פסקה
פסקה rh-rhqsc1hv
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-en1mv8ph
- order
- Z
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אז נוסף אויף דעם ראשון-תיבות פון תהי שנת נס לשון יחיד איז דאך נתפרסם געווארן דוקא ניסים לשון רבים, אז אף על פי וואס דער עיקר איז דאך דער נס העיקרי, דער נס פון גאולה העתידה לבוא תיכף ומיד ממש, דער נס הגאולה האמיתית והשלימה, איז דאס גופא פארבונדן אויך מיט ניסים, ביז ניסי ניסים נעשו לו, ווי אויך דערציילט, אז אף על פי אז ס'איז דאך געווען כימי צאתך מארץ מצרים מעין זה וועט זיין די גאולה העתידה לבוא, וואס אין מצרים איז דאך געווען ניסים לשון רבים, ביז מספר עשר, און דערנאך איז דאך ווי די דרשות וואס מ'זאגט אויך אין דער הגדה פון דער מכילתא, אז דער עשר איז כולל אין זיך, ביז א ריבוי ענינים פון ניסים ובנפלאות לישראל, זיי זיינען דאך כנגד פון די ענינים וואס ס'איז געווען אין צד ההפכי, ביז וואנענט ווי מ'האט אויך געמאכט פון די הפכים, האט מען געמאכט זכיות, ניט נאר כס זכיות, נאר זכיות ממש, וואס דאס איז דאך דער עיקר עבודה פון גלות זה, און דער עיקר גאולה פון גלות זה, אז ס'ווערט ניט נאר מחילה וסליחה וכפרה, נאר ווי גערעדט פריער תשובה
- proofread
- 0