English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

40 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1ס'איז דאך דער יום הילולא פון דעם מיטעלן רבי'ן וואס הויבט זיך איצטער אן, צוזאמען דערמיט איז דאס אויך דער יום הולדת פון דעם מיטעלן רבי'ן, וואס אט דא זעט מען דאך בגלוי ובפשטות ווי אזוי ס'איז מקויים געווארן אז הקב"ה ”ממלא ימיהם ושנותיהם של צדיקים מיום ליום”, אז ביום שנולד איז אויך געווען דער טאג פון יום הילולא.

2וואס דאס איז קיין סתירה ניט וואס בהרוב הצדיקים, וואס מ'ווייס גינוי דער טאג פון זייער יום הולדת און יום הסתלקות איז ניט אזוי, אף על פי וואס בכמה וואס מ'ווייס ניט דעם טאג פון יום הולדת, איז מען דאך ניט אזוי מפורסם ווי דער יום ההסתלקות,

3וואס דעמאלט איז דאך דער גאנצער ענין מיטן פרסום הכי גורל וכו משא' כן ביום ההולדת, צוזאמען לערנט מען אפ, אז וויבאלד אז מ'ווייס ניט,

4ס'שטעלט ניט אז לחזקה אז מסתמא איז דאס איז אין דעם יום ההסתלקות שלו, וויבאלד אז הקב"ה ”ממלא ימיהם ושנותיהם”, אבער כמדובר, איז רוב הצדיקים וואס מ'ווייס גינויים סיי דעם יום הולדת און סיי דעם יום ההסתלקות איז דאס ניט אזוי, ובפרט בנוגע צו רבותינו נשיאינו,

5וואס פון זיי אלעמען געפינט מען מערניט ווי בנוגע צו דעם מיטעלן רבי'ן, איז דאס קיין סתירה ניט ווי מ'געפינט בא כמה ענינים, על דרך זה אז ס'איז א זאך וואס איז פארבונדן מיט א קביעות בחודש און אויך מיט א קביעות בשבוע וכיוצא בזה,

6איז דא אמאל אז ס'ווערט בתכלית השלימות די התמה אז דאס איז מתאים סיי ביום החודש סיי ביום השבוע, און ס'איז דא אזוינע וואס איז מתאים מערניט ווי אין עיקר היום, ווי דער עיקר איז דער יום בחודש איז דאס מתאים ווי דער יום בחודש, וואס דערמיט איז דאך אויך פארבונדן די קביעות פון די ימים טובים.

7ביז וואנענט אז מ'געפינט, אז אפילו אין די ענינים וואס קען זיין ניט מתאים איז אויך דארטן זאגט מען, אז אויב ס'איז דא א קביעות וואס איז מתאים סיי דער יום בשבוע און סיי דער יום החודש איז דאס דעמאלט א שלימות נוספת, ווי מ'זאגט בנוגע צו שבועות,

8צו ”שבעה שבועות תספר לך”, וועל זיין שבעה שבועות תמימות אז ווען ווערט דאס תמימות בשלימות?

9ער זאגט אין מדרש, איז דאס דעמאלט אז דאס איז מתאים סיי ביום החודש און סיי ביום השבוע, כמדובר כמה פעמים.

10וואס אזוי איז אויך בהנוגע לעניננו, וואס דערפון גופא איז פארשטאנדיק, אז אף על פי וואס ביי אנדערע, אדער ביי רוב, כאמור, איז דאס ניט דער זעלבער טאג, בחודש ובשבוע,

11איז בשעת מ'געפינט ביי איינעם פון זיי אז דאס איז מתאים סיי ביום החודש סיי ביום השבוע איז דאס א שלימות נוספת, נאר דערנאך לערנט מען דערפון אפ על כל שאר הנשיאים,

12אז זיי האבן אויך אין זיך אט דעם ענין, כמדובר בארוכה כמה פעמים, ס'איז דאך אבער אינו דומה ביי אט דעם ביי וועלכן דער ענין שטייט בגלוי, וואס דאס איז כאמור בנוגע צו דעם מיטעלן רבי'ן.

13דערביי האט דאס אויך אין קביעות פון שנה זו וואס דאס איז אן ערב שבת, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז דער נאמען איז ערב שבת אפילו בנוגע צו דעם יום תשיעה בכסלו פון שנה זו האט ער דאך דעם נאמען ערב שבת אז ער האט אין זיך אויך, און דאס איז ביי אים אן ענין חשוב ועיקרי,

14אט דאס וואס ער גרייט צו דעם שבת איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז ”ביתר שאת וביתר עוז”, וואס דאס איז ערב שבת, וכמדובר בארוכה אין די טעג שלפני זה,

15אז מ'זאל אויסנוצן די טעג פון התחלת כסלו והמשכים גאנץ חודש כסלו, אז ס'זאל זיין א חסיד'ישער ”חודש בכל יום” ויום שבו, לכל לראש על ידי 'לימוד התורה' פון די נשיאים,

16על דרך זה בנוגע בענין זה בנוגע צו דעם מיטעלן רבי'ן, וכמדובר בארוכה, האט דאך דאס א שייכות נוספת אז דאס איז דער ערב שבת און גלייך נאך דערויף איז עשירי בכסלו דער ים הגאולה שלו, וואס דאס ווערט דאך דערנאך ”באתער רישא גופא אזיל” אז דאס איז א גאולה פון אלע חסידים ”עד סוף כל הדורות”,

17וכמדובר כמה פעמים אז דאס איז א ענין וואס באווייזט אז דער טאג פון יו' כסבו איז א יום זכאי, איז דאס אויך א יום זכאי נאך איידער ס'איז געווען די מעשה בפועל האט דאס שוין אין זיך א ענין מיוחד,

18וואס דערפאר ווערט דאס א יום זכאי, און דאס איז אויך איינע פון די טעמים וואס מ'האט מזמין געווען די גאולה צו דעם יום וואס ער איז נאך זכאי מצד אויך אנדערע ענינים, כמדובר בארוכה כמה פעמים.

19וואס דאס איז אויך די שייכות מיוחדה צו זאגן די פאר ווערטער כדי נאכאמאל צו מעורר זיין אויף עיקר הענינים, וועגן נאכאמאל מעורר דערמאנען אויף מוסיף זיין אין לימוד תורה בכלל און לימוד 'פנימיות התורה' במיוחד,

20במשך כל חודש זה, וואס דאס איז א חודש פארבונדן מיט שמן כסלו, וואס דאס באווייזט דאך דאס אויף 'פנימיות התורה', וואס דאס איז דאך מתפרנסון מיני' דוקא אין תורת חסידות חב", וכמדובר בארוכה כמה פעמים במשך הימים למאות התחלת החודש.

21וואס על דרך זה בהנוגע בעניננו, וואס המעשה איז דאך הוא העיקר, אויף דערמאנען נאכאמאל, אז די וואס האבן געטאן דאס בלאו הכי איז א זיכערע זאך אז ער וועט ממשיך זיין אויך שפעטער, צוזאמען מיטן קיום פון ”מעלין בקודש” וועלן זיי נאך מוסיף זיין בזה,

22אט די וואס מאיזו סיבה שתהי' האבן זיי דאס ניט געטאן ביז איצטער, אויסנוצן אויף די ענינים די טעג פון ימי כסלו, וועלן זיי דאס איצטער משלים זיין ובאופן המתאים, כמדובר כמה פעמים, ולכל לראש, ”המעשה הוא העיקר”.

23בפרט נאך אז מ'פארבינדט דאס אויך לויט די פסקם הידוע, אז אלע גאולות זיינען 'חד הוא' און זיי האבן פארבונדן איינע מיט די צווייטע,

24איז דאס אויך פארבונדן מיט די גאולה האמיתית והשלימה, ואדרבא ס'ווערט גאר אן עיקר בזה, וואס אין יעדער גאולה דארף מען זיך דערמאנען בהנוגע צו גאולה האמיתית והשלימה, ובפרט בהנוגע צו גאולה פון דעם מיטעלן רבי'ן,

25וואס ער איז דאך מאריך פון דעם פדה ושלום נפשי ווי אזוי דאס איז בעיקר אין די גאולה האמיתית והשלימה דוקא, כמדובר בארוכה בכמה פעמים במשך ימי החודש עד עתה, און מסתמא אויך גערעדט וועגן דערויף, אפקא בקיצור, אין די שנים שלפני זה.

26און דער עיקר בנוגע למעשה בפועל, וואס ”המעשה הוא העיקר”, בנוגע צו 'לימוד התורה' וכל הענינים וואס זיי זיינען ממהר און מזרז אויך דעם מקדים ענין פון גאולה האמיתית והשלימה,

27וואס דאס איז דאך אויך די שייכות מיוחדה צו מאכן איצטער יעדערן פאר א שליח אין דעם ענין פון צדקה, וואס דאס איז דאך מזרזת ומקדימה די גאולה האמיתית והשלימה.

28און וויבאלד אז דאס איז ביום הששי, וואס דאס איז דאך אויך 'בהשגחה פרטית', און מ'דארף דאך לעבן מיט דער צייט אויך דערמיט וואס דאס איז יום הששי, וואס דעמאלט איז דאך דער ענין פון 'לחם משנה',

29וואס איינער דערפאר איז אויך בקשר צו די יום השבת שלאחרי זה, כפשטות והפירוש אין פשוטו דקראי בהנוגע צו 'לחם משנה', בהנוגע בפשטות, וועט מען אויך געבן כפליים לתושי און דאס זאל אויך דערמאנען נאכאמאל וואס די גאולה איז פארבונדן מיטן ענין פון כפליים,

30ווי איר רעדט נאך אויך אז מ'וועט מוסיף זיין נאך מדילי איז מען זיך נאכמער ממהר ומזרז, ווי יש ו”תן לו חכם ויחכם עוד”, ובפרט נאך אז ס'איז דאך פארבונדן מיט 'רחובות הנהר',

31וואס דאס איז דאך ענינים פון דעם מיטעלן רבי'ן, מאכן פון יעדער ענין א התרחבות, עאכו"כ וואס א התחבות אין צדקה איז דאך בפשטות הכי גדולה אויף וויפל דאס איז א ענין עיקרי אין צדקה, אויף להוסיף בצדקה.

32ובפרט ווי דער אלטער רבי איז מאריך אין אגרת התשובה און אין אגרת הקודש, אז בימינו אלו איז די הוספה אין צדקה, ניט שייך אין דערויף דער ענין פון המזבז יותר ממאסר אדער מחומש, וויבאלד אז דאס איז א ענין וואס ”כל אשר לאיש יתן” בנפשטו און דאס איז דאך פארבונדן, כפשטות מ'שטייט דאך אין עקבתא דמשיחא,

33איז דאך פארשטאנדיק, אז איצטער איז די עבודה פון יעדער אידן, אפילו פון דעם חלק הנפש שבו, איז די עבודה פארבונדן מיט די גאולה האמיתית והשלימה, איז במילא יתן בד נפשו בפשטות, אז מ'איז נאכמערער מוסיף אין די נתינת אין צדקה, ווארום דאס איז פארבונדן מיט די גאולה פון ”פדה בשלום נפשי” יתן בד נפשי.

34און ויהי רצון, אז ס'זאל זיין בפשטות, ותוקף ומיד ממש, און מיטן גאנצן שטורעם און מיט די גאנצע שלימות, ווי דאס איז מבואר ובפרטיות אין 'רחובות הנהר' אין דעם דרוש הידוע פון ”פדה בשלום” פון דעם מיטעלן רבי'ן,

35וואס דערפאר האט מען דאך אויך מסיים זיין לאחרי חלוקת הצדקה אויך מיטן סיום מיטן ניגון הידוע פון ”פדה בשלום נפשי”.

36און ויהי רצון, אז נאך פאר דערויף זאל שוין זיין דער ”פדה בשלום נפשי” בפשטות, ו”למטה מעשרה טפחים”, און נשמות בגופים, ותיכף ומיד ממש, און מ'וועט קענען ממשיך זיין און מיטנעמען די צדקה און אפגעבן דאס די עניים וואס מ'וועט טרעפן בדרך פון א מעמני שמיא וואס מ'וועט פליען צוזאמען מיט משיח צדקנו אין

37א צאן הקדושה בגאולה האמיתית והשלימה, אדער אין די מוסדי צדקה פארבונדן דערמיט, אדער אין מפיץ זיין ענינים און מעיינות חוצה, כולל אויך רחובות הנאה די דרושים און די ענינים פארבונדן מיטן מיטעלן רבי'ן, כמדובר כמה פעמים ובארוכה ו”תן לחכם ויחכם עוד”.

38און אויך מדגיש זיין נאכאמאל וועגן דעם ענין פון מסיים זיין מיטן ניגון פון ”פדה בשלום נפשי” אבער אויף ניט מבלבל זיין, און באופן מסודר דוקא לאחרי, ווי מ'וועט פאנאנדערטיילן און מאכן יעדערן פאר א שליח.

39אבער וויבאלד אז ס'זאל זיין דערנאך מתכלית השלימות אויך דער ענין פון דעם ניגון, איז דאך בשעת מ'ווייס דערפון פריער האט מען דאס דערנאך אויך מיט מערער שלימות ווי ס'וואלט געווען אנדע ידיעה לפני זה.

40און ויהי רצון, אז פון דעם רעדן בכל ענינים אלו זאל זיין דער ”פדה בשלום נפשי מקרבה” ליקי וראי' רבים היו עמדי בפשטות למטה מעשרה טפחים, און אין שנת תשמיד ידיך", וואס קומט דאך בהמשך צו שנת תסמח ותשמח און הקהיל בפשטות, למטה מעשרה טפחים און נשמות בגופים, ”ושמחת עולם על ראשם”.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים