English
ספרייה
kind
paragraph
order
9
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אזוי איז אויך די ספעציעלע זאך וואס ס'איז דא אין דעם יאר פון חנוכה, איז אויך די כוונה אין דעם און דער תכלית, אז דאס זאל משפיע זיין ווירקן און מאכן נאכמערער טאן אין די טעג פון די יארן וואס וועלן קומען נאכדעם. אין וואס איז אויסגעטיילט דער יאר פון דעם יאר שלפני זה, פאר אים, און אויך פון דעם יאר וואס נאך אים, איז ווי דערמאנט מערערע מאל, אז דאס איז א שנת פון הקהל. וואס די זאך פון הקהל איז געווען, בשעת דער בית המקדש איז געווען על מכונו, איז אט דעמאלט פלעגט מען זיך אין דעם יאר וואס קומט נאך שנת השמיטה צוזאמענקלייבן זיך האנשים והנשים והטף אין בית המקדש, און דארט האט מען פאר זיי גערעדט און געלערנט די רייד, דעם אויבערשטנ'ס רייד אין תורה, דורך וועלכן זיי זיינען געווארן נאכמערער צוגעבונדן און נאכמערער ליראה את ה וואס דאס איז דאך דער אויפטו פון אן ארמיי, אז זיי שטייען שטענדיק אין א מעמד ומצב פון יראה פאר דעם קאמאנדיר אין תשיב, וואס בא אידן און בא יעדער אידן איז דאך דאס דער אויבערשטער אליין, ווי דער האט ערשט-א געזאגט אויך אין די צוועלף מאמרים ופסוקים, אז עד שם נצב עליו ובוחן און קוקט זיך צו צו עובדו כראוי, אזוי איז אויך געווען במיוחד איין מאל אין זיבן יאר, וואס דאס איז אויך דער ירבות אין דעם יאר, וואס דאס איז יאר וואס נאך שמיטא איז דאס א שנת הקהל, וואס ווי אלע זאכן פון בית המקדש, על דרך ווי מ'געפינט דאס בא קרבנות פון בית המקדש איז תפילות במקום קרבנות תקנום האט מען ערשט געדאווענט מנחה, און דאס דערמאנט אז דעם תמיד של בין הארבעים,
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים