עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

19 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1ווי איז דאך ”מסמך גאולה לגאולה”, וואס דערפאר איז אויך כאן הזמן לעזכיר ולהאיר ולעדות, נוסף אויף די מבצעים וואס מ'האט גערעדט פריער, אנהויבנדיק פון הפצת המעינות אין אן אופן פון 'רחובות הנהר',

2כמדובר לעיל מער בארוכה, קאל אויך מסדר זיין אין אן אופן מסודר אז ס'זאל זיין אין אן אופן פון יפוצו די התוועדות פארבונדן מיט י' טס כסלו,

3בפרט נאך וואס בשנה זו איז דאך דאס אין א זמן וואס דאס קומט אויס ביום הששי, במילא איז דאך דא אין דערויף די מעלה פון ערב שבת, און דערנאך די מעלה פון שבת,

4און דערנאך פון מוצאי שבת וכו' וכו וואס מ'קען אין דערויף הפכבה והפכבה געפינען כמה טעמים אויף נאך להוסיף זיין בזה ”ביתר שאת וביתר עוז”,

5כדי ס'זאל אבער זיין אין אן אופן של הצלחה דארף מען האבן אז ס'זאל זיין די הכנות לזה אין אן אופן פון לכל דבר שבקדושה, וואס דוקא דעמאלט דארף מען דאך האבן א הכנה כדרוש, ווי דער דין איז, אז בנוגע צו א סעודת חול איז ניט שייך אויף דערויף דער ענין פון הכנה,

6משא' כן אז סעודת שבת מצד החשיבות שבזה איז דאס אן ענין וואס ס'דארף האבן הכנה, און ס'האט הכנה, און ס'ווערט אנגערופן על פי ”תורת אמת” בשם הכנה, משא' כן הכנה לסעודת חול.

7זאל דאס זיין די הכנה באופן המתאים, במילא וועט דאס נאך מערער מוסיף זיין אין דער הצלחה, וויבאלד אז ס'איז דא דער ”עמדו הכן כולכם”.

8און אויך כמדובר כמה פעמים, אז וויבאלד אז משנה חודש כסלו, וואס בתוכה איז דאך דער ענין פון ימי החנוכה, און ניט סתם בתוכה דאס איז דער סיום וחותם פון חודש כסלו,

9און דאס פארבינדט אים און דאס איז ממשיך זיין השפעה אין דעם חודש שלאחרי זה, כאטש דעמאלט איז אנדערע צירופים וכו,' אויך אין די הכנות צו מבצע חנוכה, צו עניני חנוכה בכל מקום ומקום לפי הענין שלו, אבער ב”כל המקומות, אין” אן אופן פון הולך ומוסיף ואור,

10און ניט הולך ומוסיף איין יאר לגבי א פריערדיקן יאר, נאר הולך ומוסיף ווי בא נרות חנוכה מיום ליום.

11און וויבאלד אז מ'מאנט דאס ביי א אידן איז א זיכערע זאך אז מ'האט אים פריער געגעבן די כחות אויף דעם ער זאל דאס דורכפירן בפועל.

12ניט קוקנדיק וואס ס'איז דאך לכאורה אן עבודה רבה, די אלע ענינים האמורים לעיל, און דאס מאנט מען בא יעדער אידן בפני עצמו, און מ'מאנט אז ער זאל אין זיך מגלה זיין די מעשה אבות ווי ס'איז געווען בא א יעקב'ן און שלום בכל הפרטים וכו כמדובר לעיל האט דאך א איד ניט וואס צו שרעקן ער גייט בתור שלוחו של הקב"ה,

13הכל יכול, און וויבאלד אז ער גייט בתור שלוחו של הקב"ה, און ווי דער אלטער רבי זאגט אין לקוטי תורה ניט סתם שלוחו של אדם, נאר ”שלוחו של אדם, כמותו” און איז מוסיף נאך דער ווארט ממש איז א זיכערע זאך אז ס'וועט זיין בא אים ניט נאר אויסגעפירט ומצאת,

14נאר אויך ס'זאל זיין אין אן אופן של שמחה וטוב לבב וברחבה גדולה.

15און ויהי רצון, כאמור, אז נאך דערויף וועט זיין דער וואס זיכער די אלע וואס זיינען מחוייב אין א ברכה אחרונה און מאכן א ברכה אחרונה איז מען דערנאך פאנאנדערטיילן די צדקה, און מסתמא וועט מען זיכער אזוי אויך טאן, אט די אלע וואס האבן דאס איצטער בשעת מעשה איז ווי מ'רעדט וועגן דעם,

16אדער מ'וועט זיי איבערגעבן לאחרי זה, ”כל אחד ואחד” לפי מקומו וזמנו, אבער בא כל אחד ואחד לפי מקומו וזמנו אין אן אופן פון ”מאדך מאד שלאך” טאקע, אבער אין אן אופן פון מאד למעלה ממדידה והגבלה פון זיין מקום און זיין זמן,

17און אויף דערויף אויך האט מען אים געגעבן כחות ער זאל דאס דורכפירן, און דורכפירן 'בשמחה ובטוב' לבב.

18כאמור, די וואס דארפן מאכן א ברכה אחרונה וועלן זיכער מאכן א ברכה אחרונה.

19בשמחה טובה

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions