עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-rf7bcayd

kind
paragraph
order
E
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אן דער ראש השנה פון דעם איין-און-פופציגסטן יאר, וואס דאס איז ווי דערמאנט אויך ס'קומט-צו אן אלץ איז ווערט אויך דער ענין פון ארנו ניסים אדער ווי דער לשון פון פסוק איז ארנו נפלאות אז דער אויבערשטער האט שוין צוגעזאגט, אז ס'וועט זיין א ספעציעלע נפלאות פארבונדן מיט דעם יאר וואס ס'קומט אן, ובפרט נאך אז ס'דארף דאך זיין א הוספה, א צוגאב, נאכמערער ניסים ווי ס'איז געווען אין די שנת החמישים, איז דאך פארשטאנדיק, אז אויב נאך אין שנת החמישים האט מען דאך די האפענונג, און די שטארקע האפענונג, אז זיכער וועט זיין די ליכטיקייט פון די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וועט מען דערנאך אויך האבן דעם המשך פון די הוספה בזה, אז נאך דערויף וועט מען האבן אלץ מערער און מערער ניסים ונפלאות מיט יעדער טאג פון שנת החמישים ואחת. וואס דאס וועט אויך צוגעבן נאכמער ליכטיקייט ווי ס'פירט זיך ביי א מענטשן, אז בשעת ער האט א זיכערקייט אז אין דער נעקסטער צוקונפט, אז אין די נעקסטע וואכן און חודש וועט אים דער אויבערשטער באווייזן אלץ מערער ניסים
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions