transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1מ'האלט דאך אין מצור פון יום ראשון בשבוע, וואס דאס האט דאך אויך א פארגלייך צו התחלת הסדרה וואס ס'רעדט זיך וועגן דער מצוה פון ביכורים, וואס ביכורים בפשטות איז דאך אויך בלשון הכתוב מראשית כל פרי האדמה אז מ'דארף האבן די ראשית, און פון די ראשית קלייבט מען אויס די ביכורים, וראשית ולא כל ראשית אזוי איז אויך דער יום הראשון בשבוע? איז דאך אין ימי השבוע עצמם, וואס דאס איז דאך כולל א גאנצער ענין בפני עצמו, וואס חזר'ט זיך איבער מיט די שבוע בשבוע כל משך יוםי שיתא אלפי שני, דהוי עלמא, און אויך דערנאך אין דעם אלף השביעי, איז דער יום הראשון וואס מ'חזר'ט בכל שבוע הויבט מען נאכאמאל פון אנהויבס ציילן ביום הראשון, איז דאס בדוגמא פון דעם ענין
¶2פון ביכורים, וואס דאס איז נאכמער מחזק איין זאך די צווייטע, אז ס'איז דאך אויך בפרט נאך לויט די חלוקת הסדרה אויף זיבן חלקים, איז דאך די פרשה פון ביכורים הויבט זיך גלייך אן פארבונדן מיט יום הראשון איז דאס נאכמער אונטערשטראכן די שייכות שביניהם, וואס מ'קען אפלערנען פון כמה ענינים פון ביכורים אויף יעדער יום ראשון בשבוע, על דרך ווי יום ראשון בשבוע לערנט מען אפ אויף ענינים פון ביכורים, אנהויבן פון דעם ענין וואס יום ראשון בשבוע לשירו של יום דערמאנט זיך אויף יום ראשון פון בריאת העולם, וואס דעמאלט איז אויך געווען די בריאה פון אדם הראשון, וואס ער ווערט דאך אנגערופן אין מדרש ובכמה ממקומות ביכורים פון דער כל הבריאה כולה. ועד דרך זה אויך איז למה נברא האדם יחידי וואס דאס גייט דאך במיוחד אויף א אידן, וואס דערפאר וואס יעדערער איז פארגליכן, אפילו אז וואס פאר א סדר זאל ניט זיין אין זיין משפחתא הפרטי, איז מצד דערויף וואס ער איז פונקט ווי אדם הראשון איז ער דער ראשון פון כל העולם כולו, פונקט ווי ער איז דער איין און איינציקער וואס געפינט זיך אין דער גאנצער וועלט,
¶3וואס דערפאר איז דאך אויך דער ענין פון קיום העולם כולו, און ווי דער רמב",ם איז מסע ברענגט אויך אראפ דעם מדרש, אז כאילו תקוין כל העולם כולו, כמדובר לעיל. וואס אט דאס איז אויך פארבונדן מיט מצות הצדקה, וואס נעמט זיך מעמיד האדם על רגליו, דורך דערויף וואס קונה חיי נפשו ביז וואנענט חיים כפשוטם, כמדובר כמה פעמים, איז דאס אויך נאך מערער ווי ביכורים. ביכורים איז דאך א טייל פון חיי האדם, און אין דערויף גופא איז דאס דער מאי ראשית ולא כל ראשית, און בשעת ס'קומט דער חיי האדם כולו איז דאך א זיכערע זאך, אז דאס איז כולל אין זיך במכל-שכן וקל-וחומר די ביכורים פון כל חייו, און נאך מערער כולל כל ראשית שבו. וואס דערפאר איז אויך בשעת מ'פארבינדט דאס מיט צדקה, ווי מ'מאכט יעדערן פא� שליח אויף צדקה, דערנאך איז ער מוסיף מדילי און גיט דאס אויך בסבר פנים יפות. און בשעת ער טוט אט די מצוה איז דאך במכל שכן בגל וחומר, מה-דאך אז יעדער ענין אין תורה דארף זיין בכל יום חדשים, על דרך זה אויך בשעת מ'איז מקיים א מצוה דארף דאך זיין ווי א דבר חדש פונקט ווי דאס וואלט געווען די ערשטע מצוה וואס ער האט זוכה געווען לקיים במשך כל ימי חייו,
¶4ובפרט נאך לויט דעם פתגם הידוע פון נשיא דורנו בשם פון בעל שם טוב, אז ער האט געזאגט, אז א נשמה גייט אראפ למטה על לעבן זיבעציק און אכציק יאר, כדי צו איין מאל זוכה זיין אויף צו מקיים זיין א מצוה אדער צדקה, ווי דער נוסח בזה איז, וואס דאס איז דאך אויך דער ענין ווי מ'זאגט, אז צוליב די איין מאל איז דא די אלע זיבעציק און אכציק יאר והיו ימיו מי ועשרים שנה, איז דאך דאס אויך אז דאס איז אין דעם ראשית גופא איז דאס מאי ראשית, ראשית שבע ראשית, וכמדובר כמה פעמים וגם פשוט. ובפרט נאך אז מ'געפינט זיך אין חודש אלול, וואס דער מלך איז דאך בשדה, איז דאך אין די אלע ענינים כמוזכר לעיל ווערט ניתוסף אט דאס וואס מ'האט בוי פני מלך חיים מיט די אלע ענינים וועגן וועלכע מ'זאגט פון לדוד הוי'אורי כמדובר כמה פעמים, און כולל אויך בפרט וואס אין קביעות שנה זו איז דאך נוסף וואס דאס איז יום הראשון בשבוע איז דאס אויך יום העשירי אין חודש אלול, וואס אלול איז דאך אין זיך כולל אלע ענינים, ווי דער ראשי-תיבות פון אלול איז דאך כולל אלע ענינים, ג'קוין, שעליהם העולם עומד און קו הגאולה און קו התשובה, כמדובר כמה פעמים, האט מען די ביידע זאכן אין דעם זעלבן טאג, אז דאס איז
¶5דער יום הראשון איז אויך דער יום העשירי אין חודש אלול, וואס חודש אלול איז א חודש כללי פון דעם גאנצן שנה וואס ענדיקט זיך, און א חודש כללי אלס א הכנה צו די גאנצע שנה וואס הויבט זיך אן דער שנת פון תהי'שנת ניסים, על דרך אויך ווי די שנה וואס ס'האלט זיך בא ענדיקן איז דאך שנת תשמיד תיידך, אז דער אויבערשטער טוט אט דאס ביז וואס חודש אלול איז פארבונדן אז ער איז משמד כל הענינים וואס זיי זיינען בלתי רצויים, פונקט ווי זיי וואלטן לכתחילה ניט געווען, און ווי בא דער ענין פון שמיטה איז דאך זה דבר השמיטה אז ס'דארף אויך זיין בדיבור ניט יוצא-זיין במחשבה ווי דאס איז אין בית-דין האדון, ובכלל במחשבה עליונה, נאר דאס דארף זיין בדיבור דוקא אין עולם הזה אטאקעטן על דרך ווי זה דבר השמיטה, ביחד עם זה וואס דאס איז יום ראשון איז דאס אויך, כאמור, מעלה פון עשירי יהי'קולש, וואס דאס איז אויך כולל כל עניני העשירי, ביז די העשירי בשלימות ביותר, וואס דאס איז דאך די שירה העשירית און כל ענינים פון עשר וואס איז פארבונדן מיט משיח צדקנו, מיט גאולה האמיתית והשלימה, וכמדובר כמה פעמים.
¶6און ויהי רצון, אז דורך דערויף וואס יעדער איד איז מחליט, כאמור, כנזכר לעיל, אז פון אלע זיינע ענינים מאכט ער פון יעדער ענין אן ענין של ביכורים, דורך דערויף וואס ער מאכט פון יעדער ענין, אז דאס ווערט לשם שמים, און נאך מערער, בכל דרכיך דעהו איין און איין זאך, דעהו, יזכד דעתי בחוזק וואס דאס איז דער ענין פון דעהו האמיתי, און דאס ווערט בכל דרכיך, וכמדובר כמה פעמים, על דרך זה אויך האט מען די ביידע מעלות, וואס דאס איז סיי עשירי וואס איז כולל אין זיך דער תכלית השלימות, מיט די תכלית השלימה פון גאולה העתידה ביחד עם זה אויך השלימה, און אויך די שלימות וואס מ'האט פון יום ראשון, ווי מ'זאגט דאס אויך אין שירה של יום, אז דאס איז א טאג וואס להוי'ארץ ומלאה תבל ויושב ובה, וואס דערפאר ווערט דאך דאס אויך א שירה של יום פארבונדן מיט ראש השנה, על דרך ווי דאס איז אין ראש השבוע זה, וכמדובר כמה פעמים.
¶7ויאמר למור, ווי די ביידע מאל וואס ס'ווערט נרמז דער ווארט אלול און ס'ווערט תיכף ומיד כל הענינים האמורים, ובפרט נאך אז א איד פארבינדט בא זיך אלע זיינע אצר כחות הנפש מיט די נקודה הפנימית, וואס דאס איז עצמות און בואות, וואס דאס איז דער פנימיות נפשו, ביז אין אן אופן וואס ס'איז גאר העכער פון גאנצן ענין פון מדידה והגבלה, דארף דאס אבער זיין בכל לבבך ובכל נפשך ובכ למדך אין אלע עשר כוחות הנפש, האט ער צוזאמען דעם יום ראשון און צוזאמען דעם יום העשירי, און ברענגט אראפ אט דעם אופן עבודה אין די אלע דריי ענינים פון דריי קוין וואס זיי זיינען נרמזין אלף, און אויך אין אן אופן אז דאס שטייט מעשינו ועבודתינו אין אן אופן של גאולה ושמחה מכל מדיגיות והגבלות, און אויך ושמחה, וואס דאס איז דאך ביידע ענינים פון גאולה און פון תשובה,
¶8גאולה. קולות, ותיכף ומיד ממש, דער חתן קל און צוזאמען מיט צלם מחותנים, און צלם מיט דעם אויך אין פועל, און צוזאמען מיט אלע אידן בכל העולם כולו, זאל מען בכל אויב נעמען איינטייל אין די נישואין של הקב",ה מיט עמו ישראל, המקדש עמו ישראל, על ידי חופה וקידושין, און מ'וועט האבן, נוסף אויף דעם ענין האירוסין, וואס דאס איז שוין געווען בא גלולת מצרים און בא מתן תורה, וועט מען האבן די נישואין נצחיים עד יד, ובשורות טובות בכל הענינים, ביז דעמאלט טובות, בטוב הנראה והנגלה, כולל אויך אז ס'איז שוין דא די אמירה וואס דער אויבערשטער זאגט צו יעדער אידן, לשנה טובה תקתה ותוכתן בלשון יחיד, און ס'ווערט אזוי גלייך אנגעהויבן שוין אין שנת תשמוד ידיך תעמי ז'חיים זכו פון די אלע ניסים וניסי ניסים פון שנת תשנו, תשנון תהי' שנת ניסים וניסי ניסים, ותיכף ומיד ממש.