Paragraph
Paragraph rh-r7fdyg91
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-xmpdmt2s
- order
- Z2
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס דער אמת'ער, געזונטער לעבן איז דאך דעמאלט, אז ס'איז ניטא קיין מחלוקת אין דעם גאנצן ארום, און זיכער ניט אין דעם זעלבן גוף און די זעלבע משפחה, ואדרבא יעדערער העלפט ארויס דעם צווייטן אויסנוצן אין דער פולסטער מאס די אלע מעגלעכקייט וואס ער האט באקומען, און וואס דאס איז אויך ווי ס'פירט זיך ביי אידן, נעמט מען דאך אין יעדער זאך אן אפלערונג פון תורה, וואס תורה איז דאך אויך פון לשון הוראה, דאס איז אן אפלערנונג, און ווי דערמאנט פריער תורה אור א ליכטיקע אפלערנונג, וואס די פרשה פון היינטיקער וואך, וואס מ'גייט לייענען דעם שבת וואס ס'דארף זיין, און מ'האט שוין אנגעהויבן לייענען דעם צו מנחה דעם שבת וואס פאר דעם, און איצטער געפינט מען זיך ביום השלישי שהוכפל בו כי טוב צווישן די ביידע דאטומס, איז דאך די פרשה פון ויקהל פקודי, וואס אין דערויף איז דא א ריבוי אן א זייער-א סך אנווייזונגען אויך אין טאג-טעגלעכן לעבן פון יעדער אידן, און זיי אלע ווערן אויך קאנצענטרירט אין דעם נעמען פון די פרשיות, וואס דער נאמען איז אן איין און איינציקע פרשה, וואס דערפאר לייענט מען דאס אין דעם זעלבן שבת פון אנהו'ס ביזין סוף,
- proofread
- 0