English
ספרייה
kind
paragraph
order
Kf
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
והשלימה במהרה בימינו ממש, כמובן ומדובר כמה פעמים, איז דאך אבער פארשטאנדיק אויך, אז ברוחניות דארף דאס פועל זיין דעם שינוי, ביז וואנענט אז ס'זאל זיך משתדל זיין אז ס'זאל ניט בלייבן קיין שיריים מזה. וואס אט דא קומט-אן דער פירוש, כמדובר כמה פעמים, אז ס'איז דא קלאץ-קשיות וואס מ'איז ניט מושים לב לזה. בשעת מ'דערציילט די הפלאה פון פרשה פרף, ביז וואנענט אז שלמה המלך און אפילו משה רבינו האבן געדארפט האבן א גילוי מיוחד און א דיבור מיוחד, וואס זיי האט דאס מסביר געווען דעם ענין איז לכאורה ווי מ'לערנט דאס בפשטות, אז לאחר ווי מ'האט דאס מגלה געווען משה רבינו, און נאכמער מגלה געווען אויך בחכמתו של שלמה וכיוצא בזה, געווארן לכאורה א דבר הכי פשוט, עד כדי כך, אז א קטן שבקטנים פארשטייט אויך דעם גאנצן ענין, פונקט אזוי ווי טאקע באותיות שלו בזור אנפים, אבער ער נעמט דעם גאנצן ענין מיט זיין גאנצע תפיסה און השגה, ביז וואנענט אז ס'ווערט א יחוד נפלא מיט זיין שכל, אף על פי וואס דאס איז א שכלו של קטן. וואס דאס איז דאך א פלא הכי גדול, אויב דאס איז אזא מין דבר נעלכא אז משה רבינו און שלמה און אפילו משה רבינו האבן דאס ניט געקענט נעמען, און מ'האט געדארפט האבן א גילוי של הקדש א דיבור מיוחד של הקב,"ה ניט אפגעלערנט פון שלשה עשרה מדות שהתורה נדרשת ביי אים פון די אנדערע ענינים, ווארום פון די אנדערע ענינים קען מען דאס ניט פארענטשערן, און דערנאך זאגט מען, אז דורך דערויף וואס משה רבינו האט דאס איבערגעגעבן און דאס ווערט דערנאך געלערנט על ידי קטן שבישראל, על אחת כמה וכמה אויב ער לערנט דאס נאך מיטן ביאור על פי תורת חסידות חב אד, וואס דעמאלט איז יתפרנסון מיני ווערט דאס פארשטאנדיק אין זיין דעת און אין זיין בינה, על אחת כמה וכמה אין זיין חכמה, איז דאס די גרעסטע פלא, אז מ'זאל זאגן אז דעמאלט ווערט ביי אים אינגאנצן אראפגענומען די שאלה,
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים