English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

45 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1וואס דערפון וואס מ'רופט דאס אן בשם מאיר תמידי און דערפון וואס מ'רופט דאס אן בשם ראש השנה אויף א גאנץ יאר, איז וואס א יאר איז דאך אין זיך כולל פארשידענע זמנים,

2און במילא אויך פארשידענע מצב רוח אויף פארשידענעם אינגאנצן מעמד ומצב פון א אידן, סיי בגשמיות סיי ברוחניות, און מ'זאגט אז דאס איז א טאג וואס ער איר טאן און דארף באלעבן און אנווייזן דעם וועג בכל יום ויום,

3סיי אין ימי השמחה, סיי אין פארקערט חס ושלום, סיי ביום און סיי בלילה, סיי בגשמיות סיי ברוחניות איז דאך דערפון א הוכחה און א ראי' ברורה, אז חסידות איז דאס ניט אן ענין פון א דרך מסויימא ווי אזוי צו לערנען תורה.

4דאס איז דאס אויך, אבער ניט דאס איז דער עיקר, אז ניט חסידות איז דער עיקר אט דאס ווי ס'איז נתפשט געווארן, אז אזוי ווי דעמאלט איז געווען דער בני ישראל אין א מעמד ירוד,

5אין א נידעריקן מצב, מצד די רדיפות און די גזירות וכו און במילא האט דאס אויך געבראכט צו שוועריקייטן אין העמקה אין 'לימוד התורה' און הידור בקיום המצוות,

6האט מען געדארפט זיי אנווייזן א דבק, ווי אזוי אויך אין צוק העיתים, אין דער שוועריקייט פון יענע צייטן, און אויך אזוי במקום, זאלן זיי קענען גיין במסילה העולם בית א-ל, ביז ראשו מגיע השמימה.

7וואס חסידות איז דאס אויך, דאס איז נאך אבער ניט דער עיקר דערפון, ווארום דאס איז דאך אלץ ענינים וואס זיינען פארבונדן מיט א באשטימטן מעמד ומצב און מיט א באשטימטן חו מיט א באשטימטע סבירה וכו.'

8און בשעת מ'זאגט אז דאס איז א ראש אויף אלע טעג און אויף אלע ענינים מוז דאך דאס זיין אן ענין כללי וואס ס'איז נאכמער דערפון.

9וועט מען דאס פארשטיין דערפון וואס דער לשון אויף דערויף איז דאך, ווי געשריבן אין אגרת הקודש פון בעל שם טוב, אויף זיין תורה, וואס דאס איז תורת החסידות יפוצו מעיינותיך חוצה

10און ווי ס'קומט אראפ אין תורת חסידות חב"ד דארף דאס אראפקומען אין אן אופן ווי דער ראשי-תיבות פון חב"ד פון ”חכמה בינה ודעת אין” אן אופן פון הבנה והשבית.

11וואס וואס איז דער ענין פון א מעיין?

12אז אמת טאקע, א מעיין איז דאס מערניט ווי טיפים טיפים, וואס רוב המעיינות, דער רוב פון די קבלן, איז בהתחלתן און דארט וואו זיי האבן דעם עיקר דין המים איז דאס ניטא קיין ריבוי מים, ס'איז דא א ווייניק מים בכמות דאס איז אבער מים חיים און וואס האבן אין זיך ניט קיין הפסק,

13וואס דערפאר איז בשעת ס'גייט-דורך א ביסל זמן זעט מען, אז פון דעם מעיין איז געווארן א נהר שוטף ביז וואנענט אז ער איז עולה על כל קדותיו,

14אז פון אט די טיפים טיפים און די מיעוט הכמות פון די מי המעי ן איז געווארן דערנאך א טייך וואס ער פילט אן אלע זיינע ברעגן, ביז וואנענט אז ער גייט אריבער די ברעגן ו”הראו את הארץ והלידה והצמיחה”.

15אט דאס וואס די ארץ האט אין זיך באהאלטענערהייט, וואס די תכלית איז דאך אז ס'זאל זיין והצמיחה אז דאס זאל ארויס בגלוי, און אין וואס פאר אן אופן זאל דאס ארויס אז דורך די ימי ברכה,

16דורך די וירוה את הארץ זאל דאס דעמאלט ווערן דער צמיחה כמה פעמים ככה, אז פון איין גרעין זאל אויסוואקסן אן אילן גדול עושה פרות, און פון אין חיטה ושעורה זאל אויסוואקסן 'מאה שיערים', דערפאר וואס ”ויברכיהו הוי” איז אט דאס טוט זיך אויף דורך די התחלה פון דעם מעל.

17וואס דערפון איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז ניט אן ענין פרטי פאר א שדה פרטית, פאר א צמיחה פרטית, פאר אן אילן פרטי נאר דאס אן דערויף הענגט אפ די גאנצע מציאות פון דעם נהר גדול, וואס פון אים הענגט אפ דערנאך די אלע ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט ארץ אז ס'זאל זיין והלידה ויצמיחה.

18ביז וואנענט אז מי גשמים וואס דאס איז דאך דער פירוש הפשוט אין והירוה את ארץ והלידה ויצמיחה גייט דאך דאס אויף מי גשמים זאגט ער דאך, אז אויף וואנענט ווערן מי גשמים אז דאס איז וקינוס איז מאה וקינוס עונים למעלה די מי הנהרות מלמטה זיינען אומר למעלה און דערנאך איז יורדין למטה נאכאמאל דורך מי גשמים.

19וואס פון וואנענט נעמען זיך די וואסער פון די נהרות?

20נעמען זיי זיך פון די מעיינות.

21און אט דאס וואס חסידות טוט אויף נאך א ענין איז דאך דער דיוק אין דערויף, אז ניט נאר ווי ס'האט געדארפט שטיין לכאורה אז די מעיין פון די מעיינות זיי זאלן צוקומען אין חוצה נאר מ'זאגט אז די מעיינות אליין זיי זאלן זיין אין חוצה.

22וואס אין דער נמשל איז דאס, אז א איד און א מענטש בכלל האט דאך דער אויבערשטער אין אים געגעבן כחות און כשרונות און אפשריות מעגלעכקייטן,

23וואס דער אויבערשטער וויל אז ס'זאל זיין, ווי די גמרא זאגט, לא ”ברא הקב"ה דבר” אחד בעולמו לבטלה אז דער מענץ זאל אויסנוצן זיינע כחות במילואם, און אויסנוצן זיי אין אן אופן פון טוב וקדושה, ניט חס ושלום אויף פארקערט,

24ווארום ”מפי עליון לא תצא הרעות” וויבאלד אז ברא הקב"ה, און ער וויל אז ס'זאל זיין ניט לבטלה, איז דארף דאך זיין מצד ברא הקב"ה נאר אין ענינים פון טוב און ניט לבטלה דארפן זיי אויסנוצן במילאום, אז קיין איין פרט זאל ניט בלייבן, ניט אויסגענוצט.

25נאר וואס דען? אט די כוחות ואפשריות קענען זיי דאך בלייבן חס ושלום שלאפנדיקערהייט, אדער ער זאל זיי אויסנוצן אין אן אופן אן לעבעדיקייט און אן זריזות וכו און אט דאס איז וואס דאס הויבט אן דעם ענין אין תורה, אז פון תורה מאכן אז יעדער ענין שבתורה זאל ווערן אין אן אופן פון מים חיים פון מי מעים,

26אז אף על פי וואס ער לערנט שוין די תורה אזויפיל און אזויפיל טעג און וואכן און חדשים און יארן, איז ניט נאר אז ס'זאל ניט זיין כישנה נאר וואס דען כחדשים מיט א כ' דמיון,

27נאר ס'דארף זיין בא אים אין אן אופן פון א מעיין, אז יעדער טיפה פון דעם מעיין איז ”מטהר בכל שהוא”, יעדער 'כל שהוא' פון דעם מעיין איז דאס דער גאנצער ענין המיין.

28וואס אפילו אז דער מעיין איז שוין אלט הונדערטער און טויזנטער יארן, איז אט די טיפה וואס גייט היינט ארויס פון מעיין איז זי מים חיים, וואס זי האט אין זיך כל דינו וכל תכונות פון דעם מעיין.

29און אט דאס מאנט מען אין ”אין מים אלא תורה” אין 'לימוד התורה', אז סיי ער לערנט פשט אדער רמז אדער דרוש אדער סוד דארף דאך זיין דער לימוד אין אן אופן פון מעיין, אז יעדער ענין וואס ער האט געלערנט אין תורה,

30אפילו ווי קליין דאס זאל ניט זיין בכמות, ביז אפילו אז אות אחת בתורה איז דאס א פולער מעיין וואס אויב נאר ער וועט אין אים הארעווען און וועט זיין אין דער אופן פון יגעת איז וועט פון אט דעם מעיין ארויסקומען א נהר גדול ”מלא על כל גדותיו”.

31און דערנאך איז ”אסתכל באורייתא וברא עלמא” ווי דאס איז ביי אים אין 'לימוד התורה' קומט דאס דערנאך אויך אראפ דערנאך בהליכותיו בעולם, אין זיין אופן פון לעבן אין וועלט,

32אז אף על פי וואס מ'קומט צו אים צוגיין און מ'זאגט אים אז די וועלט שטייט שוין אזויפיל און אזויפיל יארן, נאך איידער ער איז געבארן געווארן, און נאך זינט ער איז געבארן געווארן איז ער אויך ”אתם המעט מכל העמים” היינט ווי נעמט ער זיך אונטער איבערמאכן די וועלט, און ארויפברענגען איר אויף א העכערן דרגא ווי זי איז געווען ביז דעמאלט,

33ס'איז דאך אנטקעגן אים דא ענינים וואס ער האט זיי בשום אופן ניט קענען איבערקומען אויף דערויף זאגט מען אים, אז ער האט די שליחות און האט די כוחות וואס דער אויבערשטער האט אין אים איינגעפלאנצט, אז אט די ארץ וואס לכאורה קען דאס זיין חס ושלום א מדבר שממה, איז אויב נאר ס'וועט זיין ביי אים דער מעיין מים חיים,

34און ער וועט דעם מעיין ניט האלטן באהאלטן ערגעץ סבו, נאר ס'וועט אראפקומען דעם מעיינות אחד דעם מעיין אליין, די לעבעדיקייט און דעם קאך און די ווארעמקייט, וועט ער דאס ברענגען אין זיין חוצה בחלקו בעולם,

35אין זיין וועלט, אין די וועלטישע זאכן אויך אט דעמאלט וועט ער סוף כל סוף מצליח זיין, אז וירוה את הארץ ער וועט פון דער וועלט מאכן א וועלט

36וואס זי איז אנגעזעטיקט מיט מים חיים און ס'וועט זיין דעמאלט והלידה והצמיחה אט דאס וואס ליגט באהאלטן אין וועלט זאכן וואס מ'ווייס גאר ניט ווי טייער און ווי גרויס און ווי טיפף זיי זיינען, וועט דאס זיין והצמיחה דאס וועט אויסוואקסן אויסשפראצן און אויסוואקסן,

37אין אן אופן אז דאס וועט אנקומען ”לכל אחד ואחד” ווי דאס איז אין ארץ טובה ומבורכת, ”ממגד שמים מטהל” און מיט המרי רצת תחת.

38און אט דאס איז על דרך ווי א מעיין ווי גערעדט פריער איז דא כמות ניט נוגע, וואס איז אבער נוגע אז ער איז פארבונדן מיטן מקור, פון וואנענט דער מעיין נעמט זיך זאל ניט זיין דער נפסק המעיין ממקורו אט אזוי איז אויך,

39אז אויב נאר ער איז פארבונדן מיט זיין מקור, וואס דאס איז דער אויבערשטער, וואס ער איז דארט דער ”מחי' חיים”, דער מקור ”כל החיים” איז אט דעמאלט קען איין איד מכריח זיין ”את עצמו ואת כל העולם” כולו, ווי דער רמב"ם פסק'נט אפ להלכה למעשה על ”ידי מעשה אחת ופעולה אחת”,

40און אראפברענגען ברכת ה' אז ס'זאל זיין והלידה והצמיחה.

41וואס דאס איז דער ענין וואס תורת החסידות עפנט אויף בא יעדערן, ער זאל וויסן זיין דעם אוצרות אין סוף וואס ס'ליגט בא יעדער אידן באהאלטן בפנימיותו, וואס דאס ווערט אנגערופן בדוגמא ווי א מעיין, און אז מ'גיט אים אויך די שליחות, און וויבאלד אז די שליחות קומט פון דעם אויבערשטן,

42וואס ”אין הקבו הוא בא בטרוניא אין בריותיו” גיט ער אים פריער די מעגלעכקייטן, אז אויב נאר ער וועט וועלן זאל ער קענען דורכפירן די שליחות ער זאל ארויסברענגען זיין מעיין בגלוי,

43און זאל אים אויך אראפברענגען אין חוצה, און אין דעם חוצה זאל דאס זיין אין אן אופן פון יפוצו ברייטער און טיפער און ליינגער, ובכל הששה קצוות,

44ביז וואנענט אז ס'וועט זיין ו”מלאה הארץ דעה את הוי' כמים לים מכסים” וואס דער רמב"ם אין משנה תורה פארענדיקט זיך דערמיט סיי הלכות כסובה און אויך דערנאך די הלכות מלכים,

45וואו ער פארענדיקט און איז חותם ומסיים מיטן אופן ווי אזוי משיח וועט קומען און וועט איבערשטעלן די וועלט אין אן אופן פון לתקן עולם, און ווי ער איז דארט מסיים אז ס'זאל זיין ו”מלאה הארץ דעה את הוי'” לחיים.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים