עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-rgb0t7p4

kind
paragraph
order
ZQ
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ער זאל דארטן קענען געפינען זיין פלאץ און זיינע מעגלעכקייטן ווי אזוי צו צוגעבן אין וועלט, אז די וועלט זאל זיין נאכמער אידישער און נאכמער פריילעכער, מיט אן אמת'ע פריילעכקייט, און נאכמער געבענטש בברכותיו של הקב,"ה. און ווי געזאגט פריער, אז אויב הויבט זיך דאס אן פון ושכנתי בתוכם אין יעדער אידישער הארץ, דערנאך ווערט דאס אריינגעפירט אין יעדער אידישער הויז, בעיקר דורך עקרת הבית, אדער דורך די טאכטער וועלכע זי ערציט, אדער די באבע ערציט אויך די אייניקו, אז זיי זאלן זיך גרייטן, אז ס'וועט קומען די צייט אנפירן א הויז מתוך שמחה וטוב לבב, און מיט דער גרעסטער מאס אידישקייט וואס ס'קען זיין, און וואס ס'קען זיין כל זמן די גאולה איז נאך ניט געקומען, איז מען נאך נאך באגרעניצט, ס'פעלט נאך די שמחה וואס ס'וועט זיין בקרוב ממש בבנין בית המקדש השלישי, מקדש אדנ'כוננו ידיך, אבער ביז דעם איז האט יעדער איד, ווי דערמאנט פריער, סיי מאן און סיי א פרוי, און סיי ערוואקסן און סיי קליינע,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions