטאנדיק אין דעם מועדים מדרבנן אדער מצד ”מנהג ישראל”, איז דאך אויך דער ”מנהג ישראל”, אז מ'פארבינדט דאס אויך מיט ”גדולה לגימה שמקרבת”, אף על פי וואס דער ענין איז הכי רוחני,

41און מ'דארף דאך ניט האבן א גרעסערע רוחניות ווי ס'איז דער ענין פון זמן מתן תורתנו, ועד כדי כך, אז בנוגע צו די מצוות ”המיוחדות ליום טוב זה” געפינט מען ניט קיין מצוה גשמית.

42בנוגע לפסח איז דא דער ענין גשמי פון אכילת מצה וכיוצא בזה, מיוחדה צו פסח, בנוגע צו סוכות דער ענין גשמי פון ”בסוכות הושבתי” בהנוגע לשבועות געפינט מען ניט קיין ענין גשמי וואס איז מיוחד ליום טוב זה,

43מערניט ווי די ענינים משותפים לכל הימים טובים, און מערניט ווי די ענינים וואס זיי זיינען העדר און שלילה, אז מ'טאר ניט טאן די מלאכות וואס מ'טאר ניט טאן ביום-טוב וכיוצא בזה, און אויך בזה איז דאך אויך א צד המשותם צווישן שבועות מיט פסח און סוכות.

44און אף על פי כן געפינט מען אין אט די אלע, כאמור לעיל, פארבונדן מיט שמחה איז דארף מען דאך האבן דעם דבר המשמח, ביז ”משמח אלקים ואנשים” וואס דערפאר איז דאך כאמור ”מנהג ישראל” אין דעם אופן אז ס'זאל זיין 'לגימה שמקרבת' ומשמחת, ביז משמחת אלקים ואנשים,

45וואס דאס איז דאך אויך כולל דעם אלקים ואנשים וואס ס'איז דא אין יעדער אידן, די נפש אלקית שבו און דער ”נפש הבהמית והגוף” שלו,

46איז אין ביידע דוקא דארף זיין דער ענין השמחה, איז דאך דערפון כל האמור פארשטאנדיק בפשטות, אז בשעת מ'איז מדגיש נאך אז דאס איז אן ענין וואס איז געווען א זמן לפני זה,

47און דאס איז בדיוק אז ס'איז געווען דוקא אן ענין ישן איז דאס נאכמערער מוסיף, וכדי להוסיף נאכמערער, אין דער הדגשת הענין און אין פעולת הענין, אז וויבאלד אז מ'זעט,

48אז זייענדיק א דבר ישן טוט דאס אויף ”ביתר שאת וביתר עוז”, און נאך מערער ”מידי שנה בשנה” איז א איד וואס ”כל ישראל בחזקת כשרות הן” איז ער מקיים דעם ציווי פון 'להעלות בקודש' אויך

49אין דעם בשנה זו אן עלי' לגבי ווי ביי אים איז געווען דער מעיד בשנה שלפני זה, על אחת כמה וכמה מיט צוויי יאר לפני זה אדער מערער איז דאס נאכמערער מדגיש,

50אז די הפלאות הענין און די גודל הענין און דעם כח וואס ליגט אין דעם טאג און אין דעם מאורע אז דאס איז אלץ מערער מוסיף, און אין אן אופן פון חדש ממש, ובמכל-שכן וקל-וחומר אז בשעת ס'קומט למעשה,

51וואס מעשה הוא העיקר מוז דארטן זיין, אין דעם עיקר, ”ביתר שאת וביתר עוז”, דער גאנצער חידוש מיטן גאנצן שטורעם האמור בענין זה.

52על אחת כמה וכמה אז דאס רעדט זיך וועגן א מאורע וואס איז פארבונדן מיט דער גאולה, וואס דעמאלט האט זיך אנגעהויבן הפצת המעינות חוצה ”ביתר שאת וביתר עוז”, כידוע די שיחה פון דעם רבי'ן נשמתו עדן,

53אז בעיקר, אף על פי וואס אנהויבנדיק פון אריז"ל איז שוין געווארן ”מצוה לגלות זאת החכמה” ניט ווי ס'איז געווען בזמן המשנה, על מעשה מרכבה וכיוצא בזה, מערניט ווי ביחוד, מיט די אלע הגבלות און צמצום אין דעם גילוי,

54איז נוסף אויף מצוה לגלה זאת א חכמה איז דאס געווארן א חיוב ווי דער ר' חיים ויטאל, תלמיד, שלו, איז מאריך בהקדמתו הידועה צו שאר ההקדמות,

55אז דאס איז אן ענין וואס אן דערויף הענגט-אף די גאולה בפשטות פון יעדער אידן און אלע אידן און ”שכינתא בגלותא” איז דאס פארבונדן דוקא מיט הפצת המעיינות חוצה, ווי ער איז דארט מבאר בארוכה, איז ווען דאס האט זיך אנגעהויבן ”ביתר שאת וביתר עוז”, און אין חוצה, ביז אין חוצה כפשוטה,

56וואס דאס איז דאך געווען דער אויפטו פון יט.

57כסלו, אז רב, ווי דער אלטער רבי שרייבט באגרת שלו הידוע, אין צוזאמענהיינג מיט זיין גאולה בי"ט' כסלו, אז דאס איז געווען אין אן אופן, אז עמי הארץ און חזר"ט דאס איבער דריי מאל האבן געזען ווי אזוי ס'איז געווען א דבר נפלא און א דבר ניסי איז דאס נתפרסם געווארן,

58און דאס איז אין אן אופן פון ראי' ממש אויך צו שרי העמים און צו עמי הארץ, על אחת כמה וכמה אז אין דעמאלט איז דאך דורכגעגאנגען כמה דורות,

59ביז שבעה דורות, וואס כל השביעין חביבין איז דאך ”ביתר שאת וביתר עוז” דער פלא שבדבר און דער נס שבדבר, וואס מלשון ”הרים נסי על” ההרים,

60וואס אף על פי וואס בכלל רעכנט מען דאך די שבעה דורות, אנהויבנדיק פון דעם בעל שם טוב, איז דאך אבער ביי אונז, וואס מיר האבן זוכה געווען צו נשיא דורינו, דעם רבי'ן דעם שווער,

61האט מען דאך ”שוין שבעה דורות”, אנהויבנדיק פון דעם אלטן רבי'ן, און דערנאך דארף מען דאס אראפברענגען במעשה הוא העיקר וואס אט דא קומט דאך צו,

62אז דאס ווערט ניט אן ענין של הידור, אז ער וויל איז דאך דעמאלט איז ער מוסיף, און אז ער וויל איז ער מסתפק ווי ס'איז געווען פאראיארן אדער מיט צוויי יארן, נוסף אויף ציווי הכללי פון דעם ענין פון ”להעליות בקודש” אין אלע ענינים טובה וקדושה,

63איז וויבאלד אז מ'איז מדגיש אז דאס איז אן ענין פארבונדן מיט יפוצו און חוצה איז דאך פארשטאנדיק, אז אויב ס'איז מערניט ווי ס'וואלט געווען מיט צוויי יאר צוריק, אדער אפילו מיט פאראיארן איז דאס ניט קיין ענין של הפצה, ס'איז שוין געווען א גאנצער יאר איז ער אין דעם מעמד ומצב.

64איז ווערט דאס הייסט ענין הפצה?

65איז ניט ס'פעלט אין הידור, נאר ס'פעלט אין ניכר הענין פון יפוצו על דרך זה אויך חוצה, אויב פאראיארן האט ער געטאן אין יפוצו המעיינות חוצה במילא איז דאך דער חוצו געווארן אויס ”חוצה, שאין חוצה מחוץ” הימנו,

66ווארום ער האט אין אים שוין אריינגעבראכט די מעיינות, כמדובר הדיוק כמה פעמים, ניט מ'זאגט אז יפוצו די מים פון די מעיינות וכיוצא בזה זאלן אנקומען אין חוצה נאר מ'ברענגט די מעיינות אליין, אין דעם חוצה וואס א מעיין איז דאך פועל, און מטהר במשהו,

67און מטהר דעם דבר הכי חמור, וואס לולי המיין, אפילו א מקוה כשרה מיט אלע הידורים, קען דאס ניט אויפטאן, מ'דארף אנקומען דוקא צו א מעיין, און דא האט ער שוין געטאן פאראיארן, אראפגעבראכט די מעיינות אין דעם חוצה,

68איז דאך פארשטאנדיק, אז דער חוץ איז שוין ניט חוצה, איז אויב ער בלייבט שטיין אין זעלבן מעמד ומצב, איז ניט ס'פעלט אין הידור, נאר ס'פעלט אין דעם עיקר הדבר ער טוט ניט אויף קיין חוצה.

69וואס דאס איז נאכמערער מדגיש די ענינים וואס ווערן פארלאנגט בקשר מיט ט' איסלו ”מידי שנה בשנה”, על אחת כמה וכמה אז ס'קומט-צו אויך אין דעם ברוב אים, וואס בשעת ס'ווערט דאך ניתוסף אין ברוב אים, אז ס'קומט-צו אפילו איין און איינציקער,

70אף על פי וואס פאר דערויף איז אויך געווען א מנין, און אויך געווען עשרה, און אויך געווען מאה און אלו ביז רבבה ווי די אלע חילוקים אין דער משנה דעם ”קא סלקא דעתך” אין די דעות ווי ס'קען זיין חילוקים בהנוגע לברכת המזון,

71וואס אף על פי וואס די הלכה איז דאך אז מעשרה ולמעלה איז ניטא קיין שינויים איז דאך אבער ”אלו ואלו דברי אלקים חיים” איז למעלה איז דא דער שינוי, ובמיוחד אז דאס איז דאך אן ענין פון ברוב אים און ווי מ'זעט דאס אויך פון הלכה בפועל,

72פון דיני פורים בנוגע צו קריאת המגילה, אז ס'איז דא דער ענין פון ”ברוב עם הדרת מלך” אז ס'זאל זיין די קריאת המגילה זאל ער דערפאר לייענען, אף על פי וואס ער ווייס אז ס'איז אן אים אויך דא א ריבוי בבית הכנסת, ריבוי פון לשון רוב, און אויך אפילו ריבוי בפשטות עשרת אלפים.

73איז אויך אין אים דא דער ענין, און דער טעם אויף דערויף איז מצד ”ברוב עם הדרת מלך” אז ס'זאל זיין פרסומי ניסי על ידי קריאת המגילה ברוב אים דארף צוקומען איינער מערער וויפל ס'איז דא בלאו הכי.

74איז על דרך זה דערפון אויך פארשטאנדיק אין אלע ענינים פארבונדן מיט קדושה, וואס ענינם איז דאך אז דורך דערויף זאל זיין הדרת מלך על ידי 'לימוד התורה' און 'קיום המצוות',

75זאל זיין נוסף וואס כל העולם כולו איז ”כל מה שברא הקב"ה בעולמו לא בראו אלא לכבודו” וואס דאס איז דאך דער תוכן הענין פון הדרת מלך, על אחת כמה וכמה ענינים וואס אין זיי שטייט דאס בגלוי ובהדגשה,

76אז דאס איז פארבונדן מיט הדרת מלך, בדוגמא ווי ענין המוזכר, אז דאס רעדט זיך וועגן מעיינות, וואס דער אמת'ער מעיין איז דאך דאס דער אויבערשטער אליין, כלשון הנביא,

77אז דער אויבערשטער איז ”מקור מים חיים” וואס דאס איז דאך דער ענין המעיין, און אראפברענגען דאס ביז אין 'עולם הזה' התחתון שאין תחתון למטה הימנו,

78וואס דאס איז דאך אין חוצו למצב וחוץ ממנו, און וויבאלד אז מ'פארלאנגט דאס ביי א אידן, איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז מ'האט דעם כלל, ”אינו מבקש אלא לפי” כחך גיט מען אים אויך כח נוסף וואס פאראיארן האט ער געטאן ”בכל מאדך בכל” הענינים, כולל אויך אין דעם ענין,

79און וואס ”תורת אמת” האט אויף אים מעיד געווען, אז ער האט דאס געטאן ”בכל לבבך ובכל נפשך” און אויך בכל מודך, מעיד למעלה ממדידה והגבלה.

80איז אף על פי כן, אז ס'קומט א שנה חדשה, און ווי דער בעל הגאולה שרייבט אין אגרת הקודש שלו הידוע, אז ”מידי שנה בשנה” ווערט נמשך אן 'אור חדש',

81וואס איז נאך קיינמאל ניט געווען אזא אור בעולם, אפילו ”בזמן שבית המקדש הי' קיים”, אדער בזמן מתן תורה וכיוצא בזה, איז מידי שנה בשנה ווערט נמשך אן אור עליון וואס איז נאך קיינמאל ניט געווען אזא אור.

82וואס דאס האט דאך אין זיך די ביידע ענינים, כמדובר כמה פעמים, אז מ'זאגט אז דאס איז אן עליון און אז מ'זאגט אויך אז דאס איז א חדש ניט סתם אן עליון ובערך,

83נאר דאס איז אן עליון וואס ער איז א חדש אמיתי, וואס חידוש אמיתי איז ווען דאס איז שלא בערך, ווארום אויב דאס איז בערך איז דאך דאס ניט קיין חידוש אמיתי, א טייל אין דערויף איז דא פון ווי ס'איז געווען בישן,

84און דערנאך איז צוגעקומען נאך א ביסל אדער א סך אבער בכל אוהם ס'איז ניט כולו חדש חדש אמיתי איז בשעת דאס איז כולו חדש דערפאר וואס דאס איז שלא בערך מיטן עבר.

85ווערט דאך אויף דערויף די שאלה, ווי אזוי קען מען פארלאנגען ביי אט די אלע פון וועמען ס'ווערט פארלאנגט פראווען יטס כסלו, ועל דרך זה שאר מועדים?

86אף על פי וואס מ'ווערט דאך צוטיילט, ווי ”תורת אמת” זאגט, פון ”ראשיכם שבטיכם” ביז ”חוטב עציך ושואב מימיך”, וואס דערביי דארף מען דאך האבן די הדגשה בא ביידע ענינים,

87ווי מ'זעט דאס בפשטות, אז בא ”חוטב עציך ושואב מימיך” איז דאס שווערער צו פועל זיין, דערפאר וואס בכלל איז צו ענינים רוחניים, און ענינים וואס זיי זיינען ניט פארבונדן מיט זיינע ד' אמות כפשוטם איז אים שווערער צו האבן אין דערויף א 'הבנה והשגה'.

88לאידך גיסא אבער, איז דוקא מצד דערויף וואס ”ראשיכם שבטיכם” האט פאראיארן געהאט דעם שטורעם פון 'הבנה והשגה' אין דעם ”בכל מאודך” פון פאראיארן איז בא זיי שווערער צו פועל זיין,

89אז זיי זאלן מוסיף זיין בשנה זו און נאכמערער, מוסיף זיין שלא בערך, נאך דעם גאנצן געשמאק, אין 'הבנה והשגה', אין דעם גאנצן שטורעם ווי ביי אים איז דאס געווען פאראיארן.

90יעדערער פון די אלע צען סוגים, ווי דער פסוק רעכנט אויס וואס ווי ער זאגט אין זהר, איז דאס צען סוגים, ניט נייעם ווי ס'איז דא מפרש המקרא וואס טייטשן אפ ”ראשיכם שבטיכם ראשיכם לשבטיכם” בלייבט ניין סוגים, זאגט ער אבער אין זהר אז דא איז אויסגערעכנט געווארן צען סוגים,

91וואס דאס באווייזט דאך אויף שלימות בכלל אויך אויף שלימות פון אידן, וואס שלימות איז דאך פארבונדן מיט מספר עשרה, כמדובר כמה פעמים.

92און אף על פי כן ווערט דאס פארלאנגט, כאמור, פון יעדערן, פון די עשרת סוגים ”מן הקצה אל הקצה”, און מ'זאגט דערביי אויך אז אינו מבקש אלא לפי כוחם איז דער בעסטער תירוץ אויף דערויף איז,

93אז וויבאלד אז דאס איז א ציווי פון דעם אויבערשטן בתורתו, וואס זי ווערט אנגערופן תורת חיים, הוראה בחיים און ”תורת אמת”, א תורה וואס גיט ארויס דעם אמת שבדבר,

94און א תורה וואס זי זאגט אז מ'קען איר מקיים זיין, און נאכמערער מ'דארף איר מקיים זיין, 'בשמחה ובטוב' לבב, איז דאך פארשטאנדיק, אז בא דעם אויבערשטן איז ”מי יאמר לו, מה תעשה” און ”השוה ומשוה קטן וגדול”, עאכו"כ אז ער קען אראפנעמען די חילוקים פון קטן וגדול ביי אידן עצמם,

95וואס דער עצם אידן פון א אידן איז ניט דער קטן וגדור שבו, נאר אט דאס וואס מתבנים ”אתם להוי' אלקיכם”, און ווי דער מגיד, וואס יו' תקסלו וועט דאך אויך זיין יום הילולא, איז מדגיש, 'ובהשגחה פרטית' על ידי תלמידיו וואס זיי האבן געשריבן ספריו,

96האט ער דאך זיי אבער כסיפור חסידים געזען די ספרים ווי זיי זיינען געווען אינגאנצן בשלימות, אדער א טייל בשלימות, אבער ער האט זיי געזען ווי זיי זיינען שוין געשריבן, איז בתחילת פון שני ספרים ספריו הויבט זיך אן, אז יעדער איד איז חקוק במוח ווי א בן איז חקוק במוח האב,

97נאר למעלה ביי דעם אויבערשטן איז פאלט אפ דער חילוק און די הגבלה פון עתיד ועבר, וויבאלד אז דארט איז הכל בשוה, און זיי זיינען חקוק אין דעם אב.

98וכמדובר כמה פעמים, די הדגשה בזה איז דאס האבן זיך געשריבן תלמידיו של המגיד, און ער האט דאס געזען על כל פנים כמה חלקים, עאכו"כ די חלקים עיקריים בספריו האט ער אויך געזען דעם לשון חקוק באב וואס דער ענין פון חקיקה איז דאך, על דרך ווי די לוחות וואס זיי זיינען געווען חקוק אין דעם אבן,

99זאגט מען אויף דערויף, אז דאס איז מיני' ובו וואס דערפאר איז דאך ”מים ושמח שבלוחות בנס” העומדים דערפאר וואס דאס איז חקוק אויף דורך און דורך ו מיני' ובו על דרך זה זאגט מען אין ישראל בקוב ה' איז דאס 'כולא חד' אין אן אופן פון חקיקה,

100און דאס קומט דערנאך אראפ בפועל, און דאס העלפט ארויס אין מעשה בפועל, ואדרבא דוקא אין מעשה, וואס אויף מעשה איז במחשבה תחילה,

101דארט שטייט די כוונה העליונה ווי זי איז במחשבה תחילה שטייט זי בדוקא ובגלוי אין מעשה, און ”אין מעשה גופא” סוף-מעשה, אז דאס נעמט-דורך זיינע פיס דורכן טאנצן, און זיינע הען וואס ער איז מפזז ומחרקר, ווי דער רמב"ם פסק'נט אפ אין חותם פון הלכות לולא,

102אז דאס ווערט פארלאנגט פון יעדער אידן, אז דאס זאל ביי אים זיין ווי ס'איז געווען ביי דוד המלך, ווי ער ברענגט דאס דארט אראפ אין ספרו, וואס דאס איז ”הלכות הלכות”, און וואס דאס איז דאך פארבונדן, כאמור, אין די מעשה באופן כזה דוקא, וביחד עם זה איז דאס אויך כולל, אז דאס איז דוקא מתוך שמחה, ווי דער רמב"ם איז דארט מדגיש און מאריך בזה,

103וואס דערפון ווייס מען, אז מ'האט געגעבן אין דעם טאג לכל אחד ואחת, ווארום דאס איז דאך פון די ענינים וואס ”אין הזמן גרמא”, אף על פי וואס דאס איז פארבונדן לכאורה מיט א זמן מסויים, איז דאך דאס פארבונדן אבער בתכליתה איז, אז דאס זאל ברענגען צו אהבת ה' און יראת ה',

104וואס דאס איז דאך דער ענין פון תורת החסידות, ווי דער אלטער רבי ברענגט אין אגרת הקודש שלו, אז בשעת ס'איז דא דעת אלקי אביך וואס דעמאלט ווערט דער ועבדו ובלב שלום וואס די עבודה איז על ידי האהבה והיראה, וואס אין דערויף זיינען דאך מחוייב אנשים ונשים בשוה ממש,

105און מחוייב בכל יום תמיד און נאכמערער 'בכל רגע' תמיד, ווי כמבואר בארוכה אין דער הקדמה פון ספר החינוך, וואס ווערט דאך געבראכט בכמה מקומות פון גדולי ישראל,

106אף על פי וואס לכאורה איז דאס ניט א ספר פון ”הלכות הלכות” פון א פוסק אף על פי כן ברענגט מען אים אראפ, וכמדובר כמה פעמים, אויך אין דרושי חסידות,

107ביז ווען ס'רעדט זיך פון די ענינים של הלכה, איז דאך א זיכערע זאך אז מ'דארף זיך מחנך זיין, און די אלע ארום זיך מחנך זיין, און ס'איז א זיכערע זאך אז מ'וועט אין דערויף מצליח זיין, און מצליח זיין ווי דער אויבערשטער וויל, און גיט כח אויף דעם, און האט דאס אריינגעשטעלט אין 'הבנה והשגה' פון תורה, ”אין חכמה בינה” דעת,

108ובמיוחד נאך לאחרי אז מ'שטייט אין א זמן זכאי דער יום הגאולה פון דעם וואס מיט דער גאולה האט זיך אנגעהויבן בעיקר די הפצת המעינות חוצה איז א זיכערע זאך אז דאס איז, און דאס גייט בהצלחה רבה,

109און ס'איז אויך א זיכערע זאך אז ס'ווערט מקויים דער יעוד, וואס מלכא משיחא האט אנגעזאגט דעם בעל שם טוב, אז כשיפוצו מעינותיך חוצה אט דעמאלט קומט ער, כאתי מהר, דא מלכא ”משיחא, במהרה בימינו” ממש, ”למטה מעשרה טפחים”, ובעגלא דידן.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions