English
ספרייה
kind
paragraph
order
bC
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
נאך פאר דעם, דאס וואס אידן טוען אויף, אז ס'זאל זיין מלכותו ברצון, איז ווערט דאס דורך קבלו עליהם שתמליכוני עליכם, ווי ער טייטשט אפ אויך אין דעם מאמר, אז דאס איז בדוגמא וואס מ'זאגט, אז ס'איז דאך דא די מציאות העולם בחיצוניות נאך פאר ראש-השנה, דאס וואס ראש-השנה טוט-אויף, טוט דאס אויף דער עיקר אין פנימיות העולמות, ביז פנימיות שבפנימיות, ביז עצמות ומהות, און אט דאס מאכט אויך א שינוי, ביז א שינוי עיקרי, אויך אין חיצוניות העולמות, כמבואר בארוכה אין די דרושים פון כוונת ראש השנה, בענין תקיעת שופר על פי כוונת בעל שם טוב, געדרוקט אין דעם סידור, מיט חסידות פון דעם מיטעלן רבי'ן. ווערט דאס אויך אין אן אופן, כאמור, אז ער הויבט-אן גלייך דעם פירוש, אז דער ענין הכתוב רעדט זיך דאך וועגן האמרת און האמרך האט דאס אין דערויף ג'פירושים, און די אלע ג'פירושים שטייען אין דעם זעלבן ווארט, און דערנאך איז ער אויך מחלק דער פסוק עצמו, אז ס'איז טאקע דער זעלבער היום, אבער דארט גופא איז דא צוויי ענינים, ווי האמרת און דערנאך איז דא דער ענין פון האמרך. און טייטשט דאס אפ, כאמור, אז דאס איז די ג'פירושים, אז היום בראש השנה איז ענינו איז, אז ס'זאל זיין את עבדי האמרת
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים