English
ספרייה
kind
paragraph
order
R7
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ממש, אין דער מחנה פון צבאות השם, אין דער מחנה פון אידישע קינדער, סיי אינגעלאך און סיי מיידעלאך, איז דאך פארשטאנדיק, אז מוצא שפתיך תשמור און מ'טוט דאס בשמחה ומטוב לבב, און מ'האט אין דערויף א גרויסע הצלחה, עד כדי כך, אז מ'איז נאכמערער מוסיף, ווי ס'איז בטבע פון יעדער מענטשן אויך פון קינדער, אז בשעת מ'האט א סך גוטע זאכן, ווילט דאך דעמאלט נאכמערער גוטע זאכן, כדי מ'זאל קענען נאכמערער מקיים זיין דעם אויבערשטנ'ס רצון גיט דער אויבערשטער נאך זאכן אין בריאות און אין מעגלעכקייטן, און אויך אין נכסים, וואס ס'איז דאך אויך דא נכסים פון יעדער קינד, ווי דערמאנט מערערע מאל, אז יעדער קינד מאכט בא זיך אין זיין חדר, אין זיין צימער, און אין זיין דירה, אז דאס זאל זיין ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם האט ער דארט מיט נאך א ספר און נאך א צדקה פושקע און ענלעכעס, במילא קען ער נאכמערער מוסיף זיין אין אלע גוטע זאכן, און זיכער איז דער אויבערשטער באקומט נאכמערער נחת ווי ער האט געהאט ביז דעמאלט, און איז אים גיט אים און די אלע וואס האבן אים ערצויגן און זיינען אים מדריך, סיי מדריכים און סיי מדריכות, מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים