עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

125 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1אזוי ווי גערעדט אין מאמר, וואס דאס איז דאך א מאמר פון דעם בעל הגאולה פון דעם מיטעלן רבי'ן, וואס ער איז מיוסד, על כל פנים די נקודות פון דעם מאמר זיינען דאך אויך דא אין ”תורה אור” פון דעם אלטן רבי'ן,

2וואס דאס איז דאך די ימים ש”בין גאולה לגאולה”, די גאולה פון י' כסלו פון דעם מיטעלן רבי'ן און י' טזקא פון דעם אלטן רבי'ן, און וואס דארט איז ער מבאר דער גודל ההפלאה וואס ס'איז דא אין דעם ענין פון צאן.

3וואס דאס איז דאך פארענטפערט דאך די שטורעמדיקע קשיא, וואס אמת טאקע ”מעשה אבות סימן לבנים” און דערפאר דערציילט מען כמה ענינים די אבות וואס ס'האט געטראפן מיט די אבות, אף על פי וואס ס'איז דאך א כלל אין תורה, מעלה הוה הוה דאס איז אבער שמעון לבנים דאס איז א סימן ווי אזוי די בנים דארפן זיך פירן.

4וואס דערפאר איז דאס דא כמה פרטים פון הכנסת אורחים און הצדקה וחסד ביי אברהם'ען, וואס דאס איז א סימן לבנים, על דרך זה כמה ענינים בהנוגע צו יצחק'ן און יעקב'ן.

5לכאורה דארף אבער האבן א ביאור נוסף, וואס איז דא דער סימן לבנים וואס מ'דערציילט מיט אן אריכות רבה וגדולה ווי אזוי יעקב האט זיך עוסק געווען מיט ציין לבן,

6מיט אלע פרטים שבדבר, ”עקודים, נקודים וברודים” און נקוד ותלוי וכו בשעת מ'דערציילט דעם ענין פון די מקלות איז ער מבאר אין זהר, אז דאס איז א סימן, אז דאס האט געגעבן אויך כח,

7אז בא אידן זאל דערנאך אויפגעטאן ווערן די מצוה פון תפילין, וואס יעקב האט דאס אויפגעטאן על ידי המקלו שלו, כמבואר בארוכה אין זהר, אבער לכאורה וואס איז דא דער ענין וואס מ'דארף האבן דעם אריכות הביאור, אז דאס איז פארבונדן מיט צאן און דערנאך האט יעקב מצליח געווען,

8אז ס'איז געווען צאן רבות ביז וואנענט אז בא יעקב איז מען בעפרות אין אן אופן מאד, און נאך א צווייטן מאל מאד, מאד, צוויי מאל מאל מאד.

9און עד כדי כך איז דאס נוגע, אז בשעת יעקב גיין אין דער פרשה שלאחרי זה איז דארף ער דאך וישלח לפניו, און האט געשיקט שלוחים צו עושה בן אויף זען אז אפשר קען מיט שומע צאת עושה בן גיין צוזאמען אין דער גאולה האמיתית והשלימה, כבואר אין די מדרשים,

10אבער אותר איז נאך ניט געווען מוכן ווי רש"י ברענגט דאס אויך אראפ בפירושו על התורה, וואס דערפון איז פארשטאנדיק על סוך פשוטו של מקרא, אז יעקב האט גערעכנט אז דאס איז אחיר, און די מלאכים זיינען געקומען צוגיין מיט א ידיעה אז דאס איז עצה, והא ראי' אז ער גייט מיט ד' מות איש,

11כמבואר בארוכה אין מדרשים, און בקיצור על כל פנים ברש' על התורה, איז וואס איז געווען די התחלה פון יעקב און דערציילן אים לבן גרתי ותריי מצוות שמרתי.

12וואס דאס איז פארשטאנדיק אויך דער סימן לבנים, אז בשעת מ'דארף האבן צוטאן אפילו מיט אן עשו א גוי כפשוטו איז אט דעמאלט דער סדר איז, אז ניט ער באהאלט זיך און וויל אז מ'זאל ניט דערקענען פון תרי ג מצוות שמרתי און דורך דערויף וועט מען נושא חס זיין, נאר פונקט דער היפך, אויב מ'וויל עפעס אויספירן ביותר,

13ביז אפילו וישקוהו איז די ערשטע זאך דארף ער אים דערציילן אז גרתי איז תרי ג מצוות שמרתי און ניט דערפאר וואס ס'איז געווען א לייכטע זאך און ניט געהאט ערביי קיין נשיונות, און מ'האט אים דערפאר נאך צוגעצאלט, נאר אדרבא דאס איז געווען בשעת ער איז געווען בא לבן'ען,

14און ווי ער איז מבאר בארוכה אין די מדרשים, ווי אזוי לבן מיט עשיו זיינען געשטאנען צווישן זיך אין א קשר צוליב דעם ענין פון הרמי עובד דוד.

15און אף על פי כן, איז מיט וואס הויבט זיך אן די התחלת הדיבור פון יעקב'ן צו עושר'ן?

16אז ער דערציילט אים, ער זאל וויסן זיין, אז תרייג ניסו שמרתי אף על פי וואס ער איז אין א מעמד ומצב פון א גור, און דאס איז פשוטו של מקרא, און אין וואו די גורות שלו?

17דאס איז באלבן ערמי, וואס עושר האט זיך געוואוסט דעם יחסי של לבן צו יעקב' ים, דורך די שלוחים וואס לבן האט אים געשיקט, כמבואר במדרשים.

18וואס דאס איז דער סימן לבנים, ביז בדורנו ובימינו אלו, אז מ'וויל האבן צוטאן מיט גוי'שקייט, אפילו מיט א גוי כפשוטו, איז ניט דער סדר איז אז להודמת להם חס ושלום,

19אפילו ניט שעמען זיך, אפילו ניט באהאלטן די ענינים פון אידישקייט, נאר ”אל יבוש מפני המלעיגים” און מכריז זיין די התחלת הדיבור, אז ”גרתי ותריי מצוות שמרתי” אבער צוזאמען דערמיט זאגט ער אויך אין פסוק,

20אז ער האט געשיקט אן זאגן עצרים אז ויהי לי שוב החמור וצאן וארץ ושבחה וואס אף על פי וואס רש"א באווארנט דאס, אז דאס איז ניט געווען מעין ברכותיו של יצחק, און ס'איז ניט געווען קיין ריבוי, נאר ס'איז געווען צום שוב החמור וצום ועבד ושבך אבער וואס קען מען דערפון אפלערנען בהנוגע צו סבנין.

21וואס דאס ווערט מובן אויף 'כללות ענין' פון דער פרשה שבוע זה, וואס דאס איז פרשה ויוצא, און ווי גערעדט כמה פעמים על פי תורת הבעל שם טוב, און ווי דער מגיד ברענגט דאס אראפ בארוכה אויך אין אור תורה,

22אויף כל אשר יכלו האדם הוא שמו אז ווי ס'ווערט אנגערופן ”שמו בלשון הקודש” אט דאס איז דער חיות און דאס איז מהוה און דאס גיט ארויס דעם תוכן הענין אז דער סדרין מיט אלע פרטים שבה האט א שם כללי פון די אלע ענינים, און וואס איז דער שם איז דאס דער ענין פון ויצא.

23אפילו ניט ”ויצא יעקב” איז דאך דא שונות הסדרה וואס זיינען פון צוויי ווערטערן, און דא זאגט מען, אז וואס גיט ארויס די סדרה גיט זי ארויס די הוראה?

24ס'איז א חלק אין תורה אז ס'דארף זיין ויצא.

25וואס דאס איז א הוראה כללית פאר א אידן, אז ענינה איז, אז אף על פי וואס די ”נשמה מחצובה מתחת כסא הכבוד”,

26און ”ויעמך כולם צדיקים” און א צדיק דארף דאך זיין שאתם עיניו מרות ברע ביז וואנענט אז אין אן אופן פון ”לא יגורך רע” ער וויל ניט האבן צוטאן מיט וועלט, און וויל זיך איינשליסן אין זיינע ד' אמות, און ד' אמות של קדושה איז זאגט מען, אז א תכלית השליחות פון א אידן איז ער דארף זיין ויצא.

27די ראי' אויף דערויף איז, אז למה עשה הוי' ככן אז די נשמה איז געווען אנכי עמוד ל”פני הוי' אלקי ישראל” בצרם יהודות הנשמה למטה,

28ולשון הגמרא בלשון הזהר, אז זיי זיינען געווען חצובות אדער חקוקות מתחת כסא הכבוד, 'ומאיגרא רמה' ברענגט מען אראפ די נשמה אין א בירה, און ניט סתם א בירה א בור נאר א בירה עמיקתא.

29און ווער טוט דאס? דאס טוט דער ”עצם הטוב, ויפך” בא פיו נשמת חיים ווי דער אלטער רבי ברענגט דאך אראפ אין תניא, אז דאס שטייט ניט, ווי בא די אנדערע מאמרות,

30אז 'ויאמר אלקים' אן אופן של אמירה, אפילו בא א נעשה אדם זאגט מען אויך דער לשון אמירה ויאמר נאר דא איז געווען ”ויפך בפיו נשמת חיים” ווי מ'זעט דאס אין אדם התחתון, וואס ער ווערט דאך אנגערופן בשם אדם על שם פון ”אדמה לעליון” ווי ער זאגט אין שלה,

31אז ”מאן דנפח איז מתוכי נפח” אויף דערויף דארף מען אן ענין של כח, ביז וואנענט אז דאס דארף זיך נעמען מתוכי ומפנימיותו, ווי דער לשון בזה.

32משא' כן באמירה קען זיין אין אן אופן פון א הבל חיצוני ער דארף ניט נוצן אויף דערויף דעם ענין פון תוחה ופנימיותו.

33וואס דאס איז אויך דער כללות החילוש, בשעת ס'האט געדארפט זיין נעשה אדם וואס דאס איז דאך א ציור פון לשון תיקון, אז נאך דערויף ווי ס'איז געווען אז כדי ס'זאל אראפקומען אין אן אופן של ציור מיט רמ' חובים ושס' גידים מיט כל הפרטים רוחניים וגשמיים,

34וואס דאס איז דער ענין פון דער לשון פון עשי מלשון ועשה ציפרנעה, דארף דאך דאס אראפקומען אין אן עולם, א תחתון, וואס ער איז ”נברא בעשרה מאמרות” ניט אין אן אופן פון נפיחה איז כדי ס'זאל קענען זיין בחירה איז בחיצוני זעט מען עשה אדם אז דאס ווערט דורך ויומר.

35משא"כ לאמיתתו, ובפרט דער קשר פון רוח אלקים ויפה באפיו נשמחת חיים דער חלק אלוקה 'ממעל ממש' וואס זי ענינה ומקומה איז אין ”איגרא רמה” זאל דאס זיך פארבינדן מיטן ”בירא עמיקתא” מיטן 'גוף האדם' וואס ווי דער אלטער רבי איז מדייק, אז משתנה יצירתו מכל המבראים,

36אז ביי אים איז געווען דער אופן הבריאה בהימות און חיות, אפילו אז סבים ודשעים זיינען נברא געווארן מלכתחילה דער גוף מיט זייער נפש צוזאמען.

37דער איינציקער אויסנאם אז אין דערויף איז געווען איז דאס געווען דער אדם, וואס פריער איז געווען גמי ראוי עיניך א גוף בפני עצמו, אין אן אופן פון גולם און דערנאך איז געווען א באזונדער זאך פון ואיפך ו”אפיו נשמת חיים” אין דעם גולם,

38און ס'איז געווען א זמן בינתיים, ווי די גמרא רעכנט אותיות סנהדרין, אז ס'איז דורכגעגאנגען כמה שעות וואס דער גולם איז געווען א ”מציאות בפני עצמו”, וואס דעמאלט איז דאס אויף דערויף דער ענין פון ויאמר בשעת אבער ס'דארף זיין דער חיבור פון דעם נשמת חיים

39וואס זי איז חלק אלוקה 'ממעל ממש' און ווי גערעדט פריער אין דעם מאמר אז דאס נעמט זיך פון 'לבן העליון' מתוכה ומפנימיותו פון העלם העצמי, וואס דאס זיינען אידן, ישראל און מלכי בלחודוהי איז אט דאס דארף מען האבן דעם כח כביכול, דעם מתוכה ומפנימיותו.

40אט דאס זאגט מען, אז וואוהין איז מען ממשיך דעם טוב מתוך ומפנימיותו איז מען דאס ממשיך אין א גל מראוי עיניך ניט אין אן ענין וואס האט על כל פנים חיות פון א חי אדער פון א צומח, נאר דוקא אין א דומה,

41ווי ער איז מבאר בארוכה אין די דרושים, אז מצד דערויף וואס דאס איז ”גבוה גבוה ביותר” איז דערפאר ווערט ער נמשך דוקא אין מטה מטר יותר.

42וואס דערפאר איז אויך אין 'עבודת האדם' איז דא די עבודה וואס ער איז עובד עבודתו לקונו מצד 'הבנה והשגה', ס'איז דא ווי ער איז עובד עבודתו לקונו מצד די מדות שבלב, מצד אהבה אדער יראה וכיוצא בזה,

43דערנאך איז דא די עבודה הכי נעלית, בדוגמא ווי דאס איז אין די ד' שלבים פון תפילה, א תכלית און די שלימות פון עבודת התפילה, וואס הויבט זיך אן פון ”הודו להוי' קירא בשמו” וואס אט דעמאלט קען ער מאכן מיט די הענט צו שפאצירן וכו' וכו.'

44'תכלית השלימות' איז, אפילו ניט ווי ער שטייט אין ברכות קריאת-שמע, אפילו ניט ווי ער שטייט אין קריאת-שמע, וואס דעמאלט זאגט ער ואהבת רגש שבלב און א הבנה ויתבוננות בזה, ווי מ'זאגט דאך אין ברכות קריאת-שמע, ”ותאין בלבינו בינה להבן ולהשכיל וכו.'”

45איז דאס איז אלץ אלץ די שלבים און די הכנות אויף צוקומען צו שלימות העבודה, וואס דאס איז אין שמון-עשר, אין תפילת העמידה, וואס דעמאלט שטייט ער ”כעבדא קמי מרי” אל לא ירמות בעיניו און ענטפערט ניט אויף קיינע ענינים און ס'איז ניט שייך ביי אים קיין תנוג זיין גאנצע מציאות איז אז ער איז די מציאות האדון, כמבואר בארוכה.

46אין המשך פון ס'ו', און אויך ווי דער דין איז, אז אן עבד איז ניט קיין מציאות עצמו, ”מה שכנה עבד קנה רבו” און דערביי באווארנט מען דאך אין ראשונים, אז ניט דער פשט אז דער עבד איז ניט קיין ”מציאות בפני עצמו”, טאר קיין מציאות ניט אט דעמאלט איז ניט שייך זאגן אויף דערויף אז קנה עבד ער האט מלכתחילה ניט קונה געווען, מלכתחילה קונה געווען רבו.

47איז נאר דער דיוק בזה, ווי ס'שטייט אין ראשונים, אז דער רב איז די קונה, אבער בשעת ער איז קונה איז זיין גאנצע מציאות איז אין אן אופן אז דאס איז כנה רבה.

48וואס דאס איז דער ענין פון ביטול, וואס דערפאר איז כמבואר אין דעם מאמר, גענומען פון דער מאמרי רבותינו נשיאינו, אז לכאורה איז דאך 'תכלית השלימות' אז מ'זאגט ”בנים אתם להוי' אלקיכם” און נאך העכער ”בני בכורי ישראל”,

49איז אבער דא נאך א העכערע דרגא פון אני לא לבן והוא לי לאב די דרגא פון אני לא לצום והוא לי לרועה אז דאס איז דער אופן הביטול בדוגמא ווי א צען שטייט לגבי רועה.

50וואס דאס איז נאך א טיפערער ביטול, אפילו פון א ביטול פון א בהמה פון אשר וחמור, ווי מ'זעט דאס אויך בפשטות.

51און דערפאר זאגט מען, אז דאס דערגרייכט ביז אין לווין העליון, ביז אין התנשאות עצמית, ווי דער לשון המאמר אין לווין העליון, און דוקא דורך דעם אופן פון תכלית הביטול איז דורך דערויף קען ער צוקומען אז ס'זאל ווערן נתקשרו דא בדא ישראל וקוב ה כולך.

52וואס אט דעם אופן הביטול האבן אפילו קיין מלאכים אויך ניט.

53וואס מלאכים בכלל ווערן דאך אנגערופן עומדים, וואס דאס האט דאך אויך א מדה פון לשון ביטול, ער שטייט על עמדו אינו זזמים קומו מצד תכלית היראה, ווי ס'שטייט בנוגע צו מלאכים, אז זיי שטייען אין תכלית הביטול,

54איז אבער דא נאך א טיפערער ביטול ווי דאס ווערט בא נהלכים, וואס דאס ווערן אנגערופן נשמות צדיקים וואס ”עמך כולם צדיקים” אז בשעת זיי נוצן אויס זייער כח ההילוך אין אן אופן אויף צוקומען צו א ביטול איז אט דעמאלט איז מחיצתם פון נשמות זיינען נאך לפנים אין מחיצת מלאכי השרת,

55כמבואר במדרש, ביז וואנענט אז מלאכים, ”חברים מקשיבים לקולך” זאגט ער דאך אין מדרש, אז די מלאכים, צוזאמען מיט קודשא בריך הוא כביכול, אין מקשיבים לכלך ווי אזוי אידן זאגן א דין אין תורה, וואס דאס ווערט אויפגעטאן דורך הברכו בתורה תחילה אז ער איז ממשיך און מברך מותן התורה,

56פארבינדט די תורה מיטן אויבערשטן, וואס דאס איז דער 'כללות ענין' התפילה, וואס ער איז זיך מתחבר מיטן מותן התורה, וואס דערפאר איז דאך אויך די מעלת התורה שלאחרי התפילה גרעסער ווי תורה ווי מ'לערנט איר 'קודם התפילה', אף על פי וואס לכאורה איז דאס צוויי באזונדערע ענינים.

57אף על פי כן זאגט מען, אז אבא ענימן האט געזאגט אז תפילתי שמוכה למטתי און מ'טייטשנט זיך אפ ראשונים, אז דאס איז כדי דער 'לימוד התורה' זאל זיין לאחרי התפילה, וואס דעמאלט איז די תורה אין אן אופן נעלה יותר.

58וואס דאס קומט דערנאך אראפ אויך אין 'לימוד התורה' אין דעם אופן וואס ”ברכו בתורה תפילה”, וואס דער ענין און תוכן הברכה איז דאך, אז נותן התורה לשון הוה אז איצטער ווען ער גייט לערנען תורה איז דער כנתינתם מסיני ”מה להלן באימה וביראה וברתת ובזיע” אט אזוי איז ווען ער לערנט תורה,

59אין וואס פאר א מעמד ומצב ער זאל ניט זיין דארף ער שטיין ”באימה ובעירא וברתת ובזיע”, ווארום דער מעמד ומצב איז פונקט דער זעלבער דאס זאגט ”תורת אמת”, אז מ'מאנט דאס פון אים ס'ווערט דעמאלט געזאגט דער תורה מחדש על ידי הקב"ה.

60און דורך וואס נעמט מען דאס?

61דורך דעם ענין הביטול און הקדמת מעשה לנשמע?

62ניט דער ענין פון נשמע, 'הבנה והשגה', נאר ווי רב האט געענטפערט אז תומת רשעים תנכם ביז וואנענט אז אין קדושה גופא, וואס בכלל ענין הקדושה איז דאך תכלית הביטול,

63איז אבער אין דערויף גופא אויך ס'איז דאך דא דרגות, איז די ”הלכה כבת הללו” דערפאר וואס נחים והלובים אף על פי וואס מצד 'הבנה והשגה' איז בשמא חריפה טפי וואס

64דאס איז דער ענין וואס די נשמה שיגט מען אראפ, ס'גייט ארויס מבור שוה וילך הרנה, ווי ער טייטשט אפ אין מדרש און אין קבלה אין חסידות אז ויתי יעקב מבור שוה וילך הרנה גייט דאס א 'חרון אף העולם',

65ווי די נשמה ווערט נמשך למטה, און זי ווערט נמשך דורך א ידי היציאה מבור שוה, וואס בפשטות איז דאך דאס געווען דער מקום וואו ס'איז געווען אביו ועמו,

66וואס ביי א אידן איז דאך דאס ”בנים אתם להוי' אלקיכם”, ווי ער דאך אפקוקט אחת כסא הכבוד און נאך העכער קעיני בדיוק נא ”קמי' מלכא קדישא” איז פון דארטן ווערט נמשך די נשמה אין אן אופן פון 'העלם והסתר',

67ווי די נשמה שטייט דא למטה אין א גוף גשמי, און ער ווערט נמשך מבור שבל, ווי ער טייטשט דאס אפ, אז דאס איז דער בור און דער מקור פון שבעת ימי הבנין, און ווי הין גייט ער ”וילך חרונה” ”אין חרון אף” העולם.

68און אט דאס איז דער תכלית ושלילות פון דער גאנצער סדרה, אז מ'ווערט נמשך פון 'לבן העליון' דער ערשטער אפטייטש אין לבן, און דאס ווערט נמשך אין לבן כפשוטו, אין 'עולם הזה' הגשמי והתחתון שאין תחתון למטה הימנו, ביז וואנענט אז מ'דארף האבן צוטאן מיטן ענין פון א רמים פון רמאות,

69אז ניט נאר מ'דארף זיך היטן פאר ענינים וואס זיינען בפשטות-שטייט אין שולחן-ערוך אז דאס איז עשר.

70זאגט מען, אז ס'דארף זיין ”קדש עצמך במותר לך”, און מ'דארף זיך אויסהיטן פון מוסרות, און אז סוס יגלה תורה דער כללות הענין פון

71גזירות דרבנן ביז א דקדוק קל של דברי סופין ביז אז ”מנהג ישראל תורה” הוא וואס לכאורה איז דאך דאס א זאך וואס דאס זעט אויס למריות עיני בשר אז דאס איז א דבר מותר, פארוואס זאל ער דערפון ניט הנאה האבן,

72בלשון הירושלמי דרך בנן שעסרתך תורה זאגט מען, אז ער במעמדו ומצבו דארף אנקומען צו ”קדש עצמך במוטר לך” דאס האט טאקע א לבוש און דער זאת אז דאס איז מוטר לך,

73וויבאלד אבער אז ער געהערט צו ”גוי קדוש” מאנט מען ביי אים, אז ביי אים זאל זיין דער קדש עצמך און דוקא אויף אזא אופן פירט ער דורך שליחותו בעולם.

74וכידוע די דוגמא וואס מ'ברענגט אויף דערויף, וואס די גמרא זאגט אז ”עם הארץ אסור לחל בשר” און מ'זאגט אויף דערויף דעם שארפן ווארט אסור, און מ'זאגט אויף דערויף דעם ביאור, אז בשעת ער שטייט אין א דרגא פון א תלמיד-חכם איז דער ענין פון בשר וועט אים ניט אראפפירן פון וועג, על אחת כמה וכמה ס'וועט ניט זיין וישמען ישורם ויבד,

75ביז אין אן אופן פון ויבד, בשעת אבער ער שטייט אין א דרגא פון עם הארץ איז אט דעמאלט איז דער אכילת בשר קען אים אראפפירן די דוגמא פון וישמען ישורום ביז וואנענט אז דאס ווערט דער מאיסור בדברי חז זל אין נגלה דתורה.

76וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, ס'איז דאך דא כמה דרגות אין עם הארץ, ווי די גמרא רעכנט טויסן סוטה, אנהויבנדיק פון עם הארץ כפשוטה, אז ער ווייס קיין זאך ניט, ביז עם הארץ ווי ער טייטשט דארטן אפ אז קרוב ושנה מיט אלע ענינים, און וואס דען?

77ער אנטצעלט אין שימוש תלמידי-חכמים, ווערט ער אנגערופן עם הארץ בנוגע צו כמה וכמה ענינים, איז דערפון אויך פארשטאנדיק, על דרך זה איז אויך בעניני בשר איז אויך דא דער בשר כפשוטו,

78און דערנאך איז דא דער בשר וואס דאס מיינט מערער ווי א הכרח שלו במעמדו ומצבו דארף ער זיך אפשאצן בנוגע צי ער איז שוין אין דער דרגא אז ער איז ארויס פון דרגת עם הארץ און ער מעג עסן אט דעם בשר.

79דאס איז דער כללות הענין וואס מ'זאגט, אז דער כללות הענין הסדרה איז, אז ויצא אז א איד דארף מיטן זיין אז ”יוצא אדם לפלו” אז ניט דער פשט איז, אז מ'וויל ער זאל בלייבן כל ימיו אין ד' אמות של תורה און ד' אמות של תפילה זאגט ער אין שולחן-ערוך, ”תורתו אומנתו” איז געווען בזמן ר' שמעון בן יוחאי וחביריו.

80וואס לכאורה, א דבר פלא, וואס הארט ער דאס?

81אז ס'וואלט געווען איצטער אויך אזא נציאות.

82בזמן ר' שמעון בן יוחאי וחביריו זיינען דאך אויך ניט געווען ”רוב עם” ישראל צו רתו אומנתו די גמרא זאגט, אז דעמאלט איז געווען מערניט ווי ר' שמען בן יוחאי וחבירם, און דערנאך זאגט מען אין שולחן-ערוך, אז איצטער איז ניטא די מציאות,

83איז איינער פון די פירושים בזה, אז מ'מוז האבן דער 'לימוד התורה', כל רגע פנוי מוז ער לערנען תורה, כמבואר אין הלכות תלמוד-תורה, אז אפילו א זקן אפילו בעל יסורים חס ושלום מוז ער לערנען תורה, און כל רגע שלו וואס ער קען לערנען תורה מוז ער דאס אוועקגעבן אויף תורה,

84ער דארף אבער ניט פארגעסן, אז ”כל האומר אין לו אלי תורה אפילו תורה” אין לו דארף האבן אויך גמילות חסדים, און ווי ס'שטייט אין פוסקים, און אויך געבראכט אין אגרת הקודש,

85פון דעם אלטן רבי'ן, אז די עבודה בזמן הזה איז מערער אין קו הצדקה, ניט ווי בשעת די דורות פון תנאים ואמוראים איז געווען עיקר עבודתם אין 'לימוד התורה',

86משא' כן אין זמן הזה, ובפרט אין עיקבתא דמשיחא, איז עבודה אויך אין עיקבתא פון עבודה, וואס דאס איז דער ענין המעשה, וואס 'כללות ענינו' איז דער ענין הצדקה,

87דארף זיין דער 'לימוד התורה' בהתמדה ושקידה, ער דארף אבער געדענקען אז ער געפינט זיך אין א וועלט, און אין דער וועלט בלאנדזשען רחמנא ליצלן אידן, און זוכן אימעצן וואס ער זאל זיי מציל זיין און ברענגען זיי אוועקשטעלן זיי בקרן אורא.

88ביז וואנענט אז ס'איז א מעמד פון פיקוח נפש ממש, פון מביאו ”לעולם אל חיי העולם הבא”, און דורך דערויף ברענגט מען אים אויך ער זאל האבן ”חיי העולם הזה אין” אן אופן פון חיים, ניט אין אן אופן פון 'תוהו ובוהו'.

89וואס בדורות שלפני זה איז ניט געווען אזא מעמד ומצב, די גאס אליין איז ניט געווען קיין מנגד אויף 'לימוד התורה' 'קיום המצוות', על כל פנים אין א באלעבאטישן אופן, על כל פנים אין אן אופן פון אן עם הארץ היראת שמים,

90בדורנו זה פון חושך כפול ומכופל פון דעם גלות איז געווארן א מעמד ומצב אז די וועלט איז ניט נאר א 'העלם והסתר', נאר זי איז געווארן א מנגד צו 'לימוד התורה' און 'קיום המצוות'.

91ביז וואנענט אז ווי מ'זעט דאס 'בעיני בשר', אז בשעת מ'גיט זיך אפ מיט א צווייטן אידן, איז ניט נאר מ'מאכט פון א קליינעם לנדן א גרעסערן לנדן, אדער פון אן אמרץ א לאנדן נאר מ'איז מציל אדער אים אליין, אדער אויב אז ער איז נאך ניט אזוי געפאלן, אבער בניו ובני בניו וכו' זאלן בלייבן אידן,

92און זאלן זיך פירן על כל פנים בהנוגע למעשה, ווי א איד דארף זיך פירן מוז מען זיך אפגעבן מיט א צווייטן, אז דאס איז מכריח און מ'דארף דורך דערצו אנקומען צו ”ויצא יעקב מבור שב” און מ'דארף גיין אין חרמו 'וחרן אף העולם'.

93און מ'זאגט אז די הכנה לזה איז געווען, איז טאקע יעקב געווען יו ד שנים ”בבית שם ובבית” אבר, אין דעם מדרשו געלערנט תורה בהתמדה שקידה,

94און אף על פי כן איז דערנאך איז וואס האט ער געטאן און וואו איז צוגעקומען צו 'תכלית השלימות'?

95אויפגעבויט בנים ובנות, ביז ”ואפרץ האיש מאוד מאוד” איז בשעת ער איז געווען ”יושב אוהלים” ”בית שם ובית” עובר האט ער געלערנט התמדה ושקידה, בשעת ער איז געקומען אין חרום איז געווען עבודתו ווי ער זאגט אין מדרש, שיר המעלות,

96את העומר 'על ההרים' אז דאס איז געווען מיט וואס יעקב האט געזאגט די צוואנציק יאר וואס ער איז געווען באלאבענען דער ענין פון תהלים, וואס בכללות איז דאס ענין התפילה, און דערנאך איז געווען ”אין מקרא יוצא מידי פשוטו” די עבודה בצום לבן וואס דאס איז דער 'כללות ענין' העבודה אין חלקו בעולם, מאכן פון חלקו בעולם א דירה לו יתברך.

97וואס דעמאלט אויך איז געווען עולם לא פסקה ישיבה מאבותינו בא יעקב און על דרך זה בא יצחק און על דרך זה בא אברהם'ן, ווי ער זאגט אין גמרא, און אויך אין יומא און אויך אין מדרשים בארוכה,

98איז לא פסקה ישיבה אבער אף על פי כן ווי ער זאגט, איז די עבודה פון יעקב'ן איז געווען ביז ווי מ'לערנט אפ כמה דינים בהנוגע צו עבודה פון א שכיר יום און א שכיר לילה און א פועל,

99ווי אזוי ס'דארף זיין ב אמונה ווי ס'דארף זיין בעבודתו, אבודתו באמונה פון בלום אחרני חובו וקרך בלילה ווי דער אלטער רבי ברענגט דאס אויך אראפ אין שולחן ערוך, אין הלכות ניסקי,

100גו ונפש.

101דינים וואס מ'לערנט אפ פון די הנהגה פון יעקב'ן, וואס דאס איז נאכמער א הכרח בזה.

102וואס דאס איז באווייזט, אז ס'איז דא די זמנים, און ”זמן התנאים ואמוראים” איז דעמאלט געווען על כל פנים רשבי וחביריו איצטער על פי שולחן ערוך איז די הכנה טאקע דארף זיין, אז מ'לערנט פריער אין א ישיבה, אין ד' אמות של תורה, בהתמדה ושקידה, און מ'לערנט ניט איין פשמיטה, נאר י' ד' שנה, ווי ס'שטייט אין דערויף דער ביאור, וואס דוקא דער מספר,

103אבער דערנאך דארף מען וויסן זיין, אז ”כל האמר אין לו אלי תורה אפילו תורה אין לו” ס'דארף זיין תורה וגמילות חסדים, אין תורה גופא דער ענין פון ”המדה תלמידים הרבו” וואס דאס האט זיך שוין אנגעהויבן פון אנשי כנסת הגדולה בתור ציווי, על כל פנים ממילתא דחסידותא, און על דרך זה ווערט דערנאך נמשך,

104ביז ווי דאס ווערט א הכרח מצד פיקוח נפש, אז די הרבה איז ניטא, ס'שטייט אויף דערויף ניט קיין מדידה והגבלה.

105אויב ס'קען זיין מערער איז דאס נאך ניט הרבה.

106בשעת ס'איז דא א אידיש קינד, פון וועלכן ער האט זיך דערוואוסט, אדער מ'האט אים געבראכט די ידיעה וועגן דערויף, אז דער קינד דארף האבן א 'לימוד התורה', און ניט אים פעלט 'לימוד התורה' אין גיונות, און אים פעלט 'לימוד התורה' אין מעשה בפועל, אין הנהגה יום יונות איז אט דעמאלט איז ווי אפגע'פסק'נט אין הלכות תלמוד תורה, געבראכט פון ספרי פון רמב און ספרי בכל כמה מקומות,

107א מצוה פון ושננתם לבניך וואס דאס איז א מצות עשה מן התורה דערפון לערנט מען אפ א ”מצוה על כל חכם וחכם” ער זאל לערנען מיט יע די אלע אידישע קינדער אף על פי שאין הם בניו,

108וואס דאס שטייט אין הלכות תלמוד-תורה אלס א פסק-דין, און שטייט במיוחד אז די מצוה איז גאר בעיקר ”על כל חכם וחכם”, קען ער דאך שטייגן אין לערנען פאר זיך, זאגט מען, אז דוקא אויף אים איז דער עיקר המצוה און מ'איז מדגיש אע"פ שאינם בניו.

109וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז דאס איז כולל ניט נאר אט די קינדער וואס געפינען זיך ביי אים אין ישיבה, ווערן זיי דאך אנגערופן לבניך אלה אז תלמידים זיינען שוין בניו,

110נאר א קינד וואס געפינט זיך מבחוץ, אים קיינמאל זיין תלמיד איז ניט געווען, ער האט זיך ערשט היינט דערוואוסט פון אים, איז אויף אים חל המצוות-עשה מן התורה, און וואס מ'זאגט איר אין קריאת-שמע אין פרשה ראשונה, און ער חזר"ט דאס איבער אין פרשה שני, און מ'זאגט דאס פעמיים בכל יום, און דערנאך אין קריאת-שמע 'שעל המטה', איידער ער מייגט זיך שלאפן, חזר"ט דאס איבער נאכאמאל.

111איי וואס דאס איז אים מכריח 'ויצא יעקב' מברשבה זאגט מען אויף דערויף, אז דאס איז דער ענין פון מעשה אבות אף על פי וואס ער ווייס אז דאס איז וילך הרמה אז בשעת ער הויבט אן שרייען, היתכן, ער האט מורא,

112זאגט מען אים, אז דאס זאגט אים מארן יצחק אביד, און דאס זאגט מען אים רבקה עמו ווי דערציילט אין דער פרייערדיקער סדרה, גייט ער בכח פון ”כיבוד אב ואם” וואס זיי זיינען מערניט ווי שותפים אים הקב"ה,

113איז וואס ”בנים אתם להוי' אלקיכם” און שכינתא כנסת ישראל און זיי גייען מיט אים ”בכל מקום שגלו שכינה עמהם”, על אחת כמה וכמה ווען מ'פארנעמט זיך מיט א חצת התורה והמצוות והיהדות, ביז אין אן אופן פון ביטול, אז ער גייט ארויס פון זיין מציאות,

114ווי גערעדט פריער בהנוגע צו אצשונא איז אויך מלשון יציאה אף על פי כן זאגט מען ניט, אז סתם ענינים אין וועלט אז זיי ווערן אנגערופן בשם צאן אין וועמען איז ניכר פון וואנענט ער איז געקומען פון ”לבן העליון”?

115איז בשעת ער שטייט אין א מעמד ומצב פון צאן וואס דאס איז אן ענין פון ביטול, און בשעת ער איז מבטל זיין מציאות, און גיט א קוק וואס ס'טוט זיך ארום אים, וויפל קינדער מ'דארף מציל זיין לאור גדולו, און נאך פאר דערויף לחיים,

116מיט אלע פרטי הדברים איז אט דעמאלט גייט ביי אים דער פשיטות, ווי ער זאגט אין חומש, אז יעקב נשא את רגליו ער איז געגאנגען בשמחה און האט דורכגעפירט, אז ס'איז געווארן מתתו שלימה אז ס'איז ניט געווען חס ושלום קיין דופי בתלמידים שלו, ביז וואנענט בכל עניניו שלו, בחלקו בעולם, שטייט דאס אין אן אופן פון שלימות,

117און דאס איז די הכנה קרובה צו שלום ושלוה יהי' בימיו, בביאת משיח צדקנו, וואס שטייט דאך אז דער אויפטו פון א איצטיקן גלות איז, איז דאס ניט ווי ס'איז געווען אין גלות בבל, אין גלות מדה, אין גלות פרות, וואס דעמאלט איז געווען א טייל אידן וואס האבן געקענט נגאל ווערן, און א טייל איז געבליבן אין גלות,

118משא"כ אין גלות אדון וועט זיין די גאולה פון יעדערן נאר דעמאלט ווען אלע אידן זיינען זיין מוכן אויף גיין לקבל פני משיח צדקנו.

119און אויף דעמאלט די שכינה, ואתם פלוגטו לאחד אחד בית ישראל ווי רש"י ברענגט דאס אראפ, אז דער אויבערשטער נעמט פארן האנט אפילו שה פזורה אפילו מקצווי תבל,

120והעובדים בארץ מצרים ”הובדים בארץ אשר והנדחים בארץ מצרים” און 'קהל גדול יבואו הנה' אפילו א פתיח און אפילו א עיוור, מיט די פירושים שבדבר, ווי דאס איז ברוחניות וכו איז 'קהל גדול יבואו הנה' און ערשט דערנאך ווערן זיי נתרפעל,

121דערפאר וואס מ'האט איר צוגעגרייט אין די לעצטע טעג פון גלות, און דאס איז מאפשור דאס לאזט-טו אז ס'זאל זיין די גאולה פון שכינתא די גאולה פון גדולי ישראל,

122מיט רבני ישראל מיט מדריכי ישראל מיט ”עיני העדה”, בשעת זיי נעמען מיט צפיין נרעיתא מיט זיך צוזאמען, און מ'גרייט זיי צו לקבל פני משיח צדקנו בעגלא דידן 'ובשמחה ובטוב' לבב.

123וואס דעמאלט מען דאך אייניק,

124אז שם ימ ברך יפך לארץ אור.

125בחנגו לברכה. איז דאך אזוי ווי שטאך אפ, בחנגו לברכה.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions