עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-rr7htt44

kind
paragraph
order
V
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ואשרי חלקם קליקלאך זיינען די עלטערן וואס זיי האבן אויפגעהאדעוועט אזעלכע קינדער וואס זיי האבן דאך אין דערויף גאר א גרויסן איינטייל און א חלק און א זכות, כולל אויך די זיידעס און די באבעס און די קרובים און די קרובות, און אויך די וואס האבן זיי מחנך געווען און געלערנט מיט זיי דעם אויבערשטנ'ס תורה, און געלערנט מיט זיי ווי אזוי מ'דארף מקיים זיין אויבערשטנ'ס מצוות, וואס זיי אלע צוזאמען שטעלן דאך צוזאמען דעם אידישן פאלק, וואס תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב, אז דער אויבערשטער, דורך משה רבינו, האט איבערגעגעבן יעדער אידן און אלע אידן די תורה, און וואס אין תורה האט ער אריינגעשריבן, אז יעדער קינד, ווען ער ווערט א אינגעלער דרייצן יאר אלט, א מיידעלע צוועלף יאר אלץ זיינען זיי מחוייב מן התורה, אין אלע מצוות און אין לערנען תורה במיוחד, ועוד והוא העיקר אויף צו טאן דאס אין א לעבעדיקן אופן און אין א פריילעכן אופן, און אין אן אופן ווי ס'פירט זיך צוזאמען מיט נתינת הצדקה, ווי ס'איז דער מנהג ישראל במיוחד בנוגע צו בני מצוה ובנות מצוה,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions