פסקה
פסקה rh-r5vh8hpv
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-2xjm1qtv
- order
- 9I
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און בפרט איז דאך ווי מ'זעט דאך בהשגחה פרטית קומט דאך אויס אט די צייט פון ענדיקן קעמפ און אומקערן זיך א היים, און די ישיבות קלאנות און ישיבות בכלל און תלמוד-תורות איז דאך דאס צום ענדע פון זומער, וואס דאס קומט דאך בכלל נאענט און צו די טעג, חמשה עשר באב, וואס אויף דערויף זאגט דאך די גמרא אן אנווייזונג, די גמרא איז דאך הלכות און אנווייזונגען ווי גאנץ תורה, ווי אזוי א איד דארף זיך אומפירן אנהויבנדיק פון גאר קליינע קינדער, און גלייך ווי מ'ווערט געבארן איז דאך דא דער ענין אויפן אכטן טאג, דעם ברית, און נאך פאר דערויף די של המעלות און די פארשידענע מנהגים אין דעם, און האלטן אין איין וואקסן אין לערנען תורה און מקיים-זיין מצוות, וואס דאס גיט נאכמערער צו אז ס'זאלן וואקסן דעם אויבערשטנ'ס ברכות, אז זיי זאלן ווערן אלץ מערער און מערער, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.
- proofread
- 0