עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

109 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1מ'האט דערמאנט פריער, אז פון די ענינים וואס נתחדשו בשנה זו פון דעם בעל יום ההולדת, לגבי שנה שעברה, אז ס'איז געווארן אנשטאט דעם מזמור תהלים המתאים, איז אנשטאט פון קכד איז געווארן קכה און ווי גערעדט פאראיארן בנוגע צו קכד

2ווי שוין אפגעדרוקט, דערנאך אין קכה רעדט זיך גאר וועגן אנדערע ענינים, וואס דארף מען האבן א ביאור פשוט אין דרך הפשט.

3ס'הויבט זיך אן מיט ”שיר המעלות הבוטחים בהוי' כהר ציון על ימוט” און דערנאך זאגט ער ”ירושלים הרים סביב לה” איז אזוי דער אויבערשטער,

4'את עמו' אויך אין אן אופן פון עד עולם.

5וואס אט דא איז אינגאנצן ניט פארשטאנדיק.

6דער פירוש הפשוט אין דערויף איז, אז פונקט אזוי ווי ”הר ציון” איז לא ימוט אזוי איז הבוטחים בהוי דארף זיין זייער בטחון אין אן אופן פון לא ימוט.

7וואס אט דא איז ניט פארשטאנדיק, איז דאך וואס איז דא פארבונדן דוקא מיט ”הר ציון”?

8ס'איז ”והארץ לעולם עומדת” און ס'איז דא כמה וכמה, סיי הרים סיי גבעות און סיי ארץ המישור, וואס ס'שטייט בל תמוט, ס'רירט זיך ניט פון ארט, 'כללות ענין' הדומם איז בל ימוט, על אחת כמה וכמה א דומם וואס דאס איז אין אן אופן בשינוי פון דעם מישור,

9און איז דאך ווי מ'זעט בפשטות, כדי פון דעם שינוי משנה-זיין דארף מען האבן א השתדלות מיוחדה, על אחת כמה וכמה אויב דאס איז נאך א הר וואס איז העכער פון א גבעה, און דא איז ער מדייק ”כהר ציון לא ימוט”.

10נאך א גרעסערע קשיא וואס איז אינגאנצן ניט פארשטאנדיק, אז מ'וויל זאגן, אז דער אויבערשטער איז מגין אויף אידן, איז מיט וואס דארף מען דאס אנהויבן?

11אזוי ווי ”ירושלים הרים סביב לה” איז אזוי הוי' יסוב אויף עמו ישראל אויך אין אן אופן פון עד עולם.

12וואס דארף מען דא האבן די דוגמא אזוי ווי ”ירושלים הרים סביב לה” איז אט אזוי וועט דער אויבערשטער מגין-זיין אויף אידן, און וואס איז דאס מוסיף ווען מ'וואלט געזאגט בסתם אז דער אויבערשטער איז מגין אויף אידן עד אלן?

13תמיד, און וואו איז דא די שייכות און דער קשר מיטן ענין האמור.

14איז דאך מבואר אין כמה דרושים פון דעם בעל יום ההולדת, מיוסד אויך אין לקוטי תורה וכיוצא בזה, וואו ס'רעדט זיך וועגן דעם ענין פון ציון אז ציון איז דאס מלשון סימן, וואס דאס איז א סימן פארבונדן מיט פנימיות,

15ווי גערעדט אמאל בארוכה, דער ענין אין הלכה, אז ס'איז ניט א סימן מערניט ווי א סימן וואס איז מברר, נאר ס'איז א סימן וואס ער איז עושה ער טוט-אויף די זאך, וואס דאס איז דער ענין אין 'עבודת האדם',

16אין נפש האדם, איז דער חלק הנשמה שבו וואס ווערט אנגערופן בשם ציון וואס על שם זה ווערט אנגערופן דער איד אינגאנצן על ”שם ציון ולאמר לציון עמי אתה” און ביז וואנענט אז די אלע אידן צוזאמען ווערן אנגערופן עם ישראל בשם ציון איז דאס דער פנימיות הנפש, דער פנימיות פון ירושלים.

17וואס ירושלים לגבי ציון ווי דאס איז בפשטות איז דאך ציון די פנימיות פון ירושלים.

18און אט דאס זאגט מען, ”הבוטחים בהוי' כהר ציון לא ימוט” אז דאס איז פארבונדן ווען איז דאס אן אמת'ער בטחון בהוי ווען דאס איז בדוגמא ווי 'הר ציון',

19וואס ”הר ציון” אין דעם מענטשן גופא, אין דעם אידן גופא, איז דאס זיין פנימיות הנשמה, אבער ווי זיין פנימיות הנשמה שטייט אין אן אופן פון א הר בגלוי, וואס דאס איז דאך דער ענין פון הר ער איז נאכמער בגלוי ווי מישור על אחת כמה וכמה ווי א זאך וואס איז באהאלטן בביקוי.

20און דא זאגט מען, אז דער שיר המעלות וואס דאס באווייזט דאך אויף אן עלי און אין אן אופן פון שיר וואס שיר איז דאך אויך בעלי השיר איז עולם בשיר, יוצאים בשיר ונכנסים בשיר, וכמבואר ענינים פון שיר איז דאס שיר המעלות בהבוטחים בהוי,"'

21אין אן אופן פון 'הר ציון' וואס דעמאלט איז דאס לא ימוט וויבאלד אז ביי אים איז דאס פארבונדן אזוי איז זיין פנימיות הנפש, וואס דארט איז ניט שייך, ווי ער זאגט אין לקוטי תורה, דער ענין פון שבי על

22אחת כמה וכמה אז דאס שטייט אין אן אופן פון הר אין אן אופן פון גילוי-אט דעמאלט איז דאס א זיכערע זאך, אז דאס ווערט אן ענין פון לא ימוט דאס איז א דבר תמידי ביי אים, און דאס פועל"ט ביי אים וואס דאס איז מושל ושולט, בדוגמא פון א הר וואס ער איז למעלה וגבוה און מושל ושולט על השטח שסביוו.

23דערנאך זאגט ער נאך אן ענין, אז ס'איז דא ווי אזוי דער ענין פון ”ירושלים הרים סביב לה” וואס סביב לה איז דאס ניט 'הר ציון', ”הר ציון” איז געווען אין ירושלים, און ירושלים לגבי ציון א ענין פון ”חיצוניות לגבי פנימיות”, ווי ער איז מבאר אין לקוטי תורה אין דברים בתחילתו.

24זעט מען אבער, אז ירושלים דארף אנקומען צו הגנה, און וואס איז די הגנה?

25אין אן אופן וואס ”הרים סביב לה” דער אויבערשטער האט געמאכט אין אזא אופן, אז אז אום ירושלים זאל זיין הרים וואס די הרים האבן ניט די קדושת ירושלים, ווארום זיי זיינען סביב לה במילא זיינען זיי ניט מוקפות חומה מיט דעם גאנצן שטורעם און די קדושה וואס ירושלים האט,

26און אף על פי כן איז די ”הרים סביב לה” זיי זיינען מגין על ירושלים.

27פארוואס איז דאס און מיט וואס האבן זיי דעם כח, אז זיי זאלן קענען מגין זיין על ירושלים?

28איז דאך דאס ווי דער ענין איז בפשטות, וואס דאס ווערט נשתלשל ווי די ענינים זיינען בפנימיות.

29דער ענין בפשטות, פארוואס די ”הרים סביב לה” האבן מגין געווען אויף ירושלים בשעת דער אויב, ווי די מפר שי תהלים זיינען מפרש, דער אויב האט ניט געקענט אריינגיין אין ירושלים דערפאר וואס די הרים זיינען געשטאנען באמצע און האבן ניט צוגעלאזט.

30וואלט דאס געווען א מישור, וואלט זי געקענט גיין גלייך, אז ס'איז געווען צווישן א הר האט מען געדארפט קלעטערן אויפן בארג, און דערנאך קלעטערן פון דעם בארג, וואס אט דעמאלט קען מען מעכב-זיין את האויב, ווי דער ענין איז בפשטות.

31וואס דער בארג, כאמור, איז דער דין זיינער, אז ער האט ניט קדושת ירושלים.

32וואס איז דא דער ביאור בזה על פי חסידות, ווי אזוי קען דאס זיין?

33איז דאך חסידות מבאר ווי ס'איז געווען אין ירושלים גופא די מעלה אז זי איז געווען מוקפות חומה, וואס חומה איז דוקא מאבנים, און קדושת ירושלים איז פארבונדן דערפאר וואס דאס איז די שטאט אין וועלכע דער אויבערשטער האט אריינגעשטעלט די בית הבחירה דעם בית המקדש,

34משא' כמשכן איז געווען במדבר, און געווען אין אזויפיל און אזויפיל מסעות, מ'ב'מקומות, פארשידענע מקומות, און דערנאך אויך אין נוב און אין גבעון און אין שילה און אין גלגל וכו מיט אלע טלטולים שבדבר, ואתהלך באוהל.

35דערנאך איז געווען באתם ”אל המנוחה ואל הנחלה” וואס שלימות בזה איז דאך דער ענין פון ירושלים, וואס די מעלה פון ירושלים איז דאך פארבונדן מיט קדושת בית המקדש,

36כמובן פון דעם רמב"ם בתחילה פון הלכות בית הבחירה, פרק ראשון, כמדובר כמה פעמים, און ווי ער ברענגט דארט אויך אראפ ווי אזוי דאס איז פארבונדן מיט 'הר המורי' וואס דארט איז געווען נבנה בית המקדש.

37וואס כאמור, איז דער בית-המקדש געווען דוקא פון אבנים, משא' כן דער משכן איז געווען פון צומח, און פון צמר וכיוצא בזה, וואס דאס איז פארבונדן מיט חי.

38איז דאך חסידות מבאר, ובארוכה, אז דוקא מצד דערויף וואס דאס איז דומם, וואס דאס איז ”למטה מטה יותר” האט דאס אין זיך אט דעם כח און די 'ניצוצי קדושה' וואס געפינען זיך דארט בתוכם, וואס זיי זיינען העכער נאך פון די 'ניצוצי קדושה' וואס געפינען זיך אין דעם ענין וואס ער איז ”מוקף חומה” של אבנים.

39ועל דרך זה די מעלה פון מקדש לגבי משכן, אף על פי וואס משכן איז געווען פון צמר און עצי ”קרשים עומדים” פון צומח,

40משא' כמקדש האט געדארפט דוקא זיין פון אבנים, און אויב ניט אבנים איז על כל פנים לבנים, וואס דאס דארף אויך זיין דוקא אין אן אופן פון דומם, איז דוקא מצד דערויף וואס דאס איז דומם, וואס דומם איז למטה מצומח, איז זייענדיק אין בית המקדש ווערט ביי אים נתגלה, די 'ניצוצי קדושה', דער כח הקדושה וואס איז דא אין דעם דומם?

41בשעת ער שטייט אין אן אופן פון הר וגילוי אט דעמאלט איז בכחו להגן אויף ירושלים, ועל דרך זה דארטן גופא די חומת ירושלים איז בכחו להגן על ”כל הנמצא בירושלים”,

42כולל אויך דעם הר הבית מיטן מקדש על הר הבית, ועל דרך זה אויך אין מקדש גופא איז דאך געווען כמה חומות, דער חיל וחומה און דערנאך אויך די כתלים פון דעם בית המקדש עצמו, און דערנאך איז געווען אט דאס וואס איז געווען בתוכם ובפנימיותם,

43און דוקא מצד דערויף וואס זיי זיינען געווען ”לא תטעה לך אשרה כל עץ אצל מזבח הוי' אלקיך” דוקא פון אבנים און דומם, אפילו אז מ'האט גענומען עץ האט מען אים געדארפט צודעקן אז דער עץ זאל זיך ניט אנזען קיין עץ בולט, אז ס'זאל זיך אנזען מערניט ווי דער ענין הדומם, כמבואר בארוכה אין די הלכות בית הבחירה.

44ועפ"ז אויך מובן בנוגע צו עבודת השם, ”עבודת האדם לקונו”, אז ס'איז דא די ”עבודת האדם לקונו” ווי זי קומט מצד דעם ענין ה צומח שבו, אדער מצד דעם ענין ה חי שבו, אדער נאך העכער מצד דעם ענין ה מדבר שבו,

45דערנאך איז דא די 'עבודת האדם' ווי אזוי זי קומט מצד דעם ענין הדומם שבו, וואס דער ענין הדומם שבו איז דאך למטה מכל עבודות אלו וואס דערפאר איז דאך אין עבודת התפילה, ”הליכה ממטה למעלה” כשיעור משנתו אז ער כאפט זיך אויף פון שלאף,

46הויבט ער דאך אן גיין ממטה למעלה הויבט ער אן מיט אן עבודה פון ”דומה מודה אני לפניך” אן שכל, אן מדות, אן הבנה והסברה וכו און דערנאך גייט ער ממטה למעלה,

47דורך די אלע ד' שלבים די אלע דרגות און שלבים פון עבודת התפילה, און פארענדיקט אויך מיט ”כעבדא קמי מרי” וואס דער דינר איז דאך אין שולחן-ערוך אז ס'טאר ניט זיין קיין ענין של הזזה און קיין קפיצה והליכה, נאר עבודת התפילה דארף זיין דוקא אין אן אופן של ”עמידה, אין עמידה אלא תפילה”.

48וואס דאס איז אויך דומם, אדער ווי אין דומם שטייט בגלוי, אז מ'זעט אין אלע זיינע ענינים, אז ער שטייט ”כעבדא קמי מרי” ניט קיין מציאות פאר-זיך.

49וואס דערפאר איז דאס מגין אפילו ווי דאס איז אין מדריגה תחתונה, דער מודה אני איז דאס איז די התחלה, ועל דרך ווי געזאגט פריער ”ירושלים הרים סביב לה” איז אזוי איז אויך איז דער אויבערשטער סובב ומגין על ישראל.

50און נאכמער דער דמיון ושיבוי בזה, וואס אין דעם משל זיינען אידן פארבונדן מיט ירושלים, דאס הייסט, אז אפילו ווען ציון שבישראל שטייט אין אן אופן אז דאס איז בפנימיות און זעט זיך ניט אן בגלוי, מערניט ווי עס זעט זיך אן ירושלים איז אט דעמאלט איז ירושלים האט אויך דער ”הרים סביב לה”,

51און נאך מערער דאס ברענגט פון דעם משל ווערט דערנאך אויך נתגלה, אז דער אויבערשטער איז מגין אויף אידן אין אן אופן פון לא ימוט ווארום ביי אידן גופא,

52איז דער ענין וואס ער איז עובד עבודתו מצד 'קבלת עול' 'מלכות שמים' איז דאס ניט נאר אן ענין של הכנה והתחלה, כמאמר המשנה אז תחילה יקבל עליו עול 'מלכות שמים' און ערשט דערנאך איז ער מקבל עול מצוות און מקיים מצוות,

53איז דערנאך איז אויך דער 'תכלית השלימות' כלשון הכתוב ויצווינו הוי' אלקינו ”לעשות את כל התורה הזאת” כדי מ'זאל צוקומען ”ליראה את הוי' אלקינו” און ווי די גמרא זאגט אין שבת,

54אז ס'איז דא צוויי ענינים פון יראה, ווי יראה איז דאס ”תרעא לדרתא” מערניט ווי ”זה השער להוי” און דערנאך איז דא ווי תורה ווערט א טהרה לדתא און לדתא הן יראת הוי' הן 'לשון יחיד',

55ווי די גמרא זאגט דארטן און מבואר בארוכה בכמה מקומות, אז דאס איז דער חילוק פון ”יראה תתאה ויראה עילאה”.

56וביחד עם זה איז האבן ווי דאס גופא וואס אלע יראות האבן דעם זעלבן נאמען, יראה אט דאס גופא איז א הוכחה, אז אין איזה דרגא שביראה וואס זאל זיין האט זי אין זיך פון די דרגא הכי נעלה שביראה, וואס דערפאר קען זי זיין ”הרים סביב לה” ארום ירושלים און ארום ”הר ציון”, און מ'זאגט אויף דערוף די דוגמא, אז אזוי איז אויך דער אויבערשטער איז מגין,

57אויף די ענינים וואס זיי געפינען זיך בדוגמא ווי ירושלים געפינט זיך צווישן די הרים.

58וואס דאס איז דאך אויך דער אויפטו און די הדגשה און דער ביאור בארוכה בכמה מקומות, אנהויבנדיק פון קונטרס התפילה און קונטרס העבודה פון דעם בעל יום ההולדת, אז טאקע ”תלמוד תורה כנגד כולם”,

59און טאקע איז אן ענין אז ער איז יוצא בזה בשעת ער דאוונט אפ באיזה אופן שיהי' בבית הכנסת, און דערנאך גייט ער און זעצט זיך לערנען בבית המדרש ס'דארף אבער זיין דער ענין אין אן אופן, אז בשעת לימודו דארף זיין ניכר, אז דאס איז אן ענין פון ”ירושלים הרים סביב לה” אז ער איז אזא וואס ער האט געדאוונט,

60במילא איז ביי אים די תפילה צוזאמען מיטן 'לימוד התורה' אין אן אופן פון וזאת התורה, ווי ער איז מבאר בארוכה אין די קונטרסים האמורים.

61ובפשטות, אז ס'מוז זיין על ידי הקדמת עבודת התפילה, און ניט די הקדמת עבודת התפילה און ס'ענדיקט זיך די הקדמה און דערנאך הויבט זיך אן דער 'לימוד התורה' און די הקדמה בלייבט בפני עצמה, נאר ס'דארף זיין אין אן אופן פון יחודא,

62און פון ”יחודא תתאה” קומט מען אין יחודא עילאה.

63וואס דאס איז דאך אויך בפשטות דער ענין הבטחון, כמבואר אין הלכה, אז דער ענין הבטחון איז ניט אז ער טראכט בא זיך אז ”גם זו לטובה”, במילא איז ער בוטח, אז ווי דער אויבערשטער וועט אים פירן וועט דאס זיין גוט.

64דאס איז א באזונדער אופן אין עבודה פון ”גם זו לטובה”, בטחון על פי הלכה איז, אז ער איז בוטח בהוי אז דער אויבערשטער וועט ממלא-זיין כל צרכיו.

65אויב חס ושלום דערנאך פעלט אים עפעס דארף ער דערנאך זאגן גמזו לטובה על פי ציווי תורת הענגן און תורת האמת, אבער דאס איז ניט די עבודה פון בטחון.

66עבודה פון בטחון, כאמור, על פי הלכה איז, וכמבואר בכמה מקומות, סיי אין ספרי הלכה סיי אין ספרי מוסר, סיי אין תורת הבעל שם טוב, בידוע מיט כל הפרטים שבדבר, וואס די נקודה בזה איז, אז עבודת הבטחון איז אז ער איז בוטח בפשטות אז דער אויבערשטער וועט אים ממלא-זיין כל צרכיו.

67ובפשטות, ניט אין עולמות הרוחניים.

68און ווי אזוי איז דאס ביי אים בבל תמוט?

69ער געפינט זיך דאך אין אן עולם השינויים, און ער געדענקט וואס ס'האט געטראפן נעכטן אדער אייער-נעכטן, אז ס'איז געווען א רגע וואס ביי אים האט עפעס געפעלט אויך, ביי אים איז אבער א בטחון, לא ימוט, און ס'איז פארבונדן מיט פנימיות נפשו ניט שייך זאגן דארט אן ענין של שבי' וכיוצא בזה, דאס שטייט ביי אים אלעמאל בשלימות.

70על דרך זה אויך 'בלימוד התורה', וואס אין 'לימוד התורה' זאגט מען דאך, אז ס'מוז זיין דוקא יגעת ער וועט זיך זעצן לערנען און וועט לערנען מיט א הנחה וואס דאס איז א הנחה אמיתית,

71אז ”נתן לנו את תורתו” במילא איז א זיכערע זאך, אז אלץ וואס שטייט אין דעם ענין וואס ער גייט לערנען און לערנט איז דאס אן אמת לאמיתתו, במילא, וואס האט ער דא וואס צו הארעווען, און ס'ווערט ביי אים א שאלה און א קשיא און ער פארשטייט ניט אן ענין אין דעם דבר שלומד,

72וואס האט ער בא וואס צו הארעווען?! ס'איז א זיכערע זאך, אז ”ריק הוא מכם” דער חסרון איז אין אים, און ס'איז א זיכערע זאך, אז דאס איז אמת לאמיתו, דארף ער ניט הארעווען?!

73וואס וועט ער דא אויפטאן?! זאגט מען, ניין!

74תורה פארלאנגט פון אים, אז ס'זאל זיין יגעת ער זאל הארעווען ביז וואנענט דאס וועט זיך לייגן אין זיין שכל, וואס דאס איז דער שכל פארבונדן מיט שכלו האנושי ביז פארבונדן מיט זיין שכל פון 'נפש הבהמית',

75און דער ענין וועלכן ער לערנט דארף זיך דאס אפלייגן ביי אים אין שכלו פון 'נפש הבהמית'.

76וואס דאס איז דאך אויך דער ביאור, וכמדובר כמה פעמים בארוכה, אויף א דבר תמוה, וואס ער זאגט אין זהר, און ווערט אראפגעבראכט אין הקדמה פון תניא, אז ”בית שמאי איז בית שמאי מחמירין” און בית שמאי

77מקילין דערפאר וואס בית שמאי איז געווען שרשו מגבורה ודין און בית שמאי איז געווען שרשו פון חסד, און ווי ער זאגט דאס נאך אין זהר, נאך מיט נאכמער בי אור, מיט נאכמער אריכות.

78פרעגט מען דאך אויף דערויף די שאלה ווי אזוי קען בית שמאי פסק'ענען א דין דערפאר וואס שרשו איז פון מדת הדין למעלה בשעת דער דין איז אז ”לא בשמים היא”.

79ועל דרך זה בנוגע צו בית-הלל.

80ווי אזוי קען בית-הלל מקיל-זיין דערפאר וואס זיין נשמה איז פון ספירת החסד, פון קו החסד בשעת דער ענין איז ”לא בשמים היא”?

81איז דער תירוץ, אז ס'איז ביידע זאכן.

82ער איז געווען מצד החסד, בשעת ס'איז אבער געקומען צו פסק'ענען א דין, האט ער געהארעוועט אין דעם דין עד כדי כך, ביז וואנענט ס'האט זיך ביי אים געלייגט בשכל, בשכלו פון זיין נפש, ווי דער נפש איז מלובש בגוף, האט זיך דאס געלייגט אין זיין שכל, אז אזוי דארף זיין דער דין.

83און דערפאר האט ער גע'פסק'נט דעם דין.

84כל זמן ס'איז געווען מערניט וואס ער האט געזען בשורש נשמתו איז דאס ניט שייך צו דעם ענין פון פסק-דין דא למטה, ווארום תורה ”לא בשמים היא”.

85און מ'דארף האבן דער 'דרכי הוי' ווי ער איז מבאר בארוכה אין ביאורי זהר אין וישלח, ”כי ישרים דרכי הוי” וואס דארטן רעדט זיך אויך וועגן אט די ענינים, אז מ'דארף ממשיך זיין אין דעם 'דרך הוי' ווי דאס איז פון עיר המלוכה,

86ווי דאס איז בשרשו למעלה דארף ער דאס ממשיך זיין ביז דאס וועט אראפקומען ביז אין קצה המדינה, און דארטן דארף זיך דאס אנטאן אין אזא אופן אז דאס זאל מתאים-זיין צו אתית לקרתא אזל בנימוסא צו דעם שכל וואס געפינט זיך דארטן, ווי די נשמה געפינט זיך בגופו.

87וויבאלד אבער אז ער גייט אין א דרך, און די דרך איז א דרך ארוכה ווי ער איז מבאר אין ביאורי זהר, און ווי מ'איז דאס מבאר אויך און מובן אויך בפשטות, אז ממשיך זיין פון דעם שורש נשמתו ווי זי איז למעלה, ביז דאס זאל אראפקומען אין דעם 'שכל אנושי' שלו, ביז אז דאס זאל זיך אפלייגן אין שכל פון 'נפש הבהמית' שלו איז דאס א דרך ארוכה.

88איז בשעת מ'געפינט זיך אין א דרך איז ”כל הדרכים בחזקת” וואס קען פאסירן ענינים בלתי-רצויים, וואס אויף דערויף דארף מען האבן דעם ענין פון הקדמת עבודת התפילה, און די עבודת התפילה זאל זיין אין אזא אופן, ווי ער איז מבאר אין די קונטרסים, אז דאס שטייט אין אן אופן פון יחוד מיט דעם לימוד,

89אז אף על פי וואס בשעת ער לערנט ליגט ער אין דער סברא און אין שכל שבדבר, און קאכט זיך אין סברות און שכל שבדבר, ביז אין אן אופן וואס דאס ווערט אנגערופן על פי ”תורת אמת” בלשון יגיעה, ביז יגיעת הגוף, און ווי דערמאנט בהנוגע אז דער ארידאל האט זיך מתייגע געווען בלימודו, ביז וואנענט אז ס'האט געגאסן זיער,

90כמדובר בארוכה, געבראכט אויך פון לקוטי תורה להאריזל, איז דאך דערפאר דארף מען האבן אז ס'זאל זיין אין אן אופן פון יחוד, אז אמת טאקע, בגלוי און אין כוחות החיצונים שלו, און אויך כוחות השכל שלו,

91וואס דאס איז שוין כוחות פנימיים לגבי כח השכל וכיוצא בזה קאכסט זיך אין דעם שכל שבדבר, ער איז אבער בשעת מעשה דורכגענומען מיט דעם ענין פון ”הוי' עמו” מיטן ענין פון יראת הוי און אט דעמאלט איז ער מכוין להלכה,

92ער זאל פסק'ענען ווי די הלכה דארף זיין, ובלשון הגמרא, ווען איז הלכה כמותו ווען ס'איז ”והוי' עמו” דערפון ווייס מען אז הלכה כמותו.

93וואס ”הוי' עמו” איז הויבט זיך אן די התחלה בזה פון ”שויתי הוי' לנגדי תמיד” וואס דא דארף דאך זיין, ווי דער אלטער רבי האט אריינגעשטעלט בסידורו גלייך ביים אנהויבס, נאך פאר מודה אני דארף ער שוין טראכטן אז דארט איז דא ”הוי' לנגדי תמיד”, נאר וואס דען?

94ער טראכט דאס ניט מיט ”שמות שאינם נמחקים”, נאר ער טראכט דאס אין א לשון פון מלך אדער מלך מלכי המלכים וכיוצא בזה.

95און אט דעמאלט ווערט דערפון די התחלה און דער יסוד, אבער דאס איז א התחלה און א יסוד וואס דאס נעמט-דורך דעם גאנצן ענין, דעם גאנצן המשך התפילה, און דערנאך אויך דעם גאנצן המשך הלימוד.

96וואס אף על פי ווי ער זאגט אין תניא, אז דער ענין פון לשמה און די כוונה שבדבר איז דאס בתחילת הלימוד, איז דאך אבער דארט דער טייטש דער תחילת הלימוד אז דערנאך נעמט דאס דורך דעם כל משך הלימוד.

97ווי דער ענין בפשטות אט דאס וואס די גמרא זאגט אין סנהדרין, אז ווען איז הלכה כמותו?

98אז ”אלו ואלו דברי אלקים חיים” און די הלכה קען זיין פארקערט, ווען איז הלכה כמותו און ער איז מכוין צו דער הלכה?

99אט דעמאלט איז ”ווהוי' עמו” בשעת ער לערנט אט דעמאלט איז ”והוי' עמו” אט דאס איז דער פירוש הפשוט אין גמרא.

100ניט ”הוי' עמו” ”אין תחילת היום”, דערנאך לערנט ער און פסק'נט די הלכה, נאר ”והוי' עמו שהלכה כמותו בכל מקום” איז דער פירוש הפשוט, אז בשעת'ן לערנען איז ”הוי' עמו”.

101וואס אין עבודה איז דאס, אז בשעת'ן לערנען איז טאקע בגלוי קאכט ער זיך אין דעם שכל, אבער בפנימיות איז דאס דורכגענומען ביי אים מיט יראת הוי ביז ווי מ'זעט דאס בפשטות,

102ווי ער איז מאריך אין המשך פון ס'וו אז איינע פון די באווארענישן ער זאל ניט אראפגיין פון דרך הישר אין דעם שכל שבדבר איז, אז בשעת ער וועט טראכטן אז דאס איז חכמתו של הקב"ה, און אויב ער וועט זאגן א קרומע זאך, זאגט ער א קרומע זאך אין חכמתו של הקב"ה,

103און נאך מערער, אז דאס וועט דערנאך אראפקומען אין א הלכה בפועל, הלכה כמותו אט דאס איז אויף אים מטיל-אימה עד כדי כך, אז דער שכל זיינער גייט אין דרך הישר, ווארום בשעת ער טראכט באופן שכלי-אט דעמאלט איז ער דורכגענומען מיט ”הוי' עמו”.

104וואס דאס איז כאמור ווי געזאגט פריער, איז דאך דא דער ענין פון 'קבלת עול' 'מלכות שמים' ווי דאס איז ”הרים סביב לה” דערנאך איז דא ירושלים שלימות היראה, און צוזאמען דערמיט אויך ירושלים פון לשון הוראה, וואס דארט איז געווען דער 'הר המורי' מלשון הוראה און ”לשכת הגזית” וכו.'

105וואס דאס איז אויך דער קשר צווישן אט דעם מזמור מיט דעם ענין וואס מ'דארף ארויסנעמען, און מ'קען ארויסנעמען, און מ'וועט ארויסנעמען, און דאס וועט ארויסהעלפן אויך אין דעם שכל שבדבר, אז מ'זאל גיין בדרך הישר, במילא וועט דאס זיין ”צדיקים ילכו בם” ווארום דאס איז 'דרכי הוי' ”והוי' עמו” אט דעמאלט איז אף על פי וואס ער געפינט זיך בדרך,

106איז ניט נאר אז ס'ווערט ביי אים אויס סכנה, נאר אדרבא דאס איז א דרך העולה בית אל אז דורך דערויף דערגרייכט ער צו דעם 'תכלית השלימות' אין לימוד, וואס דאס איז ל”אסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא” וואס ווי אזוי קומט ער אליבא דהלכתא דורך דערויף וואס ”והוי' עמו” ער האט מיט זיך עבודת התפילה, און אט דעמאלט ווערט דאס בעל תמוט.

107און יהי רצון, אז פון די אלע ענינים זאל מען זוכה זיין בקרוב לענינים כפשוטם, אז מ'וועט זען 'ירושלים הבנוי' און מ'וועט זען די ”הרים סביב לה” אז קיינער קען אהינצו ניט אריינגיין וואס ער קען אנרירן עפעס אן ענין אין שלימות פון ירושלים פון לשון ”שלם ולשון שלימות”,

108און מ'וועט זען דעם ”ונגלה כבוד הוי' וראו כל בשר יחדיו” אז ”והי' לך הוי' לאור עולם” אז ”ירושלים הרים סביב לה” און אזוי איז אויך דער אויבערשטער ארום די אידן, ובמהרה בימינו ממש, בגאולה האמיתית והשלימה, והקיצו ורננו שוכני עפר ובעל יום ההולדת בתוכם, במהרה בימינו ממש.

109לחיים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions